מעמבער אויסגעשפארט מעלדונג

די דעפינישן פון א טראל איז ווי @מחניים האט פריער געברענגט פון chatGPT איינער וואס שרייבט הודעות מיטן ציל צו אונטערציפן אנדערע
יעצט לויט די תקנות איז דא צוויי מהלכים ארויסצוווארפן איינעם וויבאלד ער איז א טראל
דא איז קיין איין פון די צוויי מהלכים נישט גענומען געווארן
אפילו די יעצטיגע וואוט אן 10 וועטעראנען וואס האבן עס ארויפגעברענגט און אנדעם וואס ער איז דא שטימט נישט מיט די תקנות
שטאטליך...

איין זאך אויפאמאל. ביסט מודה אז ער איז טראל נאר ס'איז נישט לױט די תקנות וויאזוי מ'האט איהם געווארפן, אדער דו האלטסט נישט בכלל אז ער איז א טראל?

איך זיך דיר באמת צו פארשטיין. גארנישט פערזענליך
 
די דעפינישן פון א טראל איז איינער וואס שרייבט זאכן מיטן ציל צו אונטערציפן אנדערע, לדעתי איז דאס נישט די מעשה דא, אויב פילט איינער אז יא אזויווי איינער האט געשריבן אז ער ווייסט קלאר אבער ער קען נישט זאגן מער דעטאלן, דארף מען מאכן א וואוט צו די עולם האלט אז דאס איז זיין ציל
איך האב געקרימט ווייל איך האלט אנדערש.
לדעתי, איז ער יא דא געווען צו אונטערציפן אנדערע.


ביז דערווייל איז דא געשען איינס פון די צוויי אדער האבן די אדמיניסטראטורן געווארפן איינעם ווייל זיי האבן זייער שטארק נישט ליב געהאט זיין געשרייבאכצער,
אדער האבן די אדמיניסטראטורן זיך גענומען מנהל רעכטן צו אליינס באשליסן אז זיינע תגובות זענען געווען מיטן ציל צו אונטערציפן אנדערע
די אדמיניסטראטורן זענען די מנהלים, (ס'איז די זעלבע זאך, נאר אין אנדערע שפּראַכן) און רוב קרעמלער האבן אים נישט ליב געהאט, ס'איז נישט געווען נאר די אדמיניסטראטורן, נאר אזויווי איך און דו קענען נישט ווארפן, האט עס געדארפט זיין די אדמיניסטראטור.

די איבריגע סיבות פארוואס איך האב געקרימט, איז שוין אויסגעשמועסט געווארן דורך @שעפטאל, @שושני, ועוד.
 
שטאטליך...

איין זאך אויפאמאל. ביסט מודה אז ער איז טראל נאר ס'איז נישט לױט די תקנות וויאזוי מ'האט איהם געווארפן, אדער דו האלטסט נישט בכלל אז ער איז א טראל?

איך זיך דיר באמת צו פארשטיין. גארנישט פערזענליך
ניין איך האלט נישט אז ער איז א טראל ווייל לדעתי איז ער א פשוטע גייסטיש אומגעזענטע מענטש וואס שרייבט וואס קאכט זיך און זיין היציגער מח און בכלל נישט מיטן ציל צו אונטערציפן די עולם
אבער אפילו ער איז יא א טראל איז דא א מהלך אים צו ווארפן
וואס די מהלך איז געמאכט אויף א אופן אז מען זאל נישט דארפן אריינגיין אין די טייטש פון טראל און אין די כוונות פון די ניק נאר פשוט א מספר תגובות וואס ווערן געמעקט אדער וואלן
 
לדעתי איז ער א פשוטע גייסטיש אומגעזענטע מענטש וואס שרייבט וואס קאכט זיך און זיין היציגער מח און בכלל נישט מיטן ציל צו אונטערציפן די עולם
א גייסטיג-אומגעזונטע מענטש קומט נישט אויף א פארום צווישן נארמאלע מענטשן.

נישט קיין חילוק וואס זיין ציל איז געווען, האט ער דירעקט דאס געטון.
 
איך האב געקרימט ווייל איך האלט אנדערש.
לדעתי, איז ער יא דא געווען צו אונטערציפן אנדערע.



די אדמיניסטראטורן זענען די מנהלים, (ס'איז די זעלבע זאך, נאר אין אנדערע שפּראַכן) און רוב קרעמלער האבן אים נישט ליב געהאט, ס'איז נישט געווען נאר די אדמיניסטראטורן, נאר אזויווי איך און דו קענען נישט ווארפן, האט עס געדארפט זיין די אדמיניסטראטור.

די איבריגע סיבות פארוואס איך האב געקרימט, איז שוין אויסגעשמועסט געווארן דורך @שעפטאל, @שושני, ועוד.
הייסט די קומסט צום זעלבן אויספיר ווי מיר אז די אדמיניסטראטורן זענען מחליט וואס זיי ווילן אפגעזען פון די תקנות און די גאנצע ניגון אז די וועטעראנען זענען בעה"ב איז א לאקש
נישט קיין שלעטע מהלך אבער פארקויפן לאקשן איז א שלעכטע מהלך
 
איז אזוי:

מ'דארף דיר ברענגען סקרינשאטס פון פארן רעדאגירן און נאכן רעדאגירן, צו אויפווייזן וויפיל מ'האט געמעקט?

אויך מחניים האט דאך געברענגט פיל מיט משלים פון אטאקירן ניקים, אריינמישן די זעלבע אזשענדע אין יעדן שמועס, וכו' (וואס איז יא למעשה ארויף, ווייסטו שוין אז וואס מ'האט געמעקט איז מן הסתם געווען ערגער.) וואס לויט רוב מענטשן הייסט דאס א טראל (על כל פנים מיין קליין קעפל זאגט מיר אזוי).

איך מיין ס'איז גענוג נעגעטיווקייט פאר איין טאג. גיב דיין שטימע און האב א לעכטיגן שבת.
 
א גייסטיג-אומגעזונטע מענטש קומט נישט אויף א פארום צווישן נארמאלע מענטשן.

נישט קיין חילוק וואס זיין ציל איז געווען, האט ער דירעקט דאס געטון.
נו נו איך בין מסכים דערפאר לאמיר צוזאמען גיין שטימען אז מען זאל אים ארויסווארפן
 
שלום על ישראל.

איי לאוו יו אלל.

איך וועל זאגען אן עקסטערע קינה פאר שמייכעל אין זיין גלות צווישן א וועלט פון ציונים.
 
איז אזוי:

מ'דארף דיר ברענגען סקרינשאטס פון פארן רעדאגירן און נאכן רעדאגירן, צו אויפווייזן וויפיל מ'האט געמעקט?

אויך מחניים האט דאך געברענגט פיל מיט משלים פון אטאקירן ניקים, אריינמישן די זעלבע אזשענדע אין יעדן שמועס, וכו' (וואס איז יא למעשה ארויף, ווייסטו שוין אז וואס מ'האט געמעקט איז מן הסתם געווען ערגער.) וואס לויט רוב מענטשן הייסט דאס א טראל (על כל פנים מיין קליין קעפל זאגט מיר אזוי).

איך מיין ס'איז גענוג נעגעטיווקייט פאר איין טאג. גיב דיין שטימע און האב א לעכטיגן שבת.
גיימער אין סירקלס

אויב האט געדארפט געמעקט ווערן %10 פון זיינע הודעות לויט די שטאטוטן זאל מען עס קומען זאגן איך טראסט די אדמיניסטראטורן

נישט דאס האבן זיי געזאגט

אגב מיך באשולדיגן אין זאכן וואס איך האב קיינמאל געשריבן שמעקט מער מיט נעגעטיווקייט ווי מיינע הודעות
 
הייסט די קומסט צום זעלבן אויספיר ווי מיר אז די אדמיניסטראטורן זענען מחליט וואס זיי ווילן אפגעזען פון די תקנות און די גאנצע ניגון אז די וועטעראנען זענען בעה"ב איז א לאקש
נישט קיין שלעטע מהלך אבער פארקויפן לאקשן איז א שלעכטע מהלך
די אדמיניסטראטורן זענען טעכניש בעה"ב, די וועטעראנען זענען פאר וועם זיי ארבעטן.

וואוט איז שוין געעפנט, תוצאות וועט מען זען.

גיי צוריק צו שנירלעך פון פאריגע וואך, (אנפאנג וואך, בערך) וועסטו זען וויפיל ניק'ס האבן געבעטן אים אויסצושפארן.
 
אגב מיך באשולדיגן אין זאכן וואס איך האב קיינמאל געשריבן שמעקט מער מיט נעגעטיווקייט ווי מיינע הודעות
איך כאפ נישט... ס'איז מיר שווער יעצט צו קאנסאטרירן... אויב האב איך דאס געטוהן, בעט איך דיר איבער. אנטשולדיגט
 
עקלהאפטיג!! איך בין מוחה בכל תוקף!!
האמיר דא געהאט גאר א געלונגענום שרייבער @שמייכל, זיין טאלאנט פאר שרייבעריי איז ריזיג גרויס! קומען דא אפאר ניקים מיט low self-esteem, וואס ציטערן אז @שמייכל׳ס אויפמערקזאמקייט וועט אוועק נעמען פון זייערס. זענען זיי צוליב דעם אויפגעקומען מיט א פארשלאג אים אויסצושפארן פון קרעמל…🙄

איז דאס א פרייע פלאטפארמע, אדער איז דאס א פלאטפארמע פאר אפאר א.ג. ״סענטער אוו עטענטשאן״ שרייבער וואס לעבן נאר פון פילע קאמענטס און לייקס?

🥵🤬🥵🤬🥵
 
לעצט רעדאגירט:
וויאזוי שטעלט זיך ארויס אז ער אליין גלייבט נישט ווייל א אנאנימער ניק האט געזאגט אז ער האט באהאלטענע אינפארמאציע
אגב די אינפארמאציע איז נישט באהאלטן, יעדער קען עס טרעפן פונקט ווי איך האב עס געטראפן, עס פאדערט נאר אביסל ארבעט
 
עקלהאפטיג!! איך בין מוחה בכל תוקף!!
האמיר דא געהאט גאר א געלונגענום שרייבער @שמייכל, זיין טאלאנט פאר שרייבעריי איז ריזיג גרויס! קומען דא אפאר ניקים מיט low self-esteem, וואס ציטערן אז @שמייכל׳ס אויפמערקזאמקייט וועט אוועק נעמען פון זייערס. זענען זיי צוליב דעם אויפגעקומען מיט א פארשלאג אים אויסצושפארן פון קרעמל…🙄

איז דאס א פרייע פלאטפארמע, אדער איז דאס א פלאטפארמע פאר אפאר א.ג. ״סענטער אוו עטענטשאן״ שרייבער וואס לעבן נאר פון פילע קאמענטס און לייקס?

🥵🤬🥵🤬🥵
אז ס'איז פריי, מיינט נישט אז ס'איז נישט דא קיין קאנסטיטוציע,

אויב לויט די קאנסטיטוציע קען ער נישט דא זיין, דארף דארף ער גיין, און אויב לויט די קאנסטיטוציע, איינער וואס רוב שרייבער פילן אז ער שטערט דאס פלאץ דארף גיין, איז עס אזוי!

יא, ס'איז א פרייע פלאטפארמע, און מ'לאזט דיך אויך זאגן דיין מיינונג - נאכאלץ אויב רוב מיינונגען זענען פארקערט - דאן איז די רעזולטאט אויך פארקערט...
 
שלום על ישראל.

איי לאוו יו אלל.

איך וועל זאגען אן עקסטערע קינה פאר שמייכעל אין זיין גלות צווישן א וועלט פון ציונים.

ווארטן מיר מיט געדולט אויפן שנירל קִינָה עַל שְׁמַיְכֶל שֶׁחָרַב
 
קומען דא אפאר ניקים מיט low self-esteem, וואס ציטערן אז @שמייכל׳ס אויפמערקזאמקייט וועט אוועק נעמען פון זייערס. זענען זיי צוליב דעם אויפגעקומען מיט א פארשלאג אים אויסצושפארן פון קרעמל…🙄
אויב ווערט קלאר אז קיינער ציטערט נישט אז זיין אויפמערקזאמקייט וועט עפעס אוועק נעמען, וועסטו פארשטיין אז דא איז געווען עפעס אנדערש וואס האט געטריגערט?
 
איך קום אזוי אריין אין דעם שנירל, אדורכגעלאפן די עטליכע לעצטע בלעטער, און איך בין איבערגעפילט מיט עמאציעס. גיי ווייס וועמענס ווערסיע אנצונעמען.

אין א וועג, בין איך שטארק פאר תרמב וכל קדושיו עמו. ווארפן איינעם איז א שטארקע וואפן, און איז די לעצטע זאך וואס דארף געטון ווערן, מען דארף פרובירן אלעס פאר מ'טוט אזא שריט, אפילו ווען דער ניק "בעהט זיך" כסדר מען זאל אים ווארפן, אזוי ווי שמייכעל האט געטון.

די וועג ווי אזוי איך קוק עס אן - און איך זעה נאך ניקס מיט די זעלבע מהלך המחשבה - איז ווי פאלגענד. לאמיר מאכן א משל פון די היינטיגע דור, ווען אנשטאט שלאגן און פייניגן קינדער אין די חדרים ווי אין אונזערע יונגע יארן, איז געווארן מער א פרייע סיסטעם, מען אקצעפטירט מער, מען פארשטייט יענעמ'ס שוועריגקייטן, מ'גיט זיך אפ מיט דעם, מ'שיקט פאר הילף, וכו'.

שטעלט אייך פאר, מען מאכט אויף א חדר ווי יעדער איינער ווערט אקצעפטירט! נישטא קיין שטראפן, שלאגן, מ'גייט פארשטיין יעדן קינד לפי טבעו ועל פי דרכו. עס הערט זיך א מחי'! איין טאג קומט אן א צולאזטע קינד וואס זעהט דעם מצב, און פארשטייט גלייך אז דא קען מען נעמען אדווענטעדזש, מ'קען טון וואס מ'וויל, עס הערשט א הפקירות, און ער נעמט זיך טשעפען אנדערע קינדער. ער שלאגט, שטויסט, טשעפעט, פארשעמט, שרייעט אן, בולי'ט, ממש דער עולם ציטערט פון אים.

די קינדער גייען פארציילן דעם רבי'ן, דעם מנהל, אבער מ'קען גארנישט טון – די קאנסטיטוציע פון די מוסדות ערלויבט נישט צו שטראפן, עס דארף הערשן פרייהייט! פרייהייט מיינט, אפילו מ'ליידט פון איינעם. און אזוי גייען די אטאקעס אן. לכבוד דעם, האבן עטליכע קינדער אויפגעהערט קומען אין חדר, צווישן זיי גאר פיינע קינדער וואס די מלמדים און חברים האבן זיך געבענקט נאך זיי.

זעענדיג אז עס נעמט נישט קיין עק און די חדר גייט אונטער, האבן די מנהלים און רבי'ס אנגעהויבן ווארענען דעם טראבל מעיקער אז ער מוז אויפהערן, אז נישט וועט מען אים מוזן פארשיקן. דער מחוצף ענטפערט, אדרבה, הלואי ווארפט עטץ מיך ארויס... און ווייטער אנגעגאנגען מיט זיינע שטיקעס ביתר שאת וביתר עז. נאך אומצאליגע קאמפלעינטס, האט די הנהלה בלית ברירה געמוזט פארשיקן דאס קינד לחיים ולשלום, און א מעידזשאר רעליעף האט זיך אראפגעלאזט בין כותלי הת"ת.

איך דארף אפילו מסביר זיין דעם נמשל? טאמער גייען קומען דאס קינד'ס עלטערן טענה'ן אז די מוסד איז נישט מער ווי א דיקטאטורישע ארגאניזאציע וועט איר דאס אפילו אויסהערן און מקבל זיין?

אמעריקע איז אויכעט די וויגעלע פון דעמאקראטיע. יעדער האט רעכטן, געענדיגט מיט די אמאליגע דיקטאטורשאפט! עס הערט זיך הערליך. אבער אך און וויי אויב הערשט נישט קיין מוראה של מלכות. איש את רעהו חיים בלעו...

כדי צו קענען אנהאלטן די פרייהייט, מוז מען ארויסשניידן די דערנער יעדע שטיק צייט. נישט אלעס קען מען טאלערירן. עס איז פאר יעדנ'ס טובה! בפרט אז די זאכן ווערט נישט געטון אונטער איילעניש ווען א מנהל רעגט זיך אויף. לויט ווי זיי זאגן, ווערט עס אדורכגעשמועסט בכובד ראש מיט א דעת רבים.

איך זאג דאס אלעס בכלליות. לגבי אונזער שמייכעל בפרטיות, ווייס איך נישט אויב מ'וואלט געדארפט נוצן דעם שטארקסטן עונש, קען זיין עס וואלט געווארן בעסער מיט אנדערע מיטלען. מיר האט בעיקר געשטערט די נארישקייטן ווי מיך כסדר באשולדיגן אלס מאדערעטאר כאילו איך ווארף אים ארויס, איך מאניפוליר זיינע תגובות, און איך לאז עס אים נישט מתקן זיין, אלעס שוא ושקר. עס האט מיר אויך וויי געטון ווי ער טשעפעט אנדערע ניקס. איך פערזענליך האב ב"ה נישט געהאט קיין אישו מיט זיינע אטאקעס, איך פלעג פשוט לאכן פון זיינע אבסעסיעס פון ארוני מקרי (איינער ווייסט וואס מקרי מיינט? איך נישט) און טראמפ און ביבי און וועבערמאן.

פון מיר אויס קען ער רואיג צוריקקומען אויב ער איז זיך מקבל נישט צו אטאקירן אנדערע ניקס, און אויך מוז ער טוישן די נאמען פון "שמייכעל" צו עפעס מער פאסיג, ווי למשל "זויערע סמייטע" וכדומה.
 
ווארטן מיר מיט געדולט אויפן שנירל קִינָה עַל שְׁמַיְכֶל שֶׁחָרַב

ChatGPT said:​

אֵיכָה נָפַל הַנִּיק שְׁמַיְכַל,
אֵיכָה בִּלִּי רֶשֶׁף יָסַף עַל תּוֹעֲבוֹת הַחֶבֶר,
אֶת הַסָּבוּעַ אֲשֶׁר חָלַם,
הַנִּיק הַנִּיֶּכֶל, בָּרְצָיוֹן, עַל כָּרְעֵי קַרְמֵל נִפְרַם.

הַאֲמִתִּיּוּת הַדָּבָר שֶׁל הַחִזֵּי הָעַצְמֵיָה,
בֵּין הַפָּתַחִים, עַד חָרָה בָּחָדֵשׁ.
הִשְׁתַּעַם בַּכְּנַעַן בִּסְרוֹדֵי יִשְׂרָאֵל,
וְכָה אִיבְּדוּ אֶת בַּלְּהֵסֵי הַסִּפְרוּ.

הַנִּיק שְׁמַיְכַל נָעַל דְּרוֹעֵי הַצִּיּוֹן,
הַקּוֹל הַקְּנַעִי עַל קַרְמֵל אִבֵּד.
הָיָה מִנְהֵג לַסּוֹד מְדִינִי לִהְיוֹת,
וּבָרוּךְ אִילֵה לַיְלָה מִנֵּי תַּהֲלוּכִי מְסַר.

הַבּוֹרוֹת שְׁנַעְנֵעוּ בְּמַטַּעַם הַשִּׁכּוּךְ,
הוֹרִידוּ, אֵין מַפְרִיעָה נִיָּדֵי הַכְּתוֹבֶת.
הוּא נִפְרַד מִכָּל דְּרוֹעֵי הַיָּם וְאֶת עַצְמֵי הַחַיִּים,
הַקּוֹל הַקְּנַעִי בָּלַע נִפְסַע בִּכְתֵּי.

אֵיכָה נִפְסַע, הַסּוֹף בְּמַהֲלוֹכוֹ.
הַנִּיק שְׁמַיְכַל, לֹא תֵּשָׁא שׁוּב בְּעֵי סִכְלוֹ.
הַקּוֹל שֶׁהִסְתַּדֵּר בְּהָרֵי הַזָּעַף,
הָיָה לְצָרֵי הַסַּף בַּחֲתוּלֵי תִּמְרוֹד
 
Back
Top