- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 22, 2024
- מעסעדזשעס
- 844
- רעאקציע ראטע
- 3,687
- פונקטן
- 423
לילי טבת שגוף נהנה מן הגוף...
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
לילי טבת שגוף נהנה מן הגוף...
טשעק די וועטער און אילת
מענדעלע דו פארשעמסט מיין ניק!די בריעף איז ממש א גרויל
שיין זעהט מען אויס אז דאס איז א אויפטוה
פאר מיר איז עס נאר proof אז די רבי שטייט אינטער די גאנצע שנאה און השחתה און הייסט אפהאקען מיט עלטערען און קינדער
טראכט נאר אריין אין די עקעלדיגקייט אז די גאנצע זאך שטייט בפירוש איז געשריבן בפקידת מענדעלע און "מענדעלע זאגט" אז איינער רעדט קעגען "אילנא דחיי" זאל מען אפהאקען מיט יענעם!!
30 מינוט אדער 3 שעה?ער האט געזאגט אז ליל שב״ק שפעט ביינאכט נאך די טיש, וועלן די פרויען און מענער שפאצירן די 30 מינוטיגע שפאציר צום ביטש אין אילת.
ביים ביטש וועט זיין א 'דערהויבענע' מעמד אמירת שירה לכבוד שבת שירה, היות עס איז נישט ווייט פון מצרים.
'אויך גייט מען זאגן דארט פרשת המן. איך זאג ענק מען גייט דארט פועל'ן גרויסע גרויסע ישועות.'
'אויב ענק וועלן ווען וויסען וואס מען גייט פועל׳ן דארט, וועלן ענק נישט האבן קיין פראבלעם צו שפאצירן 3 שעה אהין און 3 שעה צוריק'.
שווער צו גלייבן אז זיי זענען זיך גרייט איינצורייסן מיט אים. איך האף אויך אזוי.כ'האב עס אויך געזען.
פארוואס זאגסטו עס איז מסתם נישט אמת?
הלואי יא, עס ווילט זיך מיר האפן אז נאך וואס דער רבי פון גיבערס און ר' ישראל פון מאנסי האבן זיך גענומען איבער אים, וועט זיין ערנסטע קאנצעקווענצן.
די חסידים וועלן שלעפן די וואגען........בכלל בין איך נייגעריג צו דער פערד גייט אויך גיין 3 שעה, אדער גייט האבן א היתר צו פארן מיט א קאר...
עס איז א 30 מינוטיגע שפאציר.
דער רבי מענדעלע גיט פאר זיין עולם ענטערטעינמענט און צופרידענהייט, עס קומט מיט א פרייז אז מען דארף זיך צושטעלן צו זיינע קאפריזען און זיך פיעלן אדוק אין איהם, אז ער איז א צינור המשפיע וואס ראשו מגיע השמימה , איז עס נישט גימאכט פאר יעדען , איז דא די וואס האבען איהם אבגילאזט , אבער פאר די וואס זענען דארטן, גיט ער זיי א הרגש פון סיפוק - עס איז מסתבר אז אזוי איז חסידות בשורשו, מען איז פארקאכט און פארגלייבט אין די רבי , די וויזניצער קאזענס וואס קומען ארויס מיט קריטיק ווי דער גיבערס, און דער ירושלים׳ער,און דער מאנסי׳ער,איז ווייל זיי זענען פשוט דזשעלוס, אויף זיין כח וואס ער האט אויף זיינע חסידים און זיי קענען עס נישט באווייזען , און עומק לב וויסען זיי אז ער האט ארויס די כח פון מושל זיין אויף חסידים , קוק אריין עני תורה כמעט אין תפארת שלמה, וואס ער איז גיוועהן דער ראשון פון מייסד זיין חסידות, מיט רעדן צו חסידים אין דברים גשמיים אין מסחר און מיט הנהגת הבית,ווי ער האלט אין איין ארויס ברענגען אז אלעס איז דער צדיק,און ער איז דער משפיע און פארקויפט טהרה קדושה אבער נאר דורך דעם צדיק , דער רבי מענדעלע וויל מחזיר זיין עטרה ליושנה ווי אזוי עס איז אמאהל גיוועהן חסידות וויזניץ נאך אין מארמאראש, דער חסיד האט נאר גיטראכט פון דע רעבע , ווי עס איז משמע וועט ער ארויס קומען א געווינער, מיט א שיין חסידות, נישט אנדערש ווי גער, דארט איז אויך דער רבי נאהנט צו גאט . ביי אונז יידן קומט אזוי. ודבר הוא לך אל העם והיה הוא יהיה לך לפה ואתה תהיה לו לאלהיםעס איז א 30 מינוטיגע שפאציר.
עס האט געפעהלט די ווארט 'אפילו'.
פאראכטען יעצט:
ליל שב״ק שפעט ביינאכט נאך די טיש, וועלן די פרויען און מענער שפאצירן די 30 מינוטיגע שפאציר צום ביטש אין אילת.
ביים ביטש וועט זיין א 'דערהויבענע' מעמד אמירת שירה לכבוד שבת שירה, היות עס איז נישט ווייט פון מצרים.
'אויך גייט מען זאגן דארט פרשת המן. איך זאג ענק מען גייט דארט פועל'ן גרויסע גרויסע ישועות.'
'אויב ענק וועלן ווען וויסען וואס מען גייט פועל׳ן דארט, וועלן ענק נישט האבן קיין פראבלעם צו שפאצירן אפילו 3 שעה אהין און 3 שעה צוריק'.
די ספרי חסידות רעדן טאקע פון א צדיק!איין גרויסע חילוק איז דא צווישן איהפ און אלע אנדערע, ערשטענס אז אלע אמאליגע צדיקים וואס שרייבן דאס, שרייבן דאס נישט אויף זיך, נאר רעדן פון צדיקים, און דו זיי מחליט ווער עס איז א צדיק, און אויב דיין שורש נשמה ליגט ביי אצווייטן גיי צו יענעם,
משא"כ זיין פארנומען אז די רבי איז גאט אפילו אויף ער איז א שייגעץ, אפילו אויב ער איז עובר אויף אלע עבירות וכו' וכו', ווי אויך אז דו טארסט ח"ו נישט וואגן גיין צו א צווייטן, און אויב יא, וועט יעדער [דיין ווייב, קינדער, וכו',] אפהאקן פון דיר,
דאס איז שוין א צווייטע זאך אינגאנצן,
קוק אריין אין אלע ספרי חסידות, וועסטו טרעפן אז די נושאש פון נישט טארן מהרהר זיין אויף א צדיק, איז נאר נאך וואס עס איז ברור אז דער מענטש איז א צדיק וקדוש וכו', און דו האסט א קשיא, אויף איין געוויסע הנהגה טאר מען נישט פרעגן, אבער צו זאגן, אז ער קען זיך אויפפירן ווי א פויער און ער מעג טוהן אלע עבירות און אזוי ווייטער,
דאס איז ליגענט און רשעות, דאס איז נגד התורה וכו', און דערפאר פארפירט מען,
דאס איז דאך געווען די מחלוקת צאנז קעגן סאדיגורא.איין גרויסע חילוק איז דא צווישן איהפ און אלע אנדערע, ערשטענס אז אלע אמאליגע צדיקים וואס שרייבן דאס, שרייבן דאס נישט אויף זיך, נאר רעדן פון צדיקים, און דו זיי מחליט ווער עס איז א צדיק, און אויב דיין שורש נשמה ליגט ביי אצווייטן גיי צו יענעם,
משא"כ זיין פארנומען אז די רבי איז גאט אפילו אויף ער איז א שייגעץ, אפילו אויב ער איז עובר אויף אלע עבירות וכו' וכו', ווי אויך אז דו טארסט ח"ו נישט וואגן גיין צו א צווייטן, און אויב יא, וועט יעדער [דיין ווייב, קינדער, וכו',] אפהאקן פון דיר,
דאס איז שוין א צווייטע זאך אינגאנצן,
קוק אריין אין אלע ספרי חסידות, וועסטו טרעפן אז די נושאש פון נישט טארן מהרהר זיין אויף א צדיק, איז נאר נאך וואס עס איז ברור אז דער מענטש איז א צדיק וקדוש וכו', און דו האסט א קשיא, אויף איין געוויסע הנהגה טאר מען נישט פרעגן, אבער צו זאגן, אז ער קען זיך אויפפירן ווי א פויער און ער מעג טוהן אלע עבירות און אזוי ווייטער,
דאס איז ליגענט און רשעות, דאס איז נגד התורה וכו', און דערפאר פארפירט מען,
און דאס וואס איר פארגלייכט רוזין, איז בכלל נישט ריכטיג,
ווייל דארט איז דאס נישט געווען קיין שיטה אז א צדיק מעג אזוי זיין,
נאר עס האט זיך אויסגעשפילט א געוויסע מציאות, און מען האט נאך מען איהם שוין אויסגעגראדט, האט מען דאס געוואלט אביסל פארשענערן, אבער צו זאגן אז אזוי קומט דאס ,בשעת ווען דער יעניגער פירט זיך נאך אזוי, דאס איז קיינמאל נישט געווען
פונקט אזוי פרום????היסטאריא האט זיכער געוויזן אז די רוזינער קינדער זענן פונקט אזוי פרום און ערליך ווי די סאנזער קינדער, און די גאנצע סומאטוכע איז געווען גאנץ איבעריג.
זיי קענען דעמעדזשן די תמימות פון די קהלה? ווי אזוי איז דאס א פראבלעם?? אדרבה, טאקע דאס וויל מען, הלוואי זאלן זיי מצליח זיין! תמימות פון דינען עבודה זרה..... דו רופסט עס נאך "על דרך המסורה"??דא ביי מרכז וויזניץ איז דאך נאך דא די ספעציעלע מציאות; ספעציעל אויב עס איז דא א מנהיג וואס פירט אן עדה על דרך המסורה, און מען רייסט אים אראפ בפני קהל עם ועדה, דארף מען חייש זיין אז דאס קען דעמעדזשן די תמימות און ערליכקייט פון זיין קהילה. ממילא זענען די מוחים, אזוי ווי חיד"ו ווייס און זיינס גלייכן, טועים בדבר משנה ווען זיי רעדן אויף אים ברבים. ער איז פונקט אזוי ווי גור און סקווירא חסידות – עס קומט אזוי.
ריכטיגהאב נישט יעצט די צייט און מוח נאכצוברענגען אלע מראי מקומות,
אבער די קאמארנער אין היכל הברכה איז שטארק מאריך אין דעם, און ער זאגט קלאר, אז נאך וואס עס איז ברור אויף א מענטש אז ער פירט זיך ערליך און העכער, נאכדעם איז שייך די אלע מאמרי חז"ל פון אל תהרהר אחריו ווייל שמא עשה תשובה וכו',
ועוד חזון למועד, מער אריינצוגיין אין די נושא,