מה נשתנה חסידות וויזניץ רבי מענדל משאר החסידיות (ויזניץ מרכז דהיינו שוואנצונעס)

ס'טריגערט מיך ווען ניקים שרייבן אין תגובות 'די עבודה זרה' 'געטשקע'.... קאם אן... ס'סאונד שוין קנאי'ש... ווי @ריבי זאגט, קרעמל פארנעמט ערגערע כפירה ווי דאס...
כ'מיין סיריעסלי, דאס באדערט דיך אז עס קומט אפשר אויס א סתירה מיט אחדות השם???
עקזעקטלי. ס'דערמאנט פון דער רמב"ם וואס באשולדיגט אנדערע אידן אין "עבודה זרה" פארן גלייבן אין א געוויסע ווערסיע פון גאט
 
פארוואס מיינסטו האט די תורה גע'אסר'ט עבודה זרה? די רמב"ם האלט אז דאס איז ווייל פאר די תורה איז וויכטיג אז מ'זאל האבן אמת'ע דיעות, וואס איז געבינדען מיט זיין מהלך איבער השארת הנפש. אבער א פשוט'ערע סיבה איז אז קולט פירערס זאלן נישט קענען האבן קיין קיום דורכ'ן זאגן אז אז איך בין גאט. און פאר די זעלבע סיבה וואס עס באדערט פאר די תורה באדערט עס פאר אידן דא אין קרעמל.
 
פארוואס מיינסטו האט די תורה גע'אסר'ט עבודה זרה? די רמב"ם האלט אז דאס איז ווייל פאר די תורה איז וויכטיג אז מ'זאל האבן אמת'ע דיעות, וואס איז געבינדען מיט זיין מהלך איבער השארת הנפש.
ווער איז דער תורה? דער רמב"ם האט געהאלטן פון תורה משמיים? פון א גאט וואס וויל עפעס און פאדערט און שטראפט? אי וואס שרייט ער אן אנדערע מיטן רעליגיעזע חטא און עונש פון עבודה זרה?

אבער א פשוט'ערע סיבה איז אז קולט פירערס זאלן נישט קענען האבן קיין קיום דורכ'ן זאגן אז אז איך בין גאט. און פאר די זעלבע סיבה וואס עס באדערט פאר די תורה באדערט עס פאר אידן דא אין קרעמל.
דאס איז א ריכטיגע נקודה
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ווער איז דער תורה? דער רמב"ם האט געהאלטן פון תורה משמיים? פון א גאט וואס וויל עפעס און פאדערט און שטראפט? אי וואס שרייט ער אן אנדערע מיטן רעליגיעזע חטא און עונש פון עבודה זרה?
אודאי האט ער געהאלטן פון תורה משמים, מ'דארף נאר וויסן וואס מיינט משמים. אין קורצן מיינט עס אז משה האט משיג געווען וואס איז אמת און גוט, און דאס איז די אופן וויאזוי גאט רעדט צו מענטשן. און דא פארשטייט מען טאקע זייער גוט פארוואס דינען עבודה זרה איז נישט אמת און נישט גוט.
 
פאר נייגעריקייט, האסט דעם מראה מקום פאר דעם רמב״ם?
 
פאר נייגעריקייט, האסט דעם מראה מקום פאר דעם רמב״ם?
מורה נבוכים חלק א פרק ס"ה
אם כן כל אמירה ודיבור המיוחסים לה' הם בשתי המשמעויות האחרונות, כלומר שהם או כינוי לחפץ ולרצון, או כינוי לעניין המובן מאת ה', ואחת היא אם נודע על ידי קול נברא או נודע באחת מדרכי הנבואה שעוד נבאר; לא שהוא יתעלה דיבר באותיות ובקול, ולא שהוא יתעלה בעל נפש שהעניינים נרשמים בנפשו כך שיש בעצמותו עניין הנוסף על עצמותו. אלא הקשר של עניינים אלו אליו וייחוסם אליו הוא כייחוסן של כל הפעולות (אליו).

עס איז ברייטער און טיפער ווי בלויז דעם שטיקל, און עס איז באגלייט מיט אסאך סתירות כדרכו, אבער דא איז א גוטע התחלה.
 
פון דער שטיקל זעהט מען נישט השגה מדעת עצמו נאר בקבלה
 
דרך אגב, אין ליובאוויטש האט מען אויך געפונען גאנץ א ענליכע ערשיינונג, בפרט אין די לעצטע יארן פון רבי'ן דא אין אמעריקא.

די גאנצע משיח באוועגונג איז דאך באקאנט.

לעצטענס האב איך געהערט אז דער באקאנטער ניגון וואס אברהם פריעד זינגט "פארט א אידעלע מיט א שיפעלע... איז אן אלטע אידישע ליד וואס האט בעצם געהאט בלויז די ערשטע צוויי פעלער. די ניגון האט ארויסגעברענגט אז די אהבה פון א מאמע צו איר קינד איז פיל שטעקער ווי דער טאטע.

ביים טאטען האט מען געזינגען "איך קען דיר ניט העלפן" אבער די מאמעניו האט געזאגט מיט איר מוטערליכע הארץ "דו וועסט זיך ניט דערטרינקען!"

האבן די חבד'סקער געטוישט דעם ניגון אז סיי די טאטע און סיי די מאמע קענען נישט העלפן, און צוגעלייגט א דריטע פאל אז בלויז ווען מען שרייט צום רבין וועט מען זיך נישט דערטרינקען...

אין מיינע אויגן האט עס אייביג אויסגעזען ווי כפירה.

--

לעצטענס האב איך געטראפן א ניגון חב"ד וואס איז ערשינען אין יאר תשכ"ז אויף די אידישע גראמען פון אודה לקל - געלויבט ביזטו קודשא ברוך הוא...

האבן זיי אזוי געזינגען:

געלויבט ביסטו, מיין רעבעניו.
דו פילסט וואס יעדער טוט אין הארצין טראכטין,
איך לויב און דאנק, מיט מיין געדאנק,
וואס דו האסט מיין נשמה פאריכטן.

(גראדע האב איך הנאה אז זיי זאגן דו "פילסט" וואס יעדער טוט אין הארצן טראכטן, און נישט "דו ווייסט".

זע די גאנצע ניגון דא: ניגון אודה לא-ל – חב"דפדיה

ס'איז מיר געפאלן ווי זיי ענדיגן צו דעם ניגון:

גיי אריין צום רעבין צום טאטע, און שפירט זיך ווי א פיאטע,
און היט זיך "שמא יטה", פון דעם רבי'נס יחידות-הוראות,
ווייל אז מ'גיט זיך נישט איבער גאנץ, בלייבט מען א שוואנץ
און מ'שלאגט נישט אויס די הוצאות...

האמיר א מחלוקה וויזניץ און חבד א שוואנץ איז א גוטע זאך אדער נישט... :ROFLMAO:
די ווארט -שוואנץ -האט מערער אפטייטשן
עס קען מיינען אן עק פון א בהמה וואס מען רופט שוואנץ און דאס זענען די וויזניץ חסידים פון רבי מענדעלע -זיי האבען לפי דרכם, א סמך ווי עס שטייט אין די משנה, הוי זנב לאריות ,
עס קען אויך מיינען,א פאפער א חונף, וואס מאכט זיך פרום און ער איז נאר דא להונות אה הבריות . לאפוקי פון די קאטעגאריע האט מען רעפערט צו, אין ליובאוויטש .
 
ס'טריגערט מיך ווען ניקים שרייבן אין תגובות 'די עבודה זרה' 'געטשקע'.... קאם אן... ס'סאונד שוין קנאי'ש... ווי @ריבי זאגט, קרעמל פארנעמט ערגערע כפירה ווי דאס...
כ'מיין סיריעסלי, דאס באדערט דיך אז עס קומט אפשר אויס א סתירה מיט אחדות השם???

לאז אפ 'עבודה זרה'....
Grow up
די פראבלעם איז לאו דווקא די סתירה מיט אחדות השם, דאס איז איינע פון די פראבלעמען, די עיקר פראבלעם איז די טיפשות פון א מענטש צו זאגן אז ער איז גאט.
 
Back
Top