מיין שווער און ניקאלאס קאפּערניקוס (מייסטערווערק)

לגבי דיִ פארשידענארטיגע סארט מאדעלס פון א מאָלטיווערס, און וואו עס איז שייך אז אין אנדערע יוּניווערסעס זאלן זיין אנדערע מאטעמאטיקס, און וואו די געדאנק פון א מאָלטיווערס קען גאר זיין מקושר דערמיט זייענדיג אז עס איז מעגליך אז די יקום איז מאטעמאטיקס און ווערט נישט נאר געמאַדעלט לויט דעם, איז מערקווידיג צוצוצייכענען צו דער מאטעמאטיקער דר. יואל דוד העמקינס׳ טעזע. ער טענה׳ט אז עס איז, לדוגמא, ידוע די אפענע שאלה אין סעט טעאריע וועלכעס רופט זיך די קאָנטיניוּאם היפּאטעזיע. דאס פרעגט צו ״אינצווישן״ די קאַרדינעליטי פון די אינפיניט סעט פון די רעשאנעל נומערן, און די קאַרדינעליטי פון די סעט פון עכטע נומערן וועלכעס איז גרעסער פון איר, איז דא א קאַרדינעליטי פון אַן אנדערע סעט צי נישט? קורט גאָדעל און פּאָל כהן האבן אויפגעוואוזן אז סיי דאס׳ן אָננעמען אז עס עקזיסטירט נישט אזא סארט מאטעמאטישע סעט און סיי דאס׳ן אָננעמען אז עס עקזיסטירט יא, איז אומאפהענגיק אין די זערמעלאָ-פרענקל אקסיאמען פון סעט טעאריע, וועלכע זענען אקסיאמען אויף וועלכעס מאטעמאטיקס (און איר שפראך) איז געבויט. עפי״ז טענה׳ט דר. העמקינס אז עס איז פארהאן, אין מאטעמאטישע טערמינען, א ״מאָלטיווערס״. דאס איז אז עס איז פארהאן א קאנסיסטענט ״יוניווערס״ דערין וואו די סטרוקטור פון מאטעמאטיקס איז קאנסיטענט מיט איין סארט הנחה, און א צווייטע וואו עס איז קאנסיסטענט מיט היפוכו פונקט אזוי; זיי זענען אפגעזונדערט איינע פון דאס אנדערע. דאס איז אפגעזעהן פון די פילאזאפיע דארונטער צי מאטעמאטיקס איז עכט צי נישט - אין מאטעמאטיקס גופא ווערט דאס גענצליך אפגעטיילט און עס איז נישט פאראייניגט און יוּניפייד. ער פארגלייכט דאס צו וויאזוי עס זענען פארהאן פארשידענארטיגע דזשיאמעטריס, יוּקלידיען און אנדערע נאַן-יוּקלידיען דזשיאַמעטריס, וואו וואס איז אמת אין איינס איז ל״ד אזוי אין אַן אנדערעס. ענליך זאגט ער איז אויך בנוגע עקסטענדן די נומער ליין אין צו 2D אז עס פארמאגט די אימעדזשינערי נומערן. (דאס גייט צוזאמען מיט גאָדעל׳ס באקאנטע טעארעמס וואו אויב עס איז שייך אויפצואווייזן אין א גענוג שטארקע מאטעמאטישע סיסטעם און שפראך וועלכעס קען ענקוֺידן מאָלטיפּליקעישאן אויך און וועלכעס האט א פיניט צאל אקסיאמען, יעדעס סארט מאטעמאטישע זאץ וואס איז שייך צו די שפראך פון די סיסטעם און קען ארויסקומען פון אירע אקסיאמען, דאן איז עס בהכרח אינקאנסיסטענט און עס זענען דא דערין פּראַפּאַזישאנס וועלכע קענען סיי אויפגעוואוזן ווערן אז יא און סיי אויפגעוואוזן ווערן אז נישט.)

ולגבי די קשר צווישן ״ג-ט״ און מאטעמאטיקס קען דאס זיין א רמז אין די מדרש וואס דער מ״א ברענגט אראפ באו״ח סימן תקפא סעיף א אז הקב״ה איז שט בכל לילה בי״ח אלף עולמות, און באשמורת איז ער שט בעוה״ז און דערפאר איז דעמאלטס די צייט צו זאגן סליחות ע״ש. און דער מטה אפרים שרייבט דארט בסעיף לג אז בערב ראש השנה משכימין הרבה ואומרים סליחות הרבה ע״ש. און אויף ערב ר״ה ברענגט צו דער טור דארט די מדרש אז ר״ה איז ראשון ל״חשבון״ העוונות, וואס דערפאר איז מען מתענה בערב ר״ה און מ׳שטייט אויף פריער ווען הקב״ה איז נאך שט אין אלע עולמות פון ״חשבון״.


*

לגבי די פריער-דערמאנטע קריטיק אויפ׳ן אָמפאַלאָס היפּאטעזיע, ברענגט דר. וויליאם לעין קרעיג ארויס אז מאידך גיסא טוהט דאס אונטערהאקן די קאסמאלאגישע הוכחה למציאות הא-ל. דאס איז ווייל עני עמפּירישע הוכחה קעגן קדמות און די סטעדי-סטעיט מאדעל איז וועריפייעבּל, אלס דעם אז מ׳קען דאס ווייזן עמפּיריש און דורך די עקוועישאנס וכו׳, אבער איז נישט פאָלסיפייעבּל, ווייל אויב טרעפט מען עפעס וואס צייגט יא אויף א סטעדי-סטעיט מאדעל קען מען אלעמאל טענה׳ן אז דאס איז אזוי אריינגעברענגט געווארן.

ער ברענגט אויך ארויס אז די סינגולעריטי ביים בּיג בּענג איז נישט עפעס אַן אקטועלע (אינפיניט) חומר קדמון און א ״יש״, ווי איידער א מאטעמאטישע איידיעליזעישאן פונעם לימיט ווי אלעס ווערט אינפיניטלי דענס ביז 0. (ועיין בדברי דער פיזיקער הענרי רייך.)
 
עס איז פארהאן א סייענס-פיקשאן פרענטשייז פון פילמס אין האַליוואָד גערופן פּרעדאטאר, וועלכעס באשטייט (כהיום) פון 9 פילמס (2 פון זיי זענען צוזאמען מיט׳ן באקאנטן עיליען פרענטשייז), און א קאמיק סעריע וואס האט דאס שטארק אויסגעברייטערט. דאס דרייט זיך ארום דעם אז עס איז פארהאן אַן עיליען ראסע און ציוויליזאציע, די יאַוּטדזשאַ, וועלכע זענען גאר שטארק ווי אויך גאר פארגעשריטן אין טעכנאלאגיע, וואס זייער קולטור איז אוןעקגעשטעלט אויף ריין גבורה און יאגד. זיי זוכן צו האָנטן די גיבורים פון אנדערע ראסעס און צוריקברענגן א טרוׂיפי און מזכרת דערפון אז זיי האבן דאס גע׳הרג׳עט. די פילמס זענען בדרך כלל וואו זיי קומען אין קאנפליקט מיט מענטשן וועמען זיי פרובירן צו הרג׳ענען און צום סוף דרייען זיך די מענטשן ארויס, הגם די יאַוּטדזשאַ האבן בעצם די אויבערהאנט אין גבורה און טעכנאלאגיע.
פרעי.webp

פאר די לעצטע דריי פילמס אין די סעריע האט דען טרעכטענבערג איבערגענומען די לייצעס דערפון און ער האט דאס גאר שטארק אוועקגעשטעלט מיט שטארקע ארטיסטישע קוואליטי. דאס האט זיך אנגעהויבן מיט פּרעי, וועלכעס איז סעט אין 1719 אין די וועסט פון אמעריקע, וואו א יאַוּטדזשאַ האָנט נעיטיוו אמעריקאנער ווייסע וועלכע זענען דארט, און וואו א נעיטיוו אמעריקאנער קלוגט דאס איבער לבסוף.
קילער.webp

דערנאך האט ער געמאכט פּרעדעטאר: קילער אָוו קילערס וואס איז צאמגעשטעלט וואו יאַוּטדזשאַס גייען קעגן מענטשן אין דריי באזונדערע צייטן אין היסטאריע: ביי די ווייקינגס אין יאר 841, ביי די סאַמוריי יאפאנעזער אין יאר 1609, און קעגן אמעריקאנע פּיילאטס ביים צווייטן וועלט קריג. צום סוף ווערן די דריי געווינערס צאמגעשטעלט אויף די יאַוּטדזשאַ פלאנעט, וואו ער גייט אביסל טיפער אריין אין די lore פון אט די ראסע דאס ממחיש צו זיין.
בעדלענדס.webp

ועל של עתה באתי אויף וואס האט א שייכות מיט די נושא האשכול. די לעצטע פילם אויף דערווייל אין די סעריע איז פּרעדאטאר: בּעדלענדס. אין די פילם האט טרעכטענבערג געטוישט די פּערספּעקטיוו פון די פריערדיגע פילמס אין די סעריע וואו א יאַוּטדזשאַ איז אַן אנטאגאניסט און דער שלעכטער אין די פילם, צו דא וואו א יאַוּטדזשאַ איז די פּראטאגאניסט. דאס איז דורך דעם וואו אין די פילם איז נישטא קיין איין מענטשליכע כאראקטער, נאר זיי זענען אדער יאַוּטדזשאַ אדער סינטעטיק ענדרוידס (פון די עיליען פילם פרענטשייז) אדער בע"ח פון די פּלאנעט גענאַ. די סיפור דרייט זיך ארום דעק, וועלכער איז א יאַוּטדזשאַ וואס איז קליין און זוכט צו באקומען אנערקענונג ביי זיין פאטער דורכ'ן האָנטן און הרג'ענען די קאַליסק אויף גענאַ, וועלכעס איז די שטערקסטע בע"ח פון וועמען אפילו די יאַוּטדזשאַ האבן פחד. די פילם שטעלט אויס א טשעלענדזש אפילו צו גאר געלונגענע סוּפּערהוּמען קעמפערס.

ביים זעהן די פילם האט דאס מיר געמאכט טראכטן ווי עס ברענגט ארויס א טעכנאלאגישע עדווענסד קולטור, אבער וואס האט נישט פּראגרעסד בנוגע מאראלן. מיינענדיג, אז אפילו צו זייערע אייגענע האבן זיי נישט קיין רחמנות אויב זיי ווערן גערעכענט ווי "שוואך" און טוהן זיי עלימינירן דורך סאציאלע קלענסינג. דאס האט צו מיר ארויפגעברענגט דאס וואס דער רמב"ם האט גע'טענה'ט אז עס איז נישט שייך צו ווערן נתפתח בחכמה טאמער ווערט מען נישט נתפתח מיט מאראלן באותו העת. און ווי מ'זעהט טאקע די טרענד ביי אונז אז דאס גייט בדרך כלל צוזאמען, זייענדיג אז פאר ערפינדונגען אא"וו פעהלט אויס קאָאַפּערעישן און צוזאמענארבעט, וואס דאס גייט דורך מאראלן און זיך אפגעבן מיט שוואכע. די פילם אבער ברענגט דאס אויך ארויס אז א ריין ראציאנאלע ענדרויד טראכט בעצם אויך אזוי, אז עס פעהלט אויס צו עלימינירן די שוואכע (עכ"פ איינמאל מ'איז שוין צוגעקומען וואו מ'קען טאקע אליינס גיין ווייטער מיט חידושי מדע), כדי זיי זאלן נישט זיין א לאסט אויף די איבעריגע. דאס האט צו מיר ארויפגעברענגט דאס, וואס איז טאקע יעצט א נידון לגבי עטיקס אין AI, אז מאראל איז צום סוף באזירט אויף געפיהל און נישט אויף ריין ראציאנאל וכדברי דוד הום.

אבער וואס די פילם ברענגט גאר גוט ארויס לענ"ד איז דר. פּיטער סינגער'ס טענה פון ספּישיאיזם. דאס איז אז אונזער צוגאנג צו בע"ח זיי צו נוצן און זיי עסן אא"וו, טויג נישט. ווארום הגם זיי זענען נישט אזוי אינטעליגענט און פארגעשריטן ווי אונז, זענען זיי אבער פארט קאַנשעס און שפירן צער. און פונקט אזוי ווי אונז פארשטייען אז א מין בריה וועלכעס איז נאך מער קאַנשעס און פארגעשריטן ווי אונז האט אונז נישט צו נוצן פאר אירע סעלפיש צוועקן (וידוע שיטתו של קאנט בזה אז מ'האט נישט צו נוצן א קאַנשעס אגענט אלס א מיטל פאר עפעס), איז פונקט אזוי טארן אונז דאס נישט טוהן צו בע"ח. די פילם, דורכ'ן ארויסנעמען עני מענטשליכע כאראקטער דערפון, נעמט די פילם אוועק דעם אַנטראָפּאָסענטריק בּייעס און פּערספּעקטיוו פונעם וואטשער, און עס לייגט אריין דער וואטשער אין די פּערספּעקטיוו פונעם יאַוּטדזשאַ. מיינענדיג, דורך דעם טוהט דער וואטשער באטראכטן די יאַוּטדזשאַ (כמעט) ווי מענטשליכע כאראקטארן, און זייער זיך נישט קימערן איבער אנדערע מיני באשעפענישן איז אזוי ווי אונז מענטשן וועלכע קימערן זיך נישט פאר אנדערע באשעפענישן ווען עס קומט אונז אויס בעסער מאיזה סיבה. אבער דאך ליגט כסדר אין די אונטערגינד די געדאנק פון אט דעם ״פּרעדאטאר״ אז אויב אזוי מעג ער האָנטן מענטשן, וועלכע זענען אונטער אים אין טערמינען פון עדווענסמענט, פונקט אזוי.


הגם אז מאידך גיסא, אין די שמועס צי פּאָרן קען זיין אַרט, זעהט מען אז עס איז דא א פּאַפּולערע סאָבּ-גאנער פון עיליען פּאָרן, וואס דר. מעריען בּרענדאן שרייבט איבער פארוואס דאס איז פּאפּולער: אלס די דאַמינעישאן דערפון וכו׳. אין דעם סאָבּ-גאנער קען מען טרעפן, לדוגמא אין די אַרט פון ראָסיטאַ אמיטשי, וואו א העכערע און שטערקערע ראסע פון עיליענס פארשקלאפן מענטשן, וועמען זיי באטראכטן ווי נישט מער ווי ספּעסימענס, און לייגן זיי אריין נאקעטערהייט אין א זוּ, ווי אונז טוהן צו בע״ח, און בּאַאָבּאַכטן אונז, בפרט אין אונזערע געשלעכטליכע באציאונגען. (ואגב, איז טאקע דא, ענליך צו די פּלאַניטעריאוּם היפּאטעזיע, די זוּ היפּאטעזיע צו פארענטפערן די פערמי פּאראדאקס פארוואס אונז זעה׳מיר נישט קיינע עקסטערע-טערעסטיעל ציוויליזאציעס אין די רוימען וואס זענען אזוי גרויס, ווייל זיי מיט זייער טעכנאלאגיע שטעלן עס אויס אזוי כדי אונז צו קענען בּאַאָבּאַכטן ווי אין א זוּ.) עכ״פ קען אט די סאָבּ-גאנער צייגן אויף פארקערט אז עס איז דא א פלאץ אין די סאָבּקאַנשעס פון (עכ״פ געוויסע) מענטשן וואס נעמט תענוג פון טאקע ווערן געטריעטעד (עכ״פ ווען ס׳איז בלי פיזישע צער) ווי א בע״ח דורך העכערע אינטעלידזשענסעס. (דר. אָגי אָגאַס און דר. סאַי גאַדאַם טענה׳ן אז די תענוג דערפון האט צו טוהן מיט די עוואלוציאנערישע עבר אונזערע, וואו עס איז אלס געווען ספּערם קאַמפּעטישאן צו איבערשטייגן די שטערקערע וועלכער האט מזריע געווען אין די נקיבה. ועיין כאן.)

און אין אט די געדאנק פון אוועקנעמען דעם אַנטראָפּאָסענטריק פּערספּעקטיוו פונעם וואטשער, ברענגט דאס אויך ארויס די געדאנק פון קאַסמיקיזם, וואו מ׳קומט צו צו א נייהיליסטישע אנערקענונג איבער ווי ווייט אונז זענען מינדערוויכטיג אין די קאַסמאָס, און ווי ווייט אונז קענען נישט ארויסהאבן די מציאות (און די ברואים דערין).

די דריי פילמען זענען שטארק רעקאמענדירט פאר ליבהאבערס פון די גאנער פון סייענס פיקשאן טרילערס (מיט אביסל נייגונגען צו די גאנער פון האַראַר).
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top