משיב כהלכה, שואל שלא כענין...

החוקר

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
נאוו. 1, 2024
מעסעדזשעס
463
רעאקציע ראטע
2,236
פונקטן
413
א גוטן טייערע חברים!

זעענדיג דעם שנירל, האב איך געטראכט פון א נייע שפיל'כל פאר'ן עולם דא. עס איז זייער פשוט, אבער עס קען זיין אינטערסאנט און גאר קאמיש.

די כללים זענען אזוי:
* איך הייב אן מיט א פראגע.
* דער נעקסטער (לאמיר אים רופן 'בערל') ענטפערט אויף מיין פראגע, און פרעגט א פרישע פראגע פאר'ן קומענדיגן.
* יעצט קומט דער כאפּ, נאכדעם וואס בערל האט שוין געענטפערט, גיי איך צוריק צו מיין תגובה און איך טויש (edit) מיין ארגינעלע פראגע צו עפעס אינגאנצן אנדערש, כדי ראובן'ס תשובה זאל אויסקומען מאדנע!

א ביישפיל, כדי צו פארשטיין בעסער:
החוקר (איך) פרעג די ארגינעלע פראגע:
וואס איז דיין באליבסטע שבת'דיגע מאכל?
בערל (דער צווייטער) ענטפערט:
> קישקע מיט פאטעיטע קוגל.
נייע פראגע: וויפיל שעה שלאפסטו א נאכט?

יעצט גיי איך צוריק און איך טויש מיין פראגע אויף:
וואס ליגט אין דיין בערזל?

דער שמועס קוקט יעצט אויס אזוי:
החוקר: וואס ליגט אין דיין בערזל?
> בערל: קישקע מיט פאטעיטע קוגל.

ביטע שרייב נאר אויב דו ווילסט אנטיילנעמען און פרעגן א נייע פראגע.

ביסט נייגעריג וואס די ארגינעלע פראגע איז געווען? האסט א זיסע הערה צו איינעם'ס ענטפער? ווילסט סתם וויסן די וועטער אין טשילע? מארגן, צו היינט? אדער
סיי וואס אנדערש דו ווילסט פרעגן — קיין פראבלעם! רוף הילל. אדער, שפרינג אריבער אהער.
דארט איז געווידמעט פאר אלע קאמענטארן, קריטיק און בויך קוועטשערייען… די שליסל עס זאל פארן געשמירט, איז אז די פראגע/ענטפער פארט כסדרן. ביטע האלטן דאס פלאץ זויבער.


מיין ערשטע פראגע איז:
ווען/וואו האסטו געזען דיין בעסטע טיפס אויף א גוטן יאפטשיק?
 
לעצט רעדאגירט:
איך מיין ער האט געברויכט צירוק גיין אינעם מאמעס רחם פאר צוויי דריי קליינע מעינטענענס

-

ביי וועלכע סעקטע פון כלל ישראל ווען מען ווערט 'בר מצוה' מיינט אז מ'איז געהעריג רעדי פאר די 'מצוה'? 😢
 
לעצט רעדאגירט:
איך גיי נישט לאזן די באליבטער @החוקר אויסגעשפילט

ביי די לב טהור חבורה!!

האסט עפעס א גוט ווארט אויף קרעמל?
 
Back
Top