Mendy 18
אלטגעזעסענער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- אקט. 12, 2025
- מעסעדזשעס
- 78
- רעאקציע ראטע
- 139
- פונקטן
- 28
איהר זאגט שיין און הויך איבער אלעס וואס מען האט גע'טענה'ט אין צאנז!איך האב נישט געזאגט אז די מקור איז קאמארנא, איך האב נאר געזאגט אז ער קאכט שטארק אין די נושא און שרייבט דאס זייער קלאר, אבער אז איר קוקט אביסל אין זייער אסאך פון די ספרי חסידות, וועט איר דאס קלאר זעהן און טרעפן, אז אם ראית תלמוד חכם וכו' אל תהרהר אחריו, מיינט צו זאגן, אז מען זעט אויף דעם איד אז ער איז א תלמיד חכם, און א תלמיד חכם מיינט נישט איינער וואס קען לערנען [אויף דעם אליין קען מען אויך ברענגען א ים מיט מקורות, אבער אין בכוחי להאריך כעת], דעמאלטס און דוקא דעמאלטס אל תהרהר אחריו, וכו',
און אפילו דאס שטייט אויך קלאר אז מען טאר דאס נישט בארעכטיגן און זאגן אז עס איז גארנישט, נאר בודאי עשה תשובה, אבער צו זאגן אז אזוי מעג זיין, און ער מעג אויך הייסן טוהן אנדערש ווי דער אויבערשטער וכו' וכו' אלע נארישקייטן און פוסטע שטותים, דאס איז קלאר אפגעפרעגט אין אלע ספרי חסידות,
אין רוזשין האט מען געהאלטן דירעקט אנדערש
אזוי אויך אין נאך מקומות
נאר אין אנדערע האט עס נישט אויסגעקלאפט אויף אזא פארנעם ווי אין סאדיגורא
וויבאלד זיי זענען טאקע געווען גרויסע מענטשן