- זיך איינגעשריבן
- אפר. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,629
- רעאקציע ראטע
- 5,618
- פונקטן
- 943
רוט 17 אין ניו דזשערזי איז היינט כמעט דער הויפט וועג וואס שניידט אדורך בערגן קאונטי. ווער ס וואוינט אין די קאונטי'ס ווייסן גוט אז אן דעם וועג איז זייער שווער צו דורכקומען. יעדן טאג לויפן אויף אים טויזנטער קארס. מענטשן פארן צו ארבעט, קינדער צו די סקולס, און משפּחות צו געשעפטן און פארברעגנגען ערטער ווי קרעטשמעס (באר'ס) וכדו'.
אבער בעפאר דער רוט 17 איז געווען ווי מיר קענען עס היינט איז מען געפארן אויף די אלטע וועגן, און שטעגן. פון די וואשינגטאן ברידזש ביז אין די קעטסקילס איז מען געגאנגען אויף פרענקלין טורנפייק דורך העקינסעק פאראמוס רידזשוואד און רעמזי ביז סאפערען און פון דארט ארויף אריין אין בערג אויף קליינע וועגעלעך. דאס איז געווען זייער פאמעלאך מיט טרעפיק און קראס-ראודס, אבער מענטשן האבן נישט געהאט קיין אנדער ברירה און אזוי איז מען געפארן צו די קאנטרי'ס פאר א צירקע פון 5-6 שעה.
די רייזעס צום קאנטרי זענען געווען זייער באקאנט. זייער אסאך מענטשען פון די שטאט האבן געמאכט דעם וועיג ארויף. מענטשן האבן זיך אריינגעפאקט אין די גרויסע סטעישאן וועגענס. אויפן דאך האט מען געבונדן בעיבי קערידזשעס (די ריזיגע באטלעך מיט די פערד וואגאנישע רעדער) קריב'ס און בעטלעך קאלער באקסעס אנגעפילט מיט שניצל קוגל און פלעשלאך טרינקען. אינעווייניג אין די לאנגער סטעישאן וועגען זענעין מיר אלע געזיצט איינגעקוועטשעט קעפ אויף קעפ. קיינער האט נישט געהאט קיין סיט בעלטס, נישט געווען אזא אייטעם. נאר דער פראנט פאסאנדזשיר האט געהאט אזא זאך. קינדער זענען געזעצן אויף די בענק די קארס האט נישט געהאט קיין באזונדערע אדער אפי' אויס געפארעמטע סיטס עס איז געווען פשוט איין לאנגער באנק, איינער איז ארויפגעקראכן צום טאטען ביים רעדל, יא אינדערמיט צווישען טאטע מאמע איז געזעצן דער טראבעל מעקיר. איינער איז געליגן ביי די מאמע, די קלענערע האבן געוויינט און די גרעסערע האבן זיך געראנגל ווער עסס וועט זיצן ביים פענסטער.
די פענסטער האט מען דעמאלט נישט געעפנט מיט א קנעפל ווי היינט, נאר מיט א דרייער וואס איז געווען אינסטאלירט אויפן טיר. יעדער קינד האט געוואלט דרייען און עפענען, און ווען מען האט זיך געשטאנען אין טראפיק האט יעדער געדרייט דעם הענטל ביזן סוף אז ס׳זאל אריין קומען אביסלע (פרישע) לופט. די לופט איז געווען הייס שטיקעדיג פול מיט שטויב, אבער עס האט געהאלפן אביסל איבערצולעבן די שווערע היצן.
אין די באגאזש (טראנק) הינטן האבן זיך אויך געזעצט קינדער אויסגעדרייט אויף די באנק וואס האט זיך געעפענט אויף די פארקערטע וועג. דארט האט מען געהאט נאך פלאץ צו לייגן זעקעלעך אבער די קינדער האבן ליב געהאט צו אריין קריכן און זיך אויסשטרעקן. מיר זענען געליגן אויפן בויך און געקוקט ארויס פון דער הינטער פענצטער און געכאפט זיך אינאיינעם אין א לאכעריי.
די היצן זענען געווען שווער. מיר האבן נישט געהאט קיין עיר קאנדישאן (אפשר יא אבער געז וואלט געקאסט 0.60 סענטס א גאלאן אנשטאט 0.45 סענטס א גאלאן). די בעיבי אין קאר סיט האט געקוויטשעט, דער צווייטער האט געבעטן סאדע, דער דריטער האט געוואלט אנעפל, און די מאמע האט שוין נישט געוואוסט וועם ערשט צופארזארגן. צווישן דעם אלעם האט דער טאטע געהאלטן די הענט אויף גרויסן רעדל. אויפן לאנגן שיפטער אויפן לינקן זייט פונעם רעדל וואס איז געווען איבער געפילט מיט די ראבער בענדס וואס דער פאסט מעסטער האט נישט אראפ גענומען פון די פאסט בריוולעך. א יעדעס מאל וואס ער האט געטוישט גיר האט עס גענאקעט מיט קולות.
ווען מען האט געשטאנען אין טראפיק האט מען געעפנט די הינטערשטער פענסטער פינעם טיר א ביסל אז ס'זאל אריין קומען א שטיקעלע ווינטעל. און אין גאז סטאנציעס האט מען זיך אפגעשטעלט, די קינדער זענען ארויס געשפירנגען זיך צו אויסשפרינגען, דער טאטע האט געטאנקעט, די מאמע האט ארויסגענומען א שטיקל קיכעלע אדער א קען סאדע צו געבן כדי שטיל צו מאכן די געשרייען.
אזוי האט אויסגעזען א רייזע צו די קאנטרי אין יענע יארן. שווער, הייס, מיט קוועטשן און אומגעדולד, אבער צום סוף ווען מען האט שוין געזען די גרינע בערג אין קעטסקילס האט זיך אלעס אויסצאלט. די קינדער האבן זיך ארויסגעווארפן. פונעם קאר און אנגעהויבן זינגען איי איי די קאנטרי.