מה נשתנה חסידות וויזניץ רבי מענדל משאר החסידיות (ויזניץ מרכז דהיינו שוואנצונעס)

ס'טריגערט מיך ווען ניקים שרייבן אין תגובות 'די עבודה זרה' 'געטשקע'.... קאם אן... ס'סאונד שוין קנאי'ש... ווי @ריבי זאגט, קרעמל פארנעמט ערגערע כפירה ווי דאס...
כ'מיין סיריעסלי, דאס באדערט דיך אז עס קומט אפשר אויס א סתירה מיט אחדות השם???
עקזעקטלי. ס'דערמאנט פון דער רמב"ם וואס באשולדיגט אנדערע אידן אין "עבודה זרה" פארן גלייבן אין א געוויסע ווערסיע פון גאט
 
פארוואס מיינסטו האט די תורה גע'אסר'ט עבודה זרה? די רמב"ם האלט אז דאס איז ווייל פאר די תורה איז וויכטיג אז מ'זאל האבן אמת'ע דיעות, וואס איז געבינדען מיט זיין מהלך איבער השארת הנפש. אבער א פשוט'ערע סיבה איז אז קולט פירערס זאלן נישט קענען האבן קיין קיום דורכ'ן זאגן אז אז איך בין גאט. און פאר די זעלבע סיבה וואס עס באדערט פאר די תורה באדערט עס פאר אידן דא אין קרעמל.
 
פארוואס מיינסטו האט די תורה גע'אסר'ט עבודה זרה? די רמב"ם האלט אז דאס איז ווייל פאר די תורה איז וויכטיג אז מ'זאל האבן אמת'ע דיעות, וואס איז געבינדען מיט זיין מהלך איבער השארת הנפש.
ווער איז דער תורה? דער רמב"ם האט געהאלטן פון תורה משמיים? פון א גאט וואס וויל עפעס און פאדערט און שטראפט? אי וואס שרייט ער אן אנדערע מיטן רעליגיעזע חטא און עונש פון עבודה זרה?

אבער א פשוט'ערע סיבה איז אז קולט פירערס זאלן נישט קענען האבן קיין קיום דורכ'ן זאגן אז אז איך בין גאט. און פאר די זעלבע סיבה וואס עס באדערט פאר די תורה באדערט עס פאר אידן דא אין קרעמל.
דאס איז א ריכטיגע נקודה
 
ווער איז דער תורה? דער רמב"ם האט געהאלטן פון תורה משמיים? פון א גאט וואס וויל עפעס און פאדערט און שטראפט? אי וואס שרייט ער אן אנדערע מיטן רעליגיעזע חטא און עונש פון עבודה זרה?
אודאי האט ער געהאלטן פון תורה משמים, מ'דארף נאר וויסן וואס מיינט משמים. אין קורצן מיינט עס אז משה האט משיג געווען וואס איז אמת און גוט, און דאס איז די אופן וויאזוי גאט רעדט צו מענטשן. און דא פארשטייט מען טאקע זייער גוט פארוואס דינען עבודה זרה איז נישט אמת און נישט גוט.
 
פאר נייגעריקייט, האסט דעם מראה מקום פאר דעם רמב״ם?
 
פאר נייגעריקייט, האסט דעם מראה מקום פאר דעם רמב״ם?
מורה נבוכים חלק א פרק ס"ה
אם כן כל אמירה ודיבור המיוחסים לה' הם בשתי המשמעויות האחרונות, כלומר שהם או כינוי לחפץ ולרצון, או כינוי לעניין המובן מאת ה', ואחת היא אם נודע על ידי קול נברא או נודע באחת מדרכי הנבואה שעוד נבאר; לא שהוא יתעלה דיבר באותיות ובקול, ולא שהוא יתעלה בעל נפש שהעניינים נרשמים בנפשו כך שיש בעצמותו עניין הנוסף על עצמותו. אלא הקשר של עניינים אלו אליו וייחוסם אליו הוא כייחוסן של כל הפעולות (אליו).

עס איז ברייטער און טיפער ווי בלויז דעם שטיקל, און עס איז באגלייט מיט אסאך סתירות כדרכו, אבער דא איז א גוטע התחלה.
 
Back
Top