מעמבער אויסגעשפארט מעלדונג

אפשר קענען די מנהלים געהעריג ארויפקומען דא מיט זייער געהעריגע ניק און אויסקלארן די נושא דא?

מיר נעמען אן די אויבנדערמאנטע בקשה אלץ א רשות פון נחבי בן ופסי צו פובליצירן די קלאגע אקעגן אים זינט דער ניק זקן ממרא באלאנגט אויך צו אים און ער פארלאנגט פון די הנהלה ארויפצוקומען אויסצוקלארן די נושא.

פאלגענד איז די מעסעדזש וואס מיר האבן געשיקט פאר נחבי בן ופסי און זיינע פארבינדעטע ניקס:

מיר האבן אריינבאקומען א באשולדיגונג אז די פראבלעם איז טיפער ווי בלויז אן איינמאליגע גילוי, עס איז א פראבלעם מיט דעם ריעל-לייף מענטש וואס שטייט אונטער די ניקים. לויט ווי מיר האבן מברר געווען דורך עטליכע עדות ביסטו ארומגעגאנגען פעדלען אינפארמאציע איבער אנדערע ניקים - גענומען פון איינעם און געטראגן צו אן אנדערן - וואס איז גאר א הארבע עבירה אין אונזערע אויגן, דאס איז שטעלט אין געפאר די אנאנימיטעט פון אנדערע ניקים. אפגעזען ווי טראסטבאר איינער קוקט אן זיך און זיינע ארומיגע איז קיין איין ניק נישט אינטערעסירט צו זיין אין יענעמס מויל צו ווערן געטראגן און געברענגט פון רעכל צו מעכל

מיר שרייבן דאס נישט אין פובליק פשוט נאר כדי לחוס על כבודך

מיט האפענונג פאר דיין פארשטענדעניש

מיר ווילן קלארשטעלן פאר אלע קרעמלער אז זינט מען האט אים אויסגעשפארט זענען אריינגעקומען נאך עטליכע באשולדיגונגען אויף דעם זעלבן ניק וואס באשטעטיגט די ערשטע אינפארמאציע וואס מיר האבן באקומען. אויך ווילן מיר קלארשטעלן אז דאס איז נישט קיין נייע ערשיינונג, נאר מאז ומקדם האבן מיר דאס שוין געהערט, און די יעצטיגע גילוי פרשה איז נאר געווען דער ענדגילטיגער שטרוי אויפן קעמל.

די דעטאלן פון די אויבנדערמאנטע באשולדיגונגען קענען מיר נישט ארויסלייגן אין פובליק אבער זיי זענען גאר הארבע און זיי זענען געווארן אויסגעשמועסט צווישן אלע אדמיניסטראטארן און מאדס. וואס מיר קענען יא ארויסלייגן ברבים איז, אז שוין איבער א יאר צוריק האט מען געהאט א סעמי-גילוי פראבלעם דא אויף "קרעמל" מיטן ניק @שמן למאור וואס באלאנגט אויך צו @נחבי בן ופסי און דער באטרעפענדער ניק איז געווארענט געווארן דערוועגן אז דאס איז נישט ערלויבט דא אויף "קרעמל", אלזא די פאל פון פארגאנגענע וואך איז שוין די צווייטע אפענע פארלעצונג פון דעם נאטור דא אויף "קרעמל".

אנשטאט נחבי זאל נעמען אחריות און פארשטיין אז ער שפילט זיך מיט ענינים וואס יעדער איז מסכים אז מען דארף אומגיין דערמיט בכל חומר הדין, זיך אנטשולדיגן און מקבל זיין זיך צו פארבעסערן אין די צוקונפט, האט ער געלאזט אין גאנג א דורכדרינגליכע אויספארשונג, צו אויסגעפינען ווער עס האט זיך געוואגט איבערצוגעבן די אינפארמאציע פאר די אדמינס, און שאנטאזשירט יחידים ארויסצוגעבן אינפארמאציע, טראץ וואס די אדמינס און מאדס ווילן באמת פרייהייט פון ווארט און איז זייער נאכגעביג אויף רוב פארלאנגען, אבער יעדער פארשטייט אז גילוי און אפילו אן אבק-גילוי, בפרט פון א ניק וואס ברענגט און טראגט כסדר, קענען מיר נישט מוותר זיין, מיר ווילן אז יעדער זאל זיך שפירן רואיג און פארזיכערט אויף קרעמל.

נעמענדיג אין באטראכט דאס אויבנדערמאנטע וועלן מיר לאזן אויסגעשפארט נחבי בן ופסי און זקן ממרא און אלע זיינע פארבינדעטע ניקס. עס איז נישט געווען קיין גרינגע החלטה. נחבי איז א אויסגעצייכענטער שרייבער וואס מיר אלע האבן הנאה פון זיינע שרייב ווערק. ער האט אסאך צוגעגעבן צום "קרעמל", און דעריבער איז די החלטה געמאכט געווארן מיט זייער א שווער הארץ, וויסנדיג אז מיר פארלירן דערביי איינע פון די בעסטע שרייבערס.

אין די זעלבע צייט ווילן מיר ווארענען אז מעמבערס וואס נעמען זייער אנאנימיטעט ערנסט זאלן זיין זייער פארזיכטיג מיט וועם זיי טיילן מיט פריוואטע אינפארמאציע, נישט יעדער גוטער שרייבער איז א טראסטבארע קאנטאקט, ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר.
 
איך פראביר נאר צו פארשטיין אויב אזוי פארוואס די ניק איז נישט מיטגעגאנגען פון די ערשטע מינוט אויב ענטפערט איר א נארמאלע תירוץ בעט איך שוין יעצט אנטשולדיגונג און איך וועל אויסמעקן מיינע מעסעדשעס מיט טענות אויף ענק
קודם האט מען נישט פארשטאנען פארוואס מ'האט איהם בכלל ארויסגעטראסקעט. נאכדעם וואס מ'האט שוין פארשטאנען איז נישט געווען זיכער אז דעיס איז געווען די טעם.
נאכדעם וואס מ'האט שוין דעס קלאר געמאכט דארף מען נאר פארשטיין פארוואס די מערכת האט פארזען איינס אדער מער ניקס........

און אויב ס'איז בלויז געווען א טעות?
 
איך פראביר נאר צו פארשטיין אויב אזוי פארוואס די ניק איז נישט מיטגעגאנגען פון די ערשטע מינוט אויב ענטפערט איר א נארמאלע תירוץ בעט איך שוין יעצט אנטשולדיגונג און איך וועל אויסמעקן מיינע מעסעדשעס מיט טענות אויף ענק
כ'מיין מ'האט נישט גלייך באמערקט דעם אייפי פון זקן ממרא.
איינער האט אנגעמערקט שפעהטער איז מען געגאנגען טשעקן.
 
גילו איז עס נישט ווייל קיינער ווייסט נישט ווער דאס איז, א וודאי אבק גילו איז עס אויך נישט, ווייל סקען זיין אז די הנהלה האט אויסגעשפארט 2 ניקם פין 2 באזינדערע מענטשן, און וויבאלד מקען נישט זעין וועם און ווען מהאט אויסגעשפארט, איז שווער צזאם צישטעלן אויב סאיז פין איין געשעעניש,

קען נאך אלס זיין אז סהייסט א ספק אבק גילו,
דאס איז שוין א בריסקר כאפ....
 
די האסט געהאט א הוא אמינא אז זקן ממרא איז נישט נחבי בן ופסי?😂 מען האט געדארפט זיין א טיפש עס נישט צו כאפן.
געאראכט די זעלבע אבער נישט געוויסט אויב מעג מען דאס שרייבן... גילוי טראומא
 
געאראכט די זעלבע אבער נישט געוויסט אויב מעג מען דאס שרייבן... גילוי טראומא
געווענליך איז עס טאקע אסור כמובן.

פארשטייט זיך דא איז אנדערש ווייל די אדמין האט שוין אפיציעל מגלה געווען. (מן הסתם ווייל ער האט געמאכט א ווינט אויף טעלעגראם אז מ'האט פארשפארט זקן ממרא פארן קריטיקירן די הנהלה... מיסאינפארמאציע פשוטו כמשמעו.)
 
יא יא
כ'האב דאס געשריבען פארן זעהן אדמינס נאטיץ

עכ"פ קלאפ איך מיר אין די פלייצע פארן ברוך שכוונתי און זיין די ערשטע דא צו מוחה זיין אויף ווילדע אויסברוך
 
wow wow די פאסירונג וועט לאנג לאנג געדענקט ווערן, און ווערט פארשריבן בספר דברי הימים של הקרעמל....
 
אייביג קומען אן דעי גרויסע חכמים און טרעטן ממש אויפן עדזש, און נאר זיי שרייען אייביג "העי פרי ספיטש!! וואס איז אנדערש ווי קאווע שטיבל!! דיקטאטור!!!"

אויף קאווע שטיבל בין איך נישט געווען, סא איך ווייס נישט, אבער דא אין קרעמל בין איך שוין א שיינע שטיק צייט, און איך האב מיר נאך גארנישט צוריקגעהאלטן פון שרייבן, און מ'האט מיר נאך גארנישט געמעקט!

איך גיי יעצט עפעס זאגן מיט א שטיקל ציטער, ווייל עכט האלט איך פון פרי ספיטש אינגאנצן!! אבער איינמאל פאר אלעמאל דארף מען שטיל מאכן די חברה וואס טוען כל מה שלבם חפץ, רודפ'ן ניקים, און זיי נעמען אונז אויף א עמאשענעל רייד מיט א וויי געשריי פון פרי ספיטש, "מ'שפארט מיך צו און מ'איז מיר נישט מסביר", און ער באקומט נאך פאזעטיווע ריעקשענס ווייל פרי ספיטש איז די נשמה פון קרעמל, און קיינער וויל נישט מ'זאל טשעפענען מיט דעם!

מיין רעקאמענדעישן פאר די הנהלה איז: (עגעין מיט א ציטער אין די ביינער) ס'זאל שטיין אין די קאסטיטוציע פון קרעמל אז אויב ס'דא א באשולדיגונג אויף איינעם אז ער האט געטון גילוי, איז אזוי ווי ער האט דערקלערט מלחמה מיט קרעמל! ער האט אינוואדירט די פרייהייט פון קרעמל!

און מ'גייט דערקלערן "מארשעל לאו"!!

געענדיגט.. נישטא קיין פרי ספיטש, קענסט שרייען ביז מארגן!
 
100 פראצענט גערעכט.

פאר יעדער דא אין קרעמל, איז די וויכטיגסטע געברויך וואס קען נאר זיין פאר עם, איז האבן אנאנימיטי, ס'איז די ערשטע layer פון סעקיורעטי פאר די מעמבערס.

און יעדער פארשטייט, אז געבן די סעקיורעטי איז די גרעסטע פליכט וואס פאדערט זיך פון די אדמיניסטראציע.

איז וואס איז זיין פראבלעם? אז מ'אימפלעמענטירט די בעיסיק safety פאר די באנוצערס?!
 
לעצט רעדאגירט:
און מ'גייט דערקלערן "מארשעל לאו"!!

געענדיגט.. נישטא קיין פרי ספיטש, קענסט שרייען ביז מארגן!
איז דאס נישט אקוראט וואס די תקנות זענען יעצט - אז פאר גילוי פליעט מען?! דאס הייסט דאך אטאמאטיש אוועקגענומען יענעם'ס פרידאם אוו ספיטש!

טיפער גערעדט אבער, אין די זעלבע אמעריקאנער קאנסטיטוציע ווי עס שטייט איבער פרי ספיטש שטייט איבער די רעכט פאר due process, און דערפאר זענען דא געריכטן, געזעצן, און די רולס וויאזוי זיך צו באגיין מיט א קרימינאל וועמען מ'וויל דינייען געוויסע רעכטן - זיכערצומאכן אז עס בארירט נישט זיין פרייהייט אומריכטיג און אומ'יושר'דיג.

דא איז אביסל שווערע מיט דעם חלק, ווייל מיר האבן נישט קיינע געריכטן מיט קיין געזעצן-ביכער, און עס איז לכתחילה אויסגעשטעלט אז געוויסע יחידים זאלן האבן די אטאריטעט ברצותם אוחז וברצותם שלח, בנוסף צו די שיכט פון פרייוועסי וואס מ'וויל קענען האלטן דא - אנדערש ווי אויף די נאציאנאלע סטעידזש. און ס'וועט אייביג בלייבן די סטראגל וויפיל איז צופיל פאוער, און ווער פונקליך זאל מחליט זיין ווער דער שופט זאל זיין...

ס'בלייסט אונז נאר אלע איבער זיך צוצושטעלן צו די תקנות, און פראבירן דן צו זיין לכף זכות - סיי יעדער יחיד וואס ס'קען זיך דאכטן ער איז עובר דערויף, און געוויס די הנהלה וואס געבן זיך איבער לטובת המקום און נישט אלץ קענען זיי זיין אינגאנצן טרענספערענט פאר פרייוועסי קאנסערנס.
 
Back
Top