מאווי רעקאמענדאציעס

יעך האב געוואלט בעסער מאכן און ארונטער רייסן דעם פראבלעים זאגסטו גאר איך האב צו געלייגט צוויי
דערמאנט מיר די בילד אינ׳ם קינדער ביכל ״א הילף פאר׳ן קינד״
ביי מכת צפרדע, ווי מער די מצריים האבן געשלאגן דעם ריזיגן פראש, אלס מער קליינע פרעש זענען ארויסגעקומען…
ווען ס׳דא א פראבלעם און מ׳וויל שנעל ״פטור ווערן״ דערפון קומען נאר מער פראבלעמען. Denying the problem איז קיינמאל נישט א הילף
 
וואס טוט דיין רבי ווען דו קוקסט א מאווי מיט'ן רעביצין?
דערמאנט דודו פישער׳ס ליד 😂

וויאזוי די רבי איז making out with the דינסט בשעת די רביצין שטריקט ביים אויבןנעבן דאס פייגעלע 🦜

(מ׳טאר חלילה נישט רעדן דערפון,
אבער נכנס יין יצא סוד)



View: https://youtu.be/l4QWnKchhD4?si=o-COYcftk9xnhqzs
 
דאס ליד ברענגט אויף זכרונות פון ספר שתיקת החרדים - שייע בריזל
וואס דערציילט וועגן די הייליגע בריזל משפחה
ווי אויך אנדערע חסידישע רביס וואס זענען אינוואלווד ווי דער קרית גת'ער רבי (וואס האט זיך משדך געווען מיט'ן טאהש'ער רבי'ן ז''ל
 
דא איז אפאר יידישע גאר אלטע מאוויס פון פארן קריג,


און אגב דא איז דער באוואוסטער fiddler on the roof אויף ענגלישע שפראך פון 1971
 
דא איז אפאר יידישע גאר אלטע מאוויס פון פארן קריג,


און אגב דא איז דער באוואוסטער fiddler on the roof אויף ענגלישע שפראך פון 1971
הלוואי קען איך טרעפן ״פישקע דער קרומער״ אנליין. כ׳האב עס אמאל געזעהן, אוי ווי געשמאק

דא איז סתם א מינוטיגע קליפ
View: https://m.youtube.com/watch?v=ng90Sb1z7F8&pp=ygUe16TXmdep16fXoiDXk9ei16gg16fXqNeV157Xoteo
 
The fall guy
(Action comedy)

נישט צו ווארעם, אבער א סגולה לשלום בית צו וואטשן מיט'ן רביצין
זיי האבן טאקע אזוי עדווערטייזט די מאווי....

אז ס'האט action פאר איינער וואס גלייכט דאס, און ס'האט אויך love....
 
אז מ'רעדט פון די פאָל גיי, איז די כינעזע דזשעקי טשען פילם רייד אַן אביסל ענליך. די פילם איז איבער אַן עלטערע סטאָנטמען און זיין פערד וועלכער ער פלעגט נוצן אין זיינע סטאָנטס. ער איז שוין עבר ובטל אין די אינדוסטריע און האט נישט קיין פרנסה, און תובעים זוכן צו איינקאסירן זיין פערד מיט וועלכע ער האט ערווארבן א נאנטן קשר. ווי אויך זוכט ער צוריק אויפצובויען א קשר מיט זיין טאכטער (וועלכע האט לעגאלע עקספּיריענס), מיט וועמען ער האט דאס נישט געהאט פון פריער, זייענדיג פארנומען מיט זיין ארבעט איבער די וועלט.

די פילם איז אבער טיהפער. מיינענדיג, אלס בחור בין איך אויפגעוואקסן זעהענדיג די דזשעקי טשען עקשאן פילמס פון די 80'ס 90'ס יארן. כידוע, איז ער און זיין טיעם, מער-ווייניגער, (דאן) געווען די פּרעמיער און מערסטע באקאנטע סטאָנטמען אין די וועלט. יעצט, זייענדיג 70 יאר אלט, זעהט מען ווי אט די פילם איז, אין א מעטאַ וועג, אַן אייגענע רעטראָספּעקט פאר אים צוריקצוקוקן אויף זיין קאריערע און לעבן (עס נוצט אסאך סטאָנט פוּטעדזש פון זיינע עלטערע פילמס, כאילו דאס איז פוּטעדזש פון די פילם כאראקטער'ס סטאָנטס אינעם עבר). פאר איינער וואס האט געזעהן זיינע פילמען ווען ער איז געווען בחורפו, געבט דאס א טיפערע באדייט בסתם. (עס איז סתם אזוי מערקווידיג ווי אפילו אין די פילם, זייענדיג לכאורה דעמאלטס 68-69 בשעת'ן פילמען, זענען דא אפאר סצענעס פון נייע "דזשעקי טשען סטייל" פייטס און סטאָנטס. טאקע נישט אזויפיל ווי אין זיינע אינגערע פילמס, זייענדיג אז דאס איז א דראַמאַ פילם בעצם, אבער דאך גענוג. כה לחי!)
 
דא איז אפאר יידישע גאר אלטע מאוויס פון פארן קריג,


און אגב דא איז דער באוואוסטער fiddler on the roof אויף ענגלישע שפראך פון 1971
איך וואלט אויך צוגעלייגט צו דעם "דער דיבוק" פון פארן קריג.
 
דא לייגט איינער אראפ לדעתו די טאפ 25 טי ווי סעריעס, פראדוצירט דורך נעטפליקס
(איך האב שוין געזען דריי פון די אויסגערעכנטע, די ענגלישע באדי גארד, די שפאנישע לע קאסא דע פאפעל, און די ענגלישע בלעק מירער).
 
איך זיך א גוטע דראמא/ עקשאן/ ראמאנטישע מאווי.
עני רעקאמענדאציעס?
 
שכויעך פאר די רעספאנס.

איך קוק נישט קיין טי ווי שאוס מחמת חוסר זמן. נאר מאוויס.

למעשה האבעך געוואטשט
Olympus Has Fallen
אין שטארק הנאה געהאט! נישט עפעס א מוראדיגע סטארי ליין, אבער זייער דראמאטיש.
 
שכויעך פאר די רעספאנס.

איך קוק נישט קיין טי ווי שאוס מחמת חוסר זמן. נאר מאוויס.

למעשה האבעך געוואטשט
Olympus Has Fallen
אין שטארק הנאה געהאט! נישט עפעס א מוראדיגע סטארי ליין, אבער זייער דראמאטיש.
קענסט אויך קוקען London has fallen, ווי אויך Angel has fallen.
 
עפעס א גוטע עקשאן מאווי זיך צו פארנומען האלטן אינעם קאלטן זונטאג?
 
שכויעך!!

אבער שוין געזען די דאזיגע.
 
פראביר MACGYVER ס'איז טאקע א סעריע, אבער ס'ווערד, און ס'לאו דוקא פארבינדען איינע מיט די אנדערע, קענסט וואטשען איינס יעדע זונטאג, עלי ועל צאורי דו וועסט נישט חרטה האבן!
 
איך האב מיך לעצטנס פארליבט אין באסטער קעיטאן, ער האט געמאכט צוואנציג מינוטיגע שאו׳ס, ס׳האט קאמעדי, דראמע, ראומענס און וואס נישט, ס׳זייער קיוט ס׳שוין איבער הונדרעט יאר אלט און ער רעדט נישט ווייל דעמאלטס האט מען נאך נישט אינווענטעט קיין וואויס ריקארדער
ער האט נישט קיין טשענעל אבער זיינע זאכען זענען פארשפרייט אלל אווער יוטיוב. זיך buster keaton

View: https://youtu.be/K5SjeqvM4ro?si=VOMOp-bI0bnzwIEL
 
Back
Top