דער
סייענס פיקשאן שרייבער קאַרל שראָדער האט גע׳טענה׳ט אז עס איז יתכן אז ווי מער א ציוויליזאציע ווערט פארגעשריטן, אלס מער זוכט זי דורך איר טעכנאלאגיע און וויסענשאפט צו זיך צוריקקערן און ווערן ממש א חלק פונעם נאטורליכן ענווייראמענט
(אין טערמינען פון עקאָסיסטעמס און בּייאָקעמיקעלס, ועיין בדברי דר. ראַדני בּרוּקס איבער די שוועריקייט פון מגדיר זיין "נאטורליך") וואו זי איז; לעבן אינגאנצן צוזאמען מיט איר בדרך תענוג אָן דאס פארפעסטיגן אין עפעס וואס האט עני נעגאטיווע קאנסעקווענצן. ער האט גע׳טענה׳ט אז דאס קען זיין א תירוץ אויפ׳ן באקאנטן
פערמי׳ס פּאראדאקס פארוואס מ׳טרעפט נישט קיין אנדערע ציוויליזאציעס אין די רוימען. דאס איז ווייל זיי זענען שוין אזוי פארגעשריטען אזש זיי זענען געווארן, במדת מה, ממש א חלק פונעם טבע אזוי אז עס איז (כמעט) נישטא קיין שום אפפאל און וועיסט פון זייער ענערגיע וואס זיי נוצן, וויבאלד די אפפאל פון די געוואלדיגע ענערגיע זייערע ווערט צוריק אריינגעלייגט אין אט די עקאָסיסטעם זייערס אויף צו ווערן איבערגענוצט, וכעין וואס מ׳זעהט אויף אסאך א קלענערע פארנעם ביי עקאָסיסטעמס בכלליות. שראָדער האט אויף דעם גענוצט די באקאנטע
פתגם פון אַרטור קלאַרק אז עני גענוג פארגעשריטענע טעכנאלאגיע קען מען עס נישט פונאנדערטיילן פון כישוף (פאר די וועלכע האבן דאס נאכנישט געזעהן), אז דאס זעלבע איז לגבי דעם: עני גענוג געוואלדיגע פארגעשריטענע טעכנאלאגיע קען מען נישט פונאנדערטיילן פון נאטור.
די אסטראנאמער האבן אויסגעברייטערט די געדאנק מיט׳ן דאס צאמשטעלן מיט די
קאַרדאַשׁעוו סקעיל פון רעכענען די פארגעשריטענקייט פון ציווילאזציעס. די אריגינעלע סקעיל רעכענט די פארגעשריטענקייט פון ציוויליזאציעס לויט ווי סאך ענערגיע זיי קענען קאנטראלירן און נוצן אין א קוואנטיטעטיוו וועג: זייער פּלאנעט, זייער שטערן, זייער געלעקסי אא״וו. זיי לייגן צו דערצו אז מ׳קען דאס עקסטענדן אין א קוואליטעטיוו וועג אויך, וואו ווי מער פארגעשריטען א ציוויליזאציע איז מיט די ענערגיע וואס זי ווייסט וויאזוי צו באקומען און נוצן (דורך
דייסאן ספעירס/סוואָרמס וכדומה), אלס מער זענען זיי אין פארגלייך מיט די טבע און ענווייראמענט ארום זיי. דאס איז אז א קלאס 0 ציוויליזאציע איז ווי בע״ח וועלכע נוצן די ענווייראמענט וויאזוי זי איז. א קלאס 1 ציוויליזאציע טוישט שוין די ענווייראמענט צו אירע באדערפענישן דורך חכמה און כלים. א קלאס 2 ציוויליזאציע טוהט זיך שוין אליינס טוישן, דורך דזשענעטיק מאַדיפיקעישאן וכדומה, כדי צו שטימן מיט די (מערערע סארטן) ענווייראמענט(ן) ארום זיי. א קלאס 3 ציוויליזאציע טוהט שוין ווערן א חלק פון די ענווייראמענט ממש (במדת מה) אויף צו ממש טוישן די טויטע חומר רינגסט ארום איר אין צו עפעס וואס קען קאַמפּיוטן אא״וו. (ובפרט ווי דר. מילאן טשירקאוויטש
טענה׳ט אז עס איז ל״ד אז ווי מער ענערגיע מ׳קען נוצן, אלס מער קאמפּלעקס ווערט מען.)
די עצם געדאנק האט היינט-צו-טאג א פילאזאפיע דארונטער וואס ווערט גערופן ״
סאָלערפּאָנק״. דאס איז וואו דאס מענטשהייט איז אָנגעקומען צו א מדריגה וואו עס נוצט גאר פארגעשריטענע טעכנאלאגיע, אבער דאך לגמרי אינטעגרעיטעד מיט די עקאָסיסטעם און נאטור, אזוי אז עס איז א גענצליכע סימבּיאָסיס צווישן זיי צוויי אָן קיין פּאַלושאן פון דאס חרוב מאכן באיזה אופן וכדומה.
דא קען מען זעהן די אעסטעטיק דערפון אין אַן ענימעישאן.
דר. יאָגי העיל הענדלין
רעדט ארום דערוועגן איבער וויאזוי די פילאזאפיע גייט צוזאמען מיט עקוואַליטי וכו׳. ער ברענגט צו אז דאס קען טאקע גיין אזוי ווייט אויף צו בּייאָענדזשינירן די נאטור אליינס אויף, לדוגמא, מאכן אז ביימער זאלן ארויסגעבן ליכטיגקייט דורך בּייאָלוּמינעסענס וכדומה.
דאס האט מיר געמאכט טראכטן אז
הרה"ג ר׳ צבי יונתן מארטאן האט
ארויסגעברענגט אז א געדאנק אין די מצות פון חג הסוכות פון זיצן אין א סוכה און נעמען די ארבע מינים איז דאס זיך צוריקקערן צום טבע און לעבן אינאיינעם מיט איר כבהסיפור עם אדה"ר קודם החטא, ווי איידער אפגעזונדערט פון איר אין א שטאטישע סארט וועג, וואס איז נישט די אריגינעלע וועג וויאזוי דער מענטש איז געווען אויסגעשטעלט צו זיין מעיקרא. און ווי וויקיפידיע
ברענגט צו פון וויאזוי דר. עריך פראַם האט אפגעלערענט די געדאנק אונטער דעם סיפור פונעם עץ הדעת:
Fromm used the story of Adam and Eve as an allegorical explanation for human biological evolution and existential angst, asserting that when Adam and Eve ate from the Tree of Knowledge, they became aware of themselves as being separate from nature while still being part of it. This is why they felt "naked" and "ashamed": they had evolved into human beings, conscious of themselves, their own mortality, and their powerlessness before the forces of nature and society, and no longer united with the universe as they were in their instinctive, pre-human existence as animals. According to Fromm, the awareness of a disunited human existence is a source of guilt and shame, and the solution to this existential dichotomy is found in the development of one's uniquely human powers of love and reason
יעצט,
ווי ארויסגעברענגט, איז "ימות המשיח" וכו' אליבא דהרמב"ם (
אליבא דדר. סטיווען שווארצטשיילד), דאס אז דאס מענטשהייט איז זיך מתפתח און וואקסט סיי אין איר מאראלישע און סיי אין איר טעכנאלאגישע און וויסענשאפטליכע אנטוויקלונג. אין אנדערע ווערטער, עס איז דאס אז דאס מענטשהייט וואקסט ווייטער אויף אט די
קאַרדאַשׁעוו סקעיל. און זייענדיג אז, כנ"ל, איז דאס מקושר מיט'ן ווערן ווי מער א חלק פונעם טבע ממש, קען מען זאגן אז דאס איז וואס די גמרא בע"ז ג. איז מקשר דעם געדאנק פון מצות סוכה בימות המשיח (ועיין ג"כ בזכריה סופי"ד), ווייל אט דאס איז דאך די געדאנק פון מצות סוכה לשוב לחיים עם הטבע וכדברי הרב מארטאן, וואס דאס איז דאך די געדאנק פון "ימות המשיח" און פארגעשריטענקייט אויפ'ן
קאַרדאַשׁעוו סקעיל. ענליך קען מען זאגן אז דאס איז וואס די גמרא בסוף כתובות אז לעת"ל וועט מען באקומען די באדערפענישן פון די ביימער און אפילו די אילני סרק וועלן מוציא זיין פירות, ווייל אט דאס איז דאך די געדאנק פון "ימות המשיח" און דאס וואוקס אין פארגעשריטענקייט אויפ'ן
קאַרדאַשׁעוו סקעיל פון קענען מאַניפּיולירן און דזשענעטיקעלי מאדיפיצירן זיך און די ענווייראמענט צו גיין פולקאם אינאיינעם. (אין דעם האב איך געהערט פון הרה"ג ר' אורי האצלמאן אז דאס וואס
מ'זעהט כהיום אז דורך טעכנאלאגיע וחכמה טוהט מען פארוואנדלען די נגב מדבר אין א"י אין צו א מקום ישוב עם מים וצמחים, איז א התגשמות פון וויאזוי חז"ל אין במדב"ר כג ד האבן אפגעלערענט/גע'דרש'נט די נבואות פון ישעיה אז לעת"ל עתיד המדבר להיות ישוב ועתיד להיות שם אילנות ודרכים ע"ש.) דאס אלעס קען אויך ליגן אין דעם באקאנטן רעיון פונעם ראי"ה אין זיין "
חזון הצמחונות והשלום", אז לעת"ל מיט די התפתחות פונעם מענטשהייט וועט איר ענרנערונג אא"וו נאר זיין פון געוואוקסן. דאס איז ווייל אט דאס ליגט דאך אין התפתחות האדם לעת"ל: איר וואוקס אויפ'ן
קאַרדאַשׁעוו סקעיל, וועלכעס איז ווערן ווי מער איינגעגלידערט אינעם טבע בשלום אלס איינס מיט איר.
(הרב מארטאן איז מאריך במחשבת הראי״ה לגבי צמחונות.) ובכלל איז דאך ידוע די פילאזאפיע פון
דיִגרוֺיט וואו בהתפתחות דארף מען צוקומען צו ווייניגער קאַנסאָמפּשען פון ריִסאָרסעס וכו׳, פון וואס מ׳ווערט ממילא נישט זאַט.
*
ואגב, לגבי סטאניסלאוו לעם׳ס
מהלך צו פארענטפערן די
פערמי פּאראדאקס, האט דר. לעטעם בּויל
אָנגעגעבן א מעגליכע הסבר וועלכעס איז א משהו ענליך. דאס איז ווייל כדי זיי זאל קענען קאמיוניקירן צווישן זיך אויף אזעלכע ווייטע שטרעקעס צווישן געלעקסיס, דארפן זיי זיך באנוצן מיט קוואנטום ענטענגעלמענט, וואו ווען צוויי קוואנטום פּאַרטיקלס זענען א פּאָר אזוי אז די רגע איינס קאָלעפּסט צו איין ספּעציפישע סטעיט קאָלעפּסט די אנדערע צו דאס פארקערטע, כדי אז די קאמיניקעישאן זאל נישט ג׳יין נאר מיט די שנעלקייט פון ליכטיגקייט און דויערן יארן פאר יעדעס מעסעדזש. אבער פאר אזא סארט קאמיוניקעישאן מוזן כאטש בערך 50% פון פאָטאַנס אָנקומען צום פלאץ מיט וועלכעס מ׳וויל קאמיוניקירן מקודם, אנדערש ווי געווענליכע רעידיאוֺ קאמיוניקאציע. וועגן דעם פעהלט אויס גאר ריזיגע רעידיאוֺ דישעס דאס צו דירעקטירן. דעמאלטס קומט אויס אז גאר ווייניג דערפון גייען אראפ פון וועג אָנצוקומען צו אונז, וואס דערפאר זעהן מיר נישט בי סיגנאלן פון אנדערע ציוויליזאציעס, ווייל דאס ביסל וואס מ׳זעהט און פאלט ארויס זעהט אויס ווי רענדאם נוֺיז. (פּיטער רייך איז דאס
מסביר.)
*
ובכלל בזה ובנושא האשכול בסתמא איז מן הראוי לציין צו וואס דר. טשירקאוויטש
שרייבט אז לפי די סייענס וואס אונז האבן לפנינו, זענען פּלאנעטן וועלכע קענען דערהייבן לעבן אפירגעקומען א ביליאן יאר פאר אונזערס:
***
לגבי
דעם פארלוסט ווען א מין בע"ח/וכו' גייט עקסטינקט און בּייאָדייווערסיטי ווערט ווייניגער,
זאגן דר. דערעק מולער און דר. נתן מאָרהויז לגבי די וועג וויאזוי שפינען/ספּיידערס זעהן אא"וו, אז דאס איז גענצליך אנדערש פון וויאזוי אונז עקספּיריענסן די וועלט בחושותינו (וואס אונז קענען ניטאמאל געהעריג משיג זיין,
וכדהבאתי מדר. טאמאס נעגעל), און ווען א בע"ח גייט עקסטינקט, קומט אויס אז די בריאה האט פארלוירן נאך א וועג וויאזוי זי זאל ווערן עקספּיריענסד:
If our understanding of their visual system is correct, the experience of color for jumping spiders might even be three-dimensional in a way that's totally different from how we see the world. And we haven't even talked about their other senses, like their ability to communicate through vibration. When you think about it, you realize that the universe we humans perceive, even with all our technology, is just a sliver of what's out there
If we owe anything to the world, it's to allow the world to be experienced in the fullness of itself. I think this is one of the tragedies of extinction is the loss of oftentimes a totally unique way of experiencing our world, a way of experiencing our world that we probably couldn't even imagine
ולפי"ז קען מען זאגן א רמז אז רש"י אין משלי (
ל כח) שממית בידים תתפש והיא בהיכלי מלך, וואס דאס איז א ספּיידער לפי המפרשים, ברענגט צו די מדרש אז דאס גייט ארויף אויף מלכות רומי וועלכעס האט חרוב געמאכט די ביהמ"ק (און
ס'דא וואס זאגן אז ספּיידערס האבן טאקע צוגעגעבן לשריפתה) ע"ש. ולפי"ז קען מען זאגן אז אט דאס איז די רמז, ווייל ווי דר. עריך פראַם האט
מאריך געווען איז דאס שפראך פון סימבאלן פארגעסן געווארן, וואס אט דאס איז געווען די "שפראך" און עקספּיריענס פון די הקרבה בביהמ"ק (הרה"ג ר' צבי יונתן מארטאן רעדט ארום דערפון
אין עטליכע שיעורים). און ווי עס ווערט
צוגעברענגט אין טעמי המנהגים פונעם חסד לאברהם איז די קליינע לוז ביין וואס פון דעם ווערט תחיית המתים (ב"ר כ"ח ג) בצורת העכביש מיט די גידים וועלכע נעמען דאס ארום ע"ש. והיינו אז לעת"ל בזמן תחיית המתים וואס מ'זוכט צוריקצוגיין דעמאלטס צו הקרבת הקרבנות אין די פארגעסענע שפראך, וואס דאן ווערט דאך געזאגט (ישעיה נב ח) כי עין בעין יראו בשוב ה' ציון. און אט די געדאנק זעהט מען ביי ספּיידערס כנ"ל אז וויאזוי זיי זעהן מיט זייערע מערערע אויגן און עקספּירענסען די וועלט איז א וועג וואס איז פארהוילן פון אונז, וואס זיי זענען מרמז צום חורבן הבית מעיקרא.