דרך אגב, אין ליובאוויטש האט מען אויך געפונען גאנץ א ענליכע ערשיינונג, בפרט אין די לעצטע יארן פון רבי'ן דא אין אמעריקא.
די גאנצע משיח באוועגונג איז דאך באקאנט.
לעצטענס האב איך געהערט אז דער באקאנטער ניגון וואס אברהם פריעד זינגט "פארט א אידעלע מיט א שיפעלע... איז אן אלטע אידישע ליד וואס האט בעצם געהאט בלויז די ערשטע צוויי פעלער. די ניגון האט ארויסגעברענגט אז די אהבה פון א מאמע צו איר קינד איז פיל שטעקער ווי דער טאטע.
ביים טאטען האט מען געזינגען "איך קען דיר ניט העלפן" אבער די מאמעניו האט געזאגט מיט איר מוטערליכע הארץ "דו וועסט זיך ניט דערטרינקען!"
האבן די חבד'סקער געטוישט דעם ניגון אז סיי די טאטע און סיי די מאמע קענען נישט העלפן, און צוגעלייגט א דריטע פאל אז בלויז ווען מען שרייט צום רבין וועט מען זיך נישט דערטרינקען...
אין מיינע אויגן האט עס אייביג אויסגעזען ווי כפירה.
--
לעצטענס האב איך געטראפן א ניגון חב"ד וואס איז ערשינען אין יאר תשכ"ז אויף די אידישע גראמען פון אודה לקל - געלויבט ביזטו קודשא ברוך הוא...
האבן זיי אזוי געזינגען:
געלויבט ביסטו, מיין רעבעניו.
דו פילסט וואס יעדער טוט אין הארצין טראכטין,
איך לויב און דאנק, מיט מיין געדאנק,
וואס דו האסט מיין נשמה פאריכטן.
(גראדע האב איך הנאה אז זיי זאגן דו "פילסט" וואס יעדער טוט אין הארצן טראכטן, און נישט "דו ווייסט".
זע די גאנצע ניגון דא:
ניגון אודה לא-ל – חב"דפדיה
ס'איז מיר געפאלן ווי זיי ענדיגן צו דעם ניגון:
גיי אריין צום רעבין צום טאטע, און שפירט זיך ווי א פיאטע,
און היט זיך "שמא יטה", פון דעם רבי'נס יחידות-הוראות,
ווייל אז מ'גיט זיך נישט איבער גאנץ,
בלייבט מען א שוואנץ
און מ'שלאגט נישט אויס די הוצאות...
האמיר א מחלוקה וויזניץ און חבד א שוואנץ איז א גוטע זאך אדער נישט...