מעמבער אויסגעשפארט מעלדונג

איך האב געקלערט צו שרייבן גא"מ, איך האלט אבער אז ס'גייט ניקס העלפן גארנישט!
עס איז דא וואס צו טוהן גיין שטימען
מיט א אפענונג אז עס וועט יא העלפן
דער וואס קען שטימען און שטימט נישט וועט נישט קענען זאגען ידינו לא שפכו את הדם הזה
 
אקעי, האלט מען שוין ביי רוב... נישט אלע.

אזוי פיל האב איך יא באשטעטיגט, אז די 'פרטים' פונעם אויספארונג האט ציטון מיט אנדערע חשבונות, לאו דוקא וועגן די ספעציפישע 'גילוי' פרשה.
האסט דא זייער א געמאסטענע הודעה. ממש דו וואקסט אויף אייער. האסט נישט געשריבן די פאלגענדע אויסדרוקן.

די 'פרטים' זענען אנדערע חשבונות וואס האט גארנישט צוטוהן מיט 'גילוי'.

און אויך האסטו געשריבן, 'לאו דווקא'.....

אפשר קענסטו אויסקלארן די פרטים אויך פשוט קלאר צומאכן אז דא איז נישט מעגליך דא א גרעסערע פראבלעם......
 
האסט דא זייער א געמאסטענע הודעה. ממש דו וואקסט אויף אייער. האסט נישט געשריבן די פאלגענדע אויסדרוקן.

די 'פרטים' זענען אנדערע חשבונות וואס האט גארנישט צוטוהן מיט 'גילוי'.

און אויך האסטו געשריבן, 'לאו דווקא'.....

אפשר קענסטו אויסקלארן די פרטים אויך פשוט קלאר צומאכן אז דא איז נישט מעגליך דא א גרעסערע פראבלעם......
איך וואק אויף אייער שאלאכטס ווייל איך זיך נישט צו זאגן מער ווי וואס די הנהלה לאזט זאגן.

די הנהלה האט ארויפגעלייגט א גרעסערע באשולדיגונג אויף דער ניק, אומאפהענגיג פון די מעשה וואס איז דא פארגעקומען מיטן כלומרשט'ן גילוי פון יאסעלע ברוין. זיי האבן געשריבן צו דער ניק די באשולדיגונג אן קיין פרטים נאר זייער vague. ס'נישט שייך צו זאגן צו ס'איז טאקע דא א גרעסערע פראבלעם היות די באשולדיגונג איז נישט קלאר און מען קען נישט וויסן צו ס'איז א ריכטיגע באשולדיגונג, אדער סתם א נאסע לאלעך מיט אנדערע זייטיגע איטערעסן, וויפיל אמת, וויפיל ליגנט, וויפיל אויפגעבלאזן א.ד.ג.

אזוי פיל איז קלאר באשטעטיגט, זיי האבן 'געהערט' באשולדיגונגען, און אויסגעשפארט די ניק(ים) באפאר אים פרעגן, פארציילן, מברר זיין, אדער בכלל לאזן יענעם זיך פארטיידיגן. ווייל אזוי כנראה זעט אויס דעמאקראטיע.

פון וואס ס'האט אויסגעזען אנפאנג האט אלעס פלעין געהאט ציטון מיט די יאסעלע מעשה דא. דער ניק האט נישט באקומען קיין שום מעסעדזש אז ס'איז דא מער צו די מעשה דא, ערשט נאך וואס אפאר ניקים האבן געפרעגט, און נאך גריבלען, ווערט מען געוואויר אז ס'דא אנדערע חשבונות אינוואלווד.
 
היות איך קען נישט שרייבן אין יענע אשכול, ריספאנד איך דא צו די תגובה.


טעלעפאון, די הנהלה האט נאכנישט געהעריג קלאר אויסגעשמוסט זייער באשולדיגונג, און לויט ווי סאך דער ניק איז עס נאכגעגאנגען איז עס טאקע נישט קיין ריכטיגע באשולדיגונגען.

ווו נאר זיי גייען זיך מער אויסשמועסן, וועט מען קענען וויסן מער.

איך גיי דיר מסביר זיין מיט א משל.

די הנהלה איז געקומען זאגן אז זיי האבן געהערט א באשולדיגונג פון אפאר עדות וואס האבן פארציילט אז אמאל האט דער ניק געגעסן נישט כשר אין אסטראליע, און וועגן דעם האט מען אים אויסגעשפארט.

דער ניק טרייט נאך צו כאפן פון וואס זיי רעדן, ווען? וואו לאנג צוריק? ער איז דאך געפארן 5 מאל קיין אסטראליע, וועלכע נסיעה? וואס הייסט נישט כשר? געגעסן OU אדער ממש חזיר?
דער ניק איז אביסל נאכגעגאנגען וואס ער האט געגעסן אויף זיינע נסיעות קיין אסטראליע, ער גייט נאך מיט וועמען ער האט געגעסן, דערווייל זעט עס אויס צו זיין פאלשע באשולדיגונגען.

אז זיי גייען קומען מיט מער פרטים און פארציילן אז ביום כך וכך האסטו אזוי און אזוי געטון וועט מען קענען דן זיין בעסער.

דערווייל האט מען אבי אויסגעשפארט יענעמס ניקים, פאר זייטיגע סיבות (וואס האבן נישט ציטון מיט קרעמל) אן אים געהעריג מסביר זיין וואס דא קומט פאר. שטארקע דעמאקראטיע דאס.

גענוג קלאר?
 
איז אפשר מעגליך אז דו זאלסט ציטירן דא די מעסעדזש וואס יענער האט באקומען פון די הנהלה ווארט ביי ווארט, אנע משלים. אפשר וועט זיך פאר אונז פארשטייען אסאך בעסער? פארוואס זאל דיין סטאנדארטן זיין מער פארמאכט ווי וואס דו פארלאנגט פון די הנהלה?
 
איז אפשר מעגליך אז דו זאלסט ציטירן דא די מעסעדזש וואס יענער האט באקומען פון די הנהלה ווארט ביי ווארט, אנע משלים. אפשר וועט זיך פאר אונז פארשטייען אסאך בעסער? פארוואס זאל דיין סטאנדארטן זיין מער פארמאכט ווי וואס דו פארלאנגט פון די הנהלה?
אויב די הנהלה לאזט, אדרבה.

זאלן זיי דא שרייבן אויב זיי לאזן.

הגם איך מיין אז דו פארשטייסט גענוג, ווילסט נאר וויסן די פרטים פאר אינטערסאנטקייט. פיין, איך הער. אדרבה, וועלכע פארט איז דיר אומקלאר חוץ פון וויסן די באשולדיגונג זעלבסט?

מיינע סטאנדארטן זענען דוקא נישט מער פארמאכט ווי די הנהלה. אדרבה איך בין זיך מסביר און איך שמועס זיך אויס, אנדערש ווי די הנהלה.
 
לעצט רעדאגירט:
אויב די הנהלה לאזט, אדרבה.

זאלן זיי דא שרייבן אויב זיי לאזן.

, מיר קענען נישט ארויסלייגן מער פרטים, כדי צו באשיצן די אנאנימיטעט פון אלע קרעמלער. מיר האבן געשיקט נאך פרטים פאר די באטרעפענדע מעמבערס.
 
איך ווייס נישט וואס די מעשה איז געוועהן

אבער די ביידע פאקטן זענען אמת

1. נחבי איז א שטארקע עסעט פאר קרעמל בלתי שום ספק,

2. גילוי איז א פאקטאר וואס דארף שטרענג אינפארסירט ווערן (איך ווייס נישט צו גילוי איז פארלעצט געווארן)

איך האף מען קען קומען צו א פארשטענדעניש און ער זאל צוריק קומען
 
לעצט רעדאגירט:
איך ווייס נישט וואס די מעשה איז געוועהן

אבער די ביידע פאקטן זענען אמת

1. נחבי איז א שטארקע עסעט פאר קרעמל בלתי שום ספק,

2. גילוי איז א פאקטאר וואס דארף שטרענג אינפארסטרט ווערן
פאקט 3.(איך ווייס נישט צו גילוי איז פארלעצט געווארן)

איך האף מען קומען צו א פארשטענדעניש און ער זאל צוריק קומען
 
שוין, האסטו, הגם די 'נאך פרטים' וואס זיי האבן געשיקט דעקט נישט אויף קיין שום אנאנימיטעט, ווי געשריבן איז עס זייער א Vague מעסעדזש, דאך קען איך נישט דא ברענגען וואס זיי לאזן נישט.

און אויך, ס'דא גענוג מהלכים יא צו זאגן מער פרטים אן אויפדעקן אנאנימיטעטן, ווי געבן משלים וכדומה.
 
איך האב זיך געשריבן מיט נחבי בן ופסי, ער טענה'ט אז די הנהלה האט אים געשריבן א טענה וואס לא דובים ולא יער, ס'איז א פשוטע בלבול, לכאורה האט אים איינער איינגעזאלצן, געשריבן צו די הנהלה א ליגנט און די הנהלה האט עס אנגענומען.
 
איך האב זיך געשריבן מיט נחבי בן ופסי, ער טענה'ט אז די הנהלה האט אים געשריבן א טענה וואס לא דובים ולא יער, ס'איז א פשוטע בלבול, לכאורה האט אים איינער איינגעזאלצן, געשריבן צו די הנהלה א ליגנט און די הנהלה האט עס אנגענומען.
יאסעלע האט עס מסתמא געבאקן
 
הייסט עס אז נחבי האט געשריבן אז יאסעלע איז א טראל, און געלינקט אפאר פון זיינע אייגענע תגובות. דער טראל האט אנגעפאנגען צו וויינען צו די הנהלה אז מען דארף אויספארן נחבי, אבער למעשה איז נישט געווען קלאר אז דאס הייסט למעשה א גילוי, איז יאסעלע געגאנגען און אויסגעטראכט א בלבול, און די הנהלה האט עס אפגעקויפט זיי זענען געפאלן פאר דעם און אויסגעשפארט אלע זיינע ניקים אן אים פרעגן אדער עפעס זאגן.

טאקע א גרויסע אומרעכט.
 
Back
Top