מה ענין קאפל אצל אידישקייט

מרחשון

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 12, 2024
מעסעדזשעס
537
רעאקציע ראטע
2,446
פונקטן
423
"יענקי! דיין קאפל איז אראפגעפאלן!" הערט זיך א היסטערישע געשריי ווען א קינד'ס קאפל פאלט אראפ.

"ער גייט נאך מיט א קאפל?" איז די פראגע וואס באשטימט צי דער אפגעפארענער איז שוין אינגאנצן פארפאלן אדער ער האלט זיך נאך פרום.

דאס קאפל איז נישט בלויז א לבוש, נאר אן אידענטיטעט. (הערט זיך עי איי געשטימט… "נישט בלויז… נאר אפילו…") די שוואכסטע אידן וואס האלטן קוים שבת, גייען אבער שטאלץ מיט א קאפל. אזש עס וואלט זיך געקענט דאכטן אז ביים מעמד הר סיני, צווישן לא תרצח און לך רד מן ההר, זענען זעקס הונדערט טויזנט מלאכים געקומען צופליען און אנגעטוהן א קאפל פאר אלע אידן וואס וועט פארבלייבן מיט זיי לדורות עולם.

דער פראבלעם איז אבער אז אין תנ"ך זעט מען קיינמאל נישט קיין רמז אז אידן זענען געגאנגען מיט קאפלעך, הגם ס'איז אנגענומען אז זיי האבן זיך ווארשיינליך יא צוגעדעקט דאס קאפ אזויווי די בעדואינער, אבער נישט אלס רעליגיעזע אקט, נאר פשוט אלס קולטורעלע טראגע.

אין גמרא זעט מען עטליכע מאל אז א קאפ צודעק איז א סגולה אויף יראת שמים, הגם ס'איז גאנץ קלאר אז על פי רוב איז מען געגאנגען מיט אן אויפגעדעקטן קאפ, עכ"פ ביז צו די חתונה זיכער.

פארשטייט זיך אז עס זענען דא עטליכע וואס ווילן איבערשרייבן היסטאריע און קלעימען אז די אלע גמרות רעדן זיך פונעם אויבערהיטל, וואס מען טראגט איבער'ן קאפל. דאס איז אבער פשוט נישט אמת. נאך אזוי שפעט ווי אין די דרייצענער יארן האט א גרויס טייל כלל ישראל נאך געהעריג שפאצירט און געמאכט ברכות אן א קאפל, דער לעצטער פון וועמען עס איז שוין יא געווען טיילווייז קאנטראווערסיאל, נאך וואס טייל ראשונים שרייבן קלאר אז א ברכה דארף מען מאכן מיט א צוגעדעקטע קאפ.

די אחרונים זענען די ערשטע צו דעבאטירן די הלכה'דיגע פליכט פון גיין א קאפל אפילו ווען מען מאכט נישט קיין ברכה, און אפילו דארט איז נישט יעדער איינשטימיג. בעת טייל טענה'ן אז עס איז נישט מער ווי מידת חסידות, הויפטזעכליך דער גר"א, דער רמ"א און דער חיד"א, טענה'ן אנדערע אז עס איז א געהעריגע חיוב, ווי דער טורי זהב וואס האלט אז עס איז מטעם חוקת הגוי.אנדערע מאכן פארשידענע פשרות, ווי דער בית יוסף אז דער חיוב איז בלויז ביים גיין ד' אמות, וואס ער לערנט ארויס פון א גמרא, אדער אז עס איז בלויז ווען מען מאכט א ברכה, וכו'.

מערקווירדיג איז דאס וואס דער שולחן ערוך דערמאנט אין איין אטעם דער איסור פון גיין ד' אמות אן א קאפל און דער איסור פון גיין בקומה זקופה, דער צווייטער פון וועם האט נישט זוכה געווען צו ווערן אנגענומען אין כלל ישראל, טראץ דעם וואס מאנכע זענען מדייק פונען לשון המחבר אז גיין בקומה זקופה איז פיל הארבער ווי גיין אן א קאפל… "נעבעך, ער פלעגט זיין א פיינער בחור, היינט גייט ער בקומה זקופה… זיינע עלטערן האבן אים ארויסגעווארפן פונדערהיים…"

פון דאן און ווייטער איז דער קאפל מער און מער אריינגעקומען ביים פאלק, בעיקר מיט'ן ערשיינונג פון חסידות, וואס האט שטארק פארשפרייט דעם מנהג איבער אייראפע.

אבער אפילו אזוי, איז דער קאפל נאך אלס נישט געווען פאררעכנט אלס יסוד אין אידישקייט ביז ערשט נאכ'ן אויפשטייג פון השכלה און שפעטער ציונות, ווען אידישקייט האט גענומען א פארעם פון אידענטיטעט איידער רעליגיע, און דאס גרינגסטע שנעלסטע וועג וויאזוי מען קען פראקלאמירן אידענטיטעט איז דורכ'ן לבוש.

היינטיגע צייטן טענה'ן מאנכע אז דער חיוב פון גיין א קאפל האט אנגענומען א נייע פארעם, וויבאלד דאס איז געווארן א אידישע צייכן, און דאס אויסטוהן איז אין אנדערע ווערטער א סטעיטמענט אז מען וויל נישט באלאנגען אין כלל ישראל, וואס איז שוין יא א פארשטענדליכע הארבע איסור.

אלנפאלס, ווער קען עפעס צולייגן דא צו אויסקלארן דעם נעפל אביסל מער…
 
איך האב אלס געוויסט אז די מקור פון גיין מיט א קאפל איז פון א גמ' אז איינער האט געזעהן זיין זון גייט זיין אן עבריין און א תנא/אמורא האט איהם געזאגט ער זאל צידעקן די קאפ, און ער איז טאקע געווען ערליך, איינמאל האט א ווינט אראפגעבלאזן זיין צודעק, הנקרא 'קאפל' און ער האט גלייך געוואלט גיין גנבנען/ צי טוהן עפעס א צווייטע עבירה......כך מונח בזכרוני מגירסא דינקותא, קיינמאל אריינגעבאמט אין די גמ', אדרבה, ווער ס'ווייסט זאל ציווייזן...

אבער למען האמת איז עס מורא'דיג אינטערסאנט, און כ'האב מיך אלס געווינדערט ס'פשט די שוואכסטע אידן גייען אזוי..... עד שדרשה ' @מרחשון' .... ס'מאכט אסאך סענס וואס די זאגסט.... ש'כח!
 
לעצט רעדאגירט:
איך האב אלס געוויסט אז די מקור פון גיין מיט א קאפל איז פון א גמ' אז איינער האט געזעהן זיין זון גייט זיין אן עבריין און א תנא/אמורא האט איהם געזאגט ער זאל צידעקן די קאפ, און ער איז טאקע געווען ערליך, איינמאל האט א ווינט אראפגעבלאזן זיין צודעק, הנקרא 'קאפל' און ער האט גלייך געוואלט גיין גנבנען/ צי טוהן עפעס א צווייטע עבירה......כך מונח בזכרוני מגירסא דינקותא, קיינמאל אריינגעבאמט אין די גמ', אדרבה, ווער ס'ווייסט זאל ציווייזן
(כ'מיין די מעשה איז גאר געווען מיט די אמורא שמואל....?)

אבער למען האמת איז עס מורא'דיג אינטערסאנט, און כ'האב מיך אלס געווינדערט ס'פשט די שוואכסטע אידן גייען אזוי..... עד שדרשה ' @מרחשון' .... ס'מאכט אסאך סענס וואס די זאגסט..

דעיס איז די גרעסטע מקור אז בעצם זאל מען נישט דארפן גיין מיט א קאפל
 
איך האב אלס געוויסט אז די מקור פון גיין מיט א קאפל איז פון א גמ' אז איינער האט געזעהן זיין זון גייט זיין אן עבריין און א תנא/אמורא האט איהם געזאגט ער זאל צידעקן די קאפ, און ער איז טאקע געווען ערליך, איינמאל האט א ווינט אראפגעבלאזן זיין צודעק, הנקרא 'קאפל' און ער האט גלייך געוואלט גיין גנבנען/ צי טוהן עפעס א צווייטע עבירה......כך מונח בזכרוני מגירסא דינקותא, קיינמאל אריינגעבאמט אין די גמ', אדרבה, ווער ס'ווייסט זאל ציווייזן
(כ'מיין די מעשה איז גאר געווען מיט די אמורא שמואל....?)

אבער למען האמת איז עס מורא'דיג אינטערסאנט, און כ'האב מיך אלס געווינדערט ס'פשט די שוואכסטע אידן גייען אזוי..... עד שדרשה ' @מרחשון' .... ס'מאכט אסאך סענס וואס די זאגסט.... ש'כח
גמרא שבת קנו: ""אימיה דרב נחמן בר יצחק אמרי לה כלדאי: בריך גנבא הוה. לא שבקתיה גלויי רישיה. אמרה ליה: כסי רישיך, כי היכי דתיהוי עלך אימתא דשמיא, ובעי רחמי. לא הוה ידע אמאי קאמרה ליה. יומא חד יתיב קא גריס תותי דיקלא, נפל גלימא מעילויה רישיה דלי עיניה חזא לדיקלא, אלמיה יצריה, סליק פסקיה לקיבורא בשיניה"
 
"יענקי! דיין קאפל איז אראפגעפאלן!" הערט זיך א היסטערישע געשריי ווען א קינד'ס קאפל פאלט אראפ.

"ער גייט נאך מיט א קאפל?" איז די פראגע וואס באשטימט צי דער אפגעפארענער איז שוין אינגאנצן פארפאלן אדער ער האלט זיך נאך פרום.

דאס קאפל איז נישט בלויז א לבוש, נאר אן אידענטיטעט. (הערט זיך עי איי געשטימט… "נישט בלויז… נאר אפילו…") די שוואכסטע אידן וואס האלטן קוים שבת, גייען אבער שטאלץ מיט א קאפל. אזש עס וואלט זיך געקענט דאכטן אז ביים מעמד הר סיני, צווישן לא תרצח און לך רד מן ההר, זענען זעקס הונדערט טויזנט מלאכים געקומען צופליען און אנגעטוהן א קאפל פאר אלע אידן וואס וועט פארבלייבן מיט זיי לדורות עולם.

דער פראבלעם איז אבער אז אין תנ"ך זעט מען קיינמאל נישט קיין רמז אז אידן זענען געגאנגען מיט קאפלעך, הגם ס'איז אנגענומען אז זיי האבן זיך ווארשיינליך יא צוגעדעקט דאס קאפ אזויווי די בעדואינער, אבער נישט אלס רעליגיעזע אקט, נאר פשוט אלס קולטורעלע טראגע.

אין גמרא זעט מען עטליכע מאל אז א קאפ צודעק איז א סגולה אויף יראת שמים, הגם ס'איז גאנץ קלאר אז על פי רוב איז מען געגאנגען מיט אן אויפגעדעקטן קאפ, עכ"פ ביז צו די חתונה זיכער.

פארשטייט זיך אז עס זענען דא עטליכע וואס ווילן איבערשרייבן היסטאריע און קלעימען אז די אלע גמרות רעדן זיך פונעם אויבערהיטל, וואס מען טראגט איבער'ן קאפל. דאס איז אבער פשוט נישט אמת. נאך אזוי שפעט ווי אין די דרייצענער יארן האט א גרויס טייל כלל ישראל נאך געהעריג שפאצירט און געמאכט ברכות אן א קאפל, דער לעצטער פון וועמען עס איז שוין יא געווען טיילווייז קאנטראווערסיאל, נאך וואס טייל ראשונים שרייבן קלאר אז א ברכה דארף מען מאכן מיט א צוגעדעקטע קאפ.

די אחרונים זענען די ערשטע צו דעבאטירן די הלכה'דיגע פליכט פון גיין א קאפל אפילו ווען מען מאכט נישט קיין ברכה, און אפילו דארט איז נישט יעדער איינשטימיג. בעת טייל טענה'ן אז עס איז נישט מער ווי מידת חסידות, הויפטזעכליך דער גר"א, דער רמ"א און דער חיד"א, טענה'ן אנדערע אז עס איז א געהעריגע חיוב, ווי דער טורי זהב וואס האלט אז עס איז מטעם חוקת הגוי.אנדערע מאכן פארשידענע פשרות, ווי דער בית יוסף אז דער חיוב איז בלויז ביים גיין ד' אמות, וואס ער לערנט ארויס פון א גמרא, אדער אז עס איז בלויז ווען מען מאכט א ברכה, וכו'.

מערקווירדיג איז דאס וואס דער שולחן ערוך דערמאנט אין איין אטעם דער איסור פון גיין ד' אמות אן א קאפל און דער איסור פון גיין בקומה זקופה, דער צווייטער פון וועם האט נישט זוכה געווען צו ווערן אנגענומען אין כלל ישראל, טראץ דעם וואס מאנכע זענען מדייק פונען לשון המחבר אז גיין בקומה זקופה איז פיל הארבער ווי גיין אן א קאפל… "נעבעך, ער פלעגט זיין א פיינער בחור, היינט גייט ער בקומה זקופה… זיינע עלטערן האבן אים ארויסגעווארפן פונדערהיים…"

פון דאן און ווייטער איז דער קאפל מער און מער אריינגעקומען ביים פאלק, בעיקר מיט'ן ערשיינונג פון חסידות, וואס האט שטארק פארשפרייט דעם מנהג איבער אייראפע.

אבער אפילו אזוי, איז דער קאפל נאך אלס נישט געווען פאררעכנט אלס יסוד אין אידישקייט ביז ערשט נאכ'ן אויפשטייג פון השכלה און שפעטער ציונות, ווען אידישקייט האט גענומען א פארעם פון אידענטיטעט איידער רעליגיע, און דאס גרינגסטע שנעלסטע וועג וויאזוי מען קען פראקלאמירן אידענטיטעט איז דורכ'ן לבוש.

היינטיגע צייטן טענה'ן מאנכע אז דער חיוב פון גיין א קאפל האט אנגענומען א נייע פארעם, וויבאלד דאס איז געווארן א אידישע צייכן, און דאס אויסטוהן איז אין אנדערע ווערטער א סטעיטמענט אז מען וויל נישט באלאנגען אין כלל ישראל, וואס איז שוין יא א פארשטענדליכע הארבע איסור.

אלנפאלס, ווער קען עפעס צולייגן דא צו אויסקלארן דעם נעפל אביסל מער…
איך האב געזען אין שטיינזלץ־ש״ס די פאלגענדע, כ׳גלייב שווער אז יענע hairstyle וואס אידן יראים ושלמים האבן אזוי שווער געארבעט אויף, האבן זיי דאס טאקע פארדעקט! עטליעסט קיין טאהש׳ע קאפל האבן זיי זיכער נישט געטראגן, דאך קיין קלארע הוכחה איז עס נישט, עניוועי וועם באדערט טראגן א קאפל?

IMG_2321.webp
 
גראדע אינטערסאנט אז געוויסע זענען אזוי עמאציאנאל צוגעבינדן צום קאפל, אז מ'קען זעהן מאנכע אין מקוה וואקען צו ביז'ן בור אריין מיטן קאפל... קוקט אויס אז זיי ליידן פון די קאפל דיסארדער.. אזוי ווי @מרחשון האט אזוי שיין אראפגעלייגט.
 
איך האב געזען אין שטיינזלץ־ש״ס די פאלגענדע, כ׳גלייב שווער אז יענע hairstyle וואס אידן יראים ושלמים האבן אזוי שווער געארבעט אויף, האבן זיי דאס טאקע פארדעקט! עטליעסט קיין טאהש׳ע קאפל האבן זיי זיכער נישט געטראגן, דאך קיין קלארע הוכחה איז עס נישט, עניוועי וועם באדערט טראגן א קאפל?

View attachment 8584
BTW ש'כח פארן ציברענגען די בילד, כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען די פשט פון די תספורת ווי די גמ' זאגט 'ראשו של זה, מגיע לצד עיקרו של זה'
@'רבי' אלופי ומיודעי 'איד'! האסט מיר געלערנט א שטיקל גמ'!!!
 
איך פיר מיך װי פיהלע ספרדים פירן זיך. איך טוה אָן מײן קאפל װען איך קום אין שוהל. װען איך גײ ארױס טוה איך דאס אױס. כאטש זי איז אשכנז, פירן זיך פיהלע אנדערע אין מײן שוהל די זעלביגע, ס'קען זײן װײל אפי' די אשכנזישע אידן דא זענען געװארן אינפֿלוּענסד אסאך פון די ספרדישע קהילות װעלכע זענען דא געװען פריער, פון נאכ'ן גירוש. װײס איך נישט.

אמאל, אז איך שפאציר ארױס, פון שוהל למשל, צוזאמען מיט אנדערע װעלכע גײען יאר איבעראל ארום מיט'ן קאפל, ספעציעל עלטערע פון מיר, טוה איך עס אױס שפעטער װען איך שײד מיך, אױס רעספעקט.

אנדערע פון מײן שוהל, אין געגנט, װאס איז אידיש, גײען זײ ארום מיט'ן קאפל אבער גײענדיג ארײן צו די ארבעט, אין די סיטי, טוען זײ עס אױס.

װען איך קום צו חברים אינדערהײם װאס טראגן שטענדיג א קאפל, אין שבת, אױב ס'איז פאר א סעודה, טוה איך עס געװענטליך אָן; אינדערװאכן נישט. חוץ אױב ס'איז עמיצער פון א אנדערע קהילה, מיט װעמען איך קען מיך נישט אזױ גוט, איז װײטער, טוה איך אָן די קאפל בײ יענעם אינדערהײם, אפי' אינדערװאכן, אױס רעספעקט.

דאך, איך טראג מײן קאפל שטענדיג אין קעשענע אין קעיס ס'מאכט זיך מיר פלוצלונג א געברױך עס אנצוטוהן.
 
איך טראג מײן קאפל שטענדיג אין קעשענע אין קײס ס'מאכט זיך מיר פלוצלונג א געברױך עס אָנצוטוהן.
ווי דער בחור וואס האט א בילקע אין טאש אין קעיס ס'מאכט זיך א יארצייט סעודה...
 
דאך, איך טראג מײן קאפל שטענדיג אין קעשענע אין קעיס ס'מאכט זיך מיר פלוצלונג א געברױך עס אָנצוטוהן.
איך טו די זעלבע, נאר אנשטאט אין טאש טראג איך עס אויפן קאפ, אלס רעספעקט אין קעיס כ'טרעף איינעם
 
גמרא שבת קנו: ""אימיה דרב נחמן בר יצחק אמרי לה כלדאי: בריך גנבא הוה. לא שבקתיה גלויי רישיה. אמרה ליה: כסי רישיך, כי היכי דתיהוי עלך אימתא דשמיא, ובעי רחמי. לא הוה ידע אמאי קאמרה ליה. יומא חד יתיב קא גריס תותי דיקלא, נפל גלימא מעילויה רישיה דלי עיניה חזא לדיקלא, אלמיה יצריה, סליק פסקיה לקיבורא בשיניה"
היינט זעהט מען ממש בחוש די ווייטע בליק פון אונזערע חכמים אז די וואס גייען בלויז קאפלעך געווענליך זענען נישט די שווינדלערס, משא"כ די וואס גייען מיט א הוט און רעקל דאס איז שוין א גאנץ אנדערע מעשה.
 
צו זיין דעם שטן'ס אדוואקאט:
לעולם 'אידישקייט' איז א פראדוקט פון מאדערנע גלות קולטור. קודם זענען מיר געווען בני ישראל, דערנאך יהודים, און דערנאך אידן. ביי די בני ישראל איז דער הויפט היכר געווען צו מקריב זיין קרבנות בלתי לה' לבדו און נישט צום מולך. ביי די יהודים איז אפשר געווען צו מקריב זיין בלויז אין ירושלים פאר א-דוני, די אידן איז דער עיקר צו גיין מיט א קאפל.

תפילין איז אויך אביסל ספק'דיג, לויט'ן רשב"ם איז וקשרתם לאות בלויז מעטאפאריש. און שבת איז ווייטער נישט ממש פשוט. וואס מיינט מלאכה? אין ארץ ישראל האט געמיינט זיין א חלק - צו אנטיילנעמען אין די פייערונגען כגר כאזרח. אין גלות מיינט דאס - צו אנטון א היכר אז איך געהער צו דעם שבט.

ברית מילה ארבעט נישט, דער עולם האט א טענדענסי צו גיין דארט פארדעקט. די פיאות האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אומפראקטיש און קווייט-פרענקלי, היבש מאדנע. דער קאפל איז קליין און ריין, טוט זיין ארבעט און קען ווערן אראפגענומען ווען מען ברויך, נישט אום שבת גערעדט.

רעליגיעזע מענטשן האבן עפעס א געשעפט מיט קאפ צודעק. אנטון, אויסטון, אין טוירטש נעם אראפ, אין שול לייג ארויף. פרויען דעקן צו עלאבארעטלי, הפנים איז גאנץ קיל צו האבן עפעס אויפ'ן קאפ. עס איז פראמינענט, און עס איז א סטעיטמענט. ווילסט זיין א נאמענלאזער וועסטערנער אין א ים פון מיליאנען אדער ווילסטו געהערן צו א ענגן שבט? אין א צייט פון אן איינזאמקייט קריזיס איז געשמאק צו האבן קאמפאני.

אבער ערנסט גערעדט, וואס איז די עבירה פון גיין או טי די? לויט'ן רמב"ן איז דאס כי דבר ה' בזה, ההולך ונדבק לאחת מן האומות לעשות כהם ולא ירצה להיות בכלל ישראל כלל. דהיינו הפורש מן הציבור, איז משמע אפילו אן טון עבירות בפועל. א וועג'עטעריאן וואס נוצט קיין עלעקטריק און ממילא טוט נישט קיין מלאכה אבער וואוינט אין קענטאקי צווישן גויים, איז ער א איד? אפשר נישט. טאמער איז ער זיך אינגאנצן מכרית מעמיו און יצא מן הכלל, איז ער אויס איד, וכל הדר בחוץ לארץ אין לו אלו-ה. אז ער גייט מיט א קאפל אדער א מגן דוד איז ער נאך א שטיקל איד, מיטגענומען גאט אין הארצן, וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך.

אדער אפשר נישט. אפשר איז דאס בלויז אזא סארט הציבי לך ציונים נישט צו פארגעסן, ווייל באמת זענען מיר פארטריבן פון ארץ הקודש והמקדש, און האלטן נישט די תורה. נאר מיר מאכן א היכר אז מיר שטאמען פון זרע ישראל למען לא יתערבו בגויים. אפשר איז אידישקייט נישט טוישבאר און באמת ברויכן מיר פשוט צוריק אנהייבן מיט'ן פרה אדומה און שפריצן בלוט.

אויב א קאפל קען ריפלעיסן א תורת כהנים, אפשר קען א געלער חטופים סימבאל אויך ארבעטן? אדער בלויז א חנוכה מנורה איינמאל א יאר? ווען ווערט מען אויס איד? זענען די מעקסיקאנע אפשטאמיגע פון אנוסים אויך אידן? זענען מיר אידן, אויב מיר רעדן דייטש, וואוינען אין אמעריקא, אנגעטון פוליש, און האלטן נישט רוב מצוות התורה און לערנען נישט קיין תנ"ך?

דאס געשעט ווען מען גייט אן א קאפל....
 
Back
Top