היות איך קען נישט שרייבן אין יענע אשכול, ריספאנד איך דא צו די תגובה.
טעלעפאון, די הנהלה האט נאכנישט געהעריג קלאר אויסגעשמוסט זייער באשולדיגונג, און לויט ווי סאך דער ניק איז עס נאכגעגאנגען איז עס טאקע נישט קיין ריכטיגע באשולדיגונגען.
ווו נאר זיי גייען זיך מער אויסשמועסן, וועט מען קענען וויסן מער.
איך גיי דיר מסביר זיין מיט א משל.
די הנהלה איז געקומען זאגן אז זיי האבן געהערט א באשולדיגונג פון אפאר עדות וואס האבן פארציילט אז אמאל האט דער ניק געגעסן נישט כשר אין אסטראליע, און וועגן דעם האט מען אים אויסגעשפארט.
דער ניק טרייט נאך צו כאפן פון וואס זיי רעדן, ווען? וואו לאנג צוריק? ער איז דאך געפארן 5 מאל קיין אסטראליע, וועלכע נסיעה? וואס הייסט נישט כשר? געגעסן OU אדער ממש חזיר?
דער ניק איז אביסל נאכגעגאנגען וואס ער האט געגעסן אויף זיינע נסיעות קיין אסטראליע, ער גייט נאך מיט וועמען ער האט געגעסן, דערווייל זעט עס אויס צו זיין פאלשע באשולדיגונגען.
אז זיי גייען קומען מיט מער פרטים און פארציילן אז ביום כך וכך האסטו אזוי און אזוי געטון וועט מען קענען דן זיין בעסער.
דערווייל האט מען אבי אויסגעשפארט יענעמס ניקים, פאר זייטיגע סיבות (וואס האבן נישט ציטון מיט קרעמל) אן אים געהעריג מסביר זיין וואס דא קומט פאר. שטארקע דעמאקראטיע דאס.
גענוג קלאר?