איך קען אײך נישט זאגן װי עקסײטעד איך בין אז ס'האט זיך מיר אײנגעגעבן צו ענדיגן מײנע קאממענטס איבער דעם גאנצן מאמענט פון פאריגע װאך פרײטאג, 4.7.2025. (האפענטליך האבן זײ געזעהן עטװאס פונמײנע קריטיק און די װאכעדיגע עדישְן איז בעסער װי די פאריגע).
אצינד גײען מיר צו די לעצטע צװײ קאלומען אױסצושמועסן, די 'נײעס+אידישע נײעס' און 'נײעס+עקענאמיע', בײדע פון מנשה אײזן און אין דער מאמענט+. װי איך האף האט איר זיך טאקע איבערצײגט אז אפי' אין די ערטער װאו דער מאמענט טועהן נישט גראבע טעותים אדער בִּמְכִיװנדיגע צענזור, זענען אבער זײערע שרײבערס, אין מערסטנס פעלער, פױל נאכצוברענגען די גאנצע בילד (בײדע זײטן פון די מטבע), פױל צו קראָס רעפרענצן אינפארמאציע (צװישן אנדערע נײעס אאַוּטלעטס), פױל אײך צו ברענגען 'קאנטעקסט' און נוּאַנס, פױל צו סאניטײַזן זײערע שרײבערס' װאקאבּולערי, און פױל אײך צו פּרעזענטן מיט די מינימאלע, און אפטמאל װיכטיגסטע אינפארמאציע פון א באריכט.
אצינד צו די לעצטע סעט פון ציטאטן און בילדער:
און װאס גענױ
זאגט דער בריװ באמת?
מערקט אז די פױרסט סטעפּ עקט רעפֿערט צו טראָמפּ'ס אײגענע בילל אדורכגעפירט אין 2018. קײן מענשאָן װעגן
היסטארישע התחשבות מיט'ן רעבין "װען עס איז געקומען צו שרײבן געזעצן אין קאנגרעס". מערקט אױך אז אײזן דערמאנט גארנישט װעגן די תוכן בנוגע אוקטובר 7:
פון CNN (אגב ס'קוקט אױס אז דער מאמענט ברענגט נאך אסאך פון
CNN און
POLITICO):
דאס קוקט אױס א סתירה צו די אנדערע נײעס באריכט (זעה נעקסטע בילד) אין דעם זעלבן נומער אױך פון קאנאדא, װאס פארצײלט אונז שױן אז קאנאדע האט קאפוטילירט בנוגע די טאריפֿס אױף די טעק קאמפאניס כדי אז די נעגאָשיעישאָנס זאלן קענען
פארזעצן (מערקט װי-אזױ זײ שרײבן 'טרוּט' [סאושעל]):
דאס איז די ערשטע מאל און אײנציגסטע מאל דוכט זיך אין דער עדישן (בערך 100 עמודים פון קאנטענט) װאס דער מאמענט ברענגט נאך א מקור פון װאו זײ שרײבן נאך. װארשײנליך װײל דאס איז א סטאטיסטיקעל שטודיע. אבער די אלע אנדערע מקורות, אָנלײן סײטס און ניוּז פעיפערס פון װאנעט זײ ברענגען אלע נײעסלעך און געשעהענישן, זאגן זײ נישט ארױס פון װאו. ס'קען זיך אײנעם דאכטן אז גיבן קרעדיט פאר װער ס'איז דיוּ איז נישט א אידישע מנהג..:
אז איר װעט
נאכקוקן די מקור װעט איר זעהן אז די שטודיע רעדט בעיקר פון קאלעדזש גראדועיטס. און װאס מײנט 'יונגע'? זאגן זײ קלאר צװישן 22 און 27. װידעראום 'יונגע ארבעטער' אין דזשענערל װערן סעפּעראַטלי דערמאנט און סעפעראטלי קאטאגאריזירט אין דעם שטודיע און אױך אין דעם AP באריכט:
המשך אין די נעקסטע הודעה.