מאווי רעקאמענדאציעס

די צווייטע איז (1998) The Truman Show.
וואס רעדט זיך פון א גאנצן שטעטל (און אפילו וועלט) וואס איז געווארן אויפגעשטעלט ארום א מענטש, וואס איז אומבאוואוסט צום פאקט, אז ער איז דער מעין אקטאר פון די גרעסטע שאו פון די וועלט. א שאו וואס האלט אן פון זיין געבורטס אן, ביז ער כאפט וואס טוט זיך, און פארלאזט די פלאץ זוכנדיג אהבת לבו.
די מעשה פאר זיך איז גוט משוגע, אבער די חלק פון די גאנצע וועלט האלט מיט וואס דו טוסט, אן דו זאלסט וויסן, קען גוט פארדרייען די קאפ.
איך האב לעצטנס געוואַטשד די מאָווי טאקע צוליב וואס די געדאנק דערפון איז מיר געפאלן; נישט אוועקצומאכן די גוטע חלקים דערפון ווי די הומאר און די אבסורדיטי פון דעם אז די גאנצע וועלט האלט מיט און איז אנגעהוּקט אינעם שאו, איז עס אבער אין מיין האָמבל אפיניאן גאנץ אנדערוועלמינג אין טערמס פון די דראמא ארום די געדאנק, עס האט מיך נישט מצליח געווען אריינצושלעפן אין די כאראקטערס און אינעם מצב..
 
די צווייטע איז (1998) The Truman Show.
וואס רעדט זיך פון א גאנצן שטעטל (און אפילו וועלט) וואס איז געווארן אויפגעשטעלט ארום א מענטש, וואס איז אומבאוואוסט צום פאקט, אז ער איז דער מעין אקטאר פון די גרעסטע שאו פון די וועלט. א שאו וואס האלט אן פון זיין געבורטס אן, ביז ער כאפט וואס טוט זיך, און פארלאזט די פלאץ זוכנדיג אהבת לבו.
די מעשה פאר זיך איז גוט משוגע, אבער די חלק פון די גאנצע וועלט האלט מיט וואס דו טוסט, אן דו זאלסט וויסן, קען גוט פארדרייען די קאפ.
יעצט געוואשט.. גאר גאר אינטערעסאנט. א גוטע לעסן אויף בשבילי נברא העולם..

איך בין נאר נייגעריג פארוואס עס איז אין Sci-fi? זיי האבן אלעס געמאכט מאכן סענס..
 
דאס איז די לעצטע מישען אימפאסיבעל.

און דאס לעצטע מאל טאם קרוז שפילט די ראלע פון איטן האנט…!!!

די חברה זאגן אז דאס איז די בעסטע פון אלע ביי פאר!
 
ארויס א פרישע מישען אימפאסיבעל!
איינער האט עס שוין געזען?!

ווי קען איך עס באקומען?
שוין געזען א קרעזי דזשאב געמאכט! פון מיין אינטרעסאנסטע מאוויס וואס כ׳האב נאר געזען, יעצט איז עס נאר אין theatre געב עס אפאר חדשים און עס וועט זיין אויף דער סטרימינג נעטיארקס
 
יעצט געענדיגט Fall 2022

וואף איז דאס אז טרילער!

דאס איז א געשיכטע פון צוויי מיידלעך וואס זענען געבליבן סטאק אויף א 2,000 פיס הויעך טורעם אן קיין וועג אראפ.
 
בייגעלייגטע פיילס

  • GrZfavOX0AApP51.jpeg
    GrZfavOX0AApP51.jpeg
    559.8 KB · געזען: 62
איך האב יעצט גענדיגט בּאָראַט דער זעלבן עקטאר פון דער דיקטאטור ה״ה סאשא באראן כהן נ״י (ער איז ווארשיינליך א איד ווייל ווען ער דארף רעדן א שפראך וואס ער עקט אין רעדט ער עברית אויב מען לייגט גוט צי קאפ)
ווען רש״י האט גערעדט פון די ליצני הדור האט ער עם געמיינט איך האב נישט געקענט אטעמען פאר געלעכטער פון די רעדיקולעסקייט, שווארץ הומור און פאליטיקלי אומקארעקטקייט.
 
א כהן גאר, און היט כשרות

ער איז א דזשיניעס פון א קאמידיען, אבער א שלעכטער היומען ביאינג...
 
איינער מיט א רעקאמענדאציע?
איך האב נישט ליעב קיין קאמעדי

איך האב שטארק הנאה געהאט פון

טהרן
פאודה
בת השוטר
La casa de papel
Breaking bad

איינער מיט א רעקאמענדאציע?
 
איינער מיט א רעקאמענדאציע?
איך האב נישט ליעב קיין קאמעדי

איך האב שטארק הנאה געהאט פון

טהרן
פאודה
בת השוטר
La casa de papel
Breaking bad

איינער מיט א רעקאמענדאציע?
The sopranos. געזען?
 
The sopranos. געזען?
איך האב עס אנגעהויבן די ערשטע פאר פרקים
עס האט מיר נישט אזוי געצויגן. מעגליך עס איז ווערט די צייט ארייצוקומען אין די זאך.

איך בעט א רעקאמענדאציע ווייל א טיווי שאוי איז א ערנסטע אינוועסטמענט פון צייט עס נעמט אסאך שעות, איך וויל מיר נישט טרעפן נאך צען שעה וועיסטן אויף עפעס אומאינטערעסאנט

איך זיך אויך עפעס מיט עפעס ראמאנס אין עס
 
כ'פארשטיי די דילעמע ווייל איך האב שוין אסאך צייט געוועיסט אויף אנגעבליכע 'טאפ' שאוס וואס איך האב נישט געגליכן צום סוף.

די פראבלעם איז, א גוטע שאו מיט זאפטיגע קאמפליצירטע כאראקטערס נעמט בדר"כ עטליכע פרקים ביז מען קאנעקט צו דעם. ביי סאפראנאס האב איך געסטאפט די ערשטע מאל נאך צוויי פרקים און נאר צוריקגעקומען א שטיק צייט שפעטער און דאס איז די בעסטע שאו איך האב געזען דערווייל. אבער מוז נישט זיין דו וועסט עס ליב האבן
 
העמער פראבירן

א שיינעם דאנק
 
כ'פארשטיי די דילעמע ווייל איך האב שוין אסאך צייט געוועיסט אויף אנגעבליכע 'טאפ' שאוס וואס איך האב נישט געגליכן צום סוף.
יאפ, איך האב שוין אסאך צייט געוועיסטעט פאר דעים,

איז דא עפעס א וועג צי וויסן אין די ערשטע 5 מינוט פון א מאווי אדער די ערשטע פאר עפעסאדס פון א שאו צי דאס גייט רעדן צי מיין הארץ? ס'דא עפעס א טעקניק פאר דעים?
 
כ'פארשטיי די דילעמע ווייל איך האב שוין אסאך צייט געוועיסט אויף אנגעבליכע 'טאפ' שאוס וואס איך האב נישט געגליכן צום סוף.

די פראבלעם איז, א גוטע שאו מיט זאפטיגע קאמפליצירטע כאראקטערס נעמט בדר"כ עטליכע פרקים ביז מען קאנעקט צו דעם. ביי סאפראנאס האב איך געסטאפט די ערשטע מאל נאך צוויי פרקים און נאר צוריקגעקומען א שטיק צייט שפעטער און דאס איז די בעסטע שאו איך האב געזען דערווייל. אבער מוז נישט זיין דו וועסט עס ליב האבן
מהאט מיר געזאגט די זעלבע זאך ביי ברעיקינג בעד
אבער עפעס האט מיר נישט געכאפט, אפילו נאך 3 סיעזאנס..

איך האב שוין אנגעפאנגען סופרענאס, אבער... עפעס ציעט עס נישט.

איז עס ווערט די צייט?
 
Back
Top