מיין שווער און ניקאלאס קאפּערניקוס (מייסטערווערק)

לגבי דיִ פארשידענארטיגע סארט מאדעלס פון א מאָלטיווערס, און וואו עס איז שייך אז אין אנדערע יוּניווערסעס זאלן זיין אנדערע מאטעמאטיקס, און וואו די געדאנק פון א מאָלטיווערס קען גאר זיין מקושר דערמיט זייענדיג אז עס איז מעגליך אז די יקום איז מאטעמאטיקס און ווערט נישט נאר געמאַדעלט לויט דעם, איז מערקווידיג צוצוצייכענען צו דער מאטעמאטיקער דר. יואל דוד העמקינס׳ טעזע. ער טענה׳ט אז עס איז, לדוגמא, ידוע די אפענע שאלה אין סעט טעאריע וועלכעס רופט זיך די קאָנטיניוּאם היפּאטעזיע. דאס פרעגט צו ״אינצווישן״ די קאַרדינעליטי פון די אינפיניט סעט פון די רעשאנעל נומערן, און די קאַרדינעליטי פון די סעט פון עכטע נומערן וועלכעס איז גרעסער פון איר, איז דא א קאַרדינעליטי פון אַן אנדערע סעט צי נישט? קורט גאָדעל און פּאָל כהן האבן אויפגעוואוזן אז סיי דאס׳ן אָננעמען אז עס עקזיסטירט נישט אזא סארט מאטעמאטישע סעט און סיי דאס׳ן אָננעמען אז עס עקזיסטירט יא, איז אומאפהענגיק אין די זערמעלאָ-פרענקל אקסיאמען פון סעט טעאריע, וועלכע זענען אקסיאמען אויף וועלכעס מאטעמאטיקס (און איר שפראך) איז געבויט. עפי״ז טענה׳ט דר. העמקינס אז עס איז פארהאן, אין מאטעמאטישע טערמינען, א ״מאָלטיווערס״. דאס איז אז עס איז פארהאן א קאנסיסטענט ״יוניווערס״ דערין וואו די סטרוקטור פון מאטעמאטיקס איז קאנסיטענט מיט איין סארט הנחה, און א צווייטע וואו עס איז קאנסיסטענט מיט היפוכו פונקט אזוי; זיי זענען אפגעזונדערט איינע פון דאס אנדערע. דאס איז אפגעזעהן פון די פילאזאפיע דארונטער צי מאטעמאטיקס איז עכט צי נישט - אין מאטעמאטיקס גופא ווערט דאס גענצליך אפגעטיילט און עס איז נישט פאראייניגט און יוּניפייד. ער פארגלייכט דאס צו וויאזוי עס זענען פארהאן פארשידענארטיגע דזשיאמעטריס, יוּקלידיען און אנדערע נאַן-יוּקלידיען דזשיאַמעטריס, וואו וואס איז אמת אין איינס איז ל״ד אזוי אין אַן אנדערעס. ענליך זאגט ער איז אויך בנוגע עקסטענדן די נומער ליין אין צו 2D אז עס פארמאגט די אימעדזשינערי נומערן. (דאס גייט צוזאמען מיט גאָדעל׳ס באקאנטע טעארעמס וואו אויב עס איז שייך אויפצואווייזן אין א גענוג שטארקע מאטעמאטישע סיסטעם און שפראך וועלכעס קען ענקוֺידן מאָלטיפּליקעישאן אויך און וועלכעס האט א פיניט צאל אקסיאמען, יעדעס סארט מאטעמאטישע זאץ וואס איז שייך צו די שפראך פון די סיסטעם און קען ארויסקומען פון אירע אקסיאמען, דאן איז עס בהכרח אינקאנסיסטענט און עס זענען דא דערין פּראַפּאַזישאנס וועלכע קענען סיי אויפגעוואוזן ווערן אז יא און סיי אויפגעוואוזן ווערן אז נישט.)

ולגבי די קשר צווישן ״ג-ט״ און מאטעמאטיקס קען דאס זיין א רמז אין די מדרש וואס דער מ״א ברענגט אראפ באו״ח סימן תקפא סעיף א אז הקב״ה איז שט בכל לילה בי״ח אלף עולמות, און באשמורת איז ער שט בעוה״ז און דערפאר איז דעמאלטס די צייט צו זאגן סליחות ע״ש. און דער מטה אפרים שרייבט דארט בסעיף לג אז בערב ראש השנה משכימין הרבה ואומרים סליחות הרבה ע״ש. און אויף ערב ר״ה ברענגט צו דער טור דארט די מדרש אז ר״ה איז ראשון ל״חשבון״ העוונות, וואס דערפאר איז מען מתענה בערב ר״ה און מ׳שטייט אויף פריער ווען הקב״ה איז נאך שט אין אלע עולמות פון ״חשבון״.


*

לגבי די פריער-דערמאנטע קריטיק אויפ׳ן אָמפאַלאָס היפּאטעזיע, ברענגט דר. וויליאם לעין קרעיג ארויס אז מאידך גיסא טוהט דאס אונטערהאקן די קאסמאלאגישע הוכחה למציאות הא-ל. דאס איז ווייל עני עמפּירישע הוכחה קעגן קדמות און די סטעדי-סטעיט מאדעל איז וועריפייעבּל, אלס דעם אז מ׳קען דאס ווייזן עמפּיריש און דורך די עקוועישאנס וכו׳, אבער איז נישט פאָלסיפייעבּל, ווייל אויב טרעפט מען עפעס וואס צייגט יא אויף א סטעדי-סטעיט מאדעל קען מען אלעמאל טענה׳ן אז דאס איז אזוי אריינגעברענגט געווארן.

ער ברענגט אויך ארויס אז די סינגולעריטי ביים בּיג בּענג איז נישט עפעס אַן אקטועלע (אינפיניט) חומר קדמון און א ״יש״, ווי איידער א מאטעמאטישע איידיעליזעישאן פונעם לימיט ווי אלעס ווערט אינפיניטלי דענס ביז 0. (ועיין בדברי דער פיזיקער הענרי רייך.)
 
עס איז פארהאן א סייענס-פיקשאן פרענטשייז פון פילמס אין האַליוואָד גערופן פּרעדאטאר, וועלכעס באשטייט (כהיום) פון 9 פילמס (2 פון זיי זענען צוזאמען מיט׳ן באקאנטן עיליען פרענטשייז), און א קאמיק סעריע וואס האט דאס שטארק אויסגעברייטערט. דאס דרייט זיך ארום דעם אז עס איז פארהאן אַן עיליען ראסע און ציוויליזאציע, די יאַוּטדזשאַ, וועלכע זענען גאר שטארק ווי אויך גאר פארגעשריטן אין טעכנאלאגיע, וואס זייער קולטור איז אוןעקגעשטעלט אויף ריין גבורה און יאגד. זיי זוכן צו האָנטן די גיבורים פון אנדערע ראסעס און צוריקברענגן א טרוׂיפי און מזכרת דערפון אז זיי האבן דאס גע׳הרג׳עט. די פילמס זענען בדרך כלל וואו זיי קומען אין קאנפליקט מיט מענטשן וועמען זיי פרובירן צו הרג׳ענען און צום סוף דרייען זיך די מענטשן ארויס, הגם די יאַוּטדזשאַ האבן בעצם די אויבערהאנט אין גבורה און טעכנאלאגיע.
פרעי.webp

פאר די לעצטע דריי פילמס אין די סעריע האט דען טרעכטענבערג איבערגענומען די לייצעס דערפון און ער האט דאס גאר שטארק אוועקגעשטעלט מיט שטארקע ארטיסטישע קוואליטי. דאס האט זיך אנגעהויבן מיט פּרעי, וועלכעס איז סעט אין 1719 אין די וועסט פון אמעריקע, וואו א יאַוּטדזשאַ האָנט נעיטיוו אמעריקאנער ווייסע וועלכע זענען דארט, און וואו א נעיטיוו אמעריקאנער קלוגט דאס איבער לבסוף.
קילער.webp

דערנאך האט ער געמאכט פּרעדעטאר: קילער אָוו קילערס וואס איז צאמגעשטעלט וואו יאַוּטדזשאַס גייען קעגן מענטשן אין דריי באזונדערע צייטן אין היסטאריע: ביי די ווייקינגס אין יאר 841, ביי די סאַמוריי יאפאנעזער אין יאר 1609, און קעגן אמעריקאנע פּיילאטס ביים צווייטן וועלט קריג. צום סוף ווערן די דריי געווינערס צאמגעשטעלט אויף די יאַוּטדזשאַ פלאנעט, וואו ער גייט אביסל טיפער אריין אין די lore פון אט די ראסע דאס ממחיש צו זיין.
בעדלענדס.webp

ועל של עתה באתי אויף וואס האט א שייכות מיט די נושא האשכול. די לעצטע פילם אויף דערווייל אין די סעריע איז פּרעדאטאר: בּעדלענדס. אין די פילם האט טרעכטענבערג געטוישט די פּערספּעקטיוו פון די פריערדיגע פילמס אין די סעריע וואו א יאַוּטדזשאַ איז אַן אנטאגאניסט און דער שלעכטער אין די פילם, צו דא וואו א יאַוּטדזשאַ איז די פּראטאגאניסט. דאס איז דורך דעם וואו אין די פילם איז נישטא קיין איין מענטשליכע כאראקטער, נאר זיי זענען אדער יאַוּטדזשאַ אדער סינטעטיק ענדרוידס (פון די עיליען פילם פרענטשייז) אדער בע"ח פון די פּלאנעט גענאַ. די סיפור דרייט זיך ארום דעק, וועלכער איז א יאַוּטדזשאַ וואס איז קליין און זוכט צו באקומען אנערקענונג ביי זיין פאטער דורכ'ן האָנטן און הרג'ענען די קאַליסק אויף גענאַ, וועלכעס איז די שטערקסטע בע"ח פון וועמען אפילו די יאַוּטדזשאַ האבן פחד. די פילם שטעלט אויס א טשעלענדזש אפילו צו גאר געלונגענע סוּפּערהוּמען קעמפערס.

ביים זעהן די פילם האט דאס מיר געמאכט טראכטן ווי עס ברענגט ארויס א טעכנאלאגישע עדווענסד קולטור, אבער וואס האט נישט פּראגרעסד בנוגע מאראלן. מיינענדיג, אז אפילו צו זייערע אייגענע האבן זיי נישט קיין רחמנות אויב זיי ווערן גערעכענט ווי "שוואך" און טוהן זיי עלימינירן דורך סאציאלע קלענסינג. דאס האט צו מיר ארויפגעברענגט דאס וואס דער רמב"ם האט גע'טענה'ט אז עס איז נישט שייך צו ווערן נתפתח בחכמה טאמער ווערט מען נישט נתפתח מיט מאראלן באותו העת. און ווי מ'זעהט טאקע די טרענד ביי אונז אז דאס גייט בדרך כלל צוזאמען, זייענדיג אז פאר ערפינדונגען אא"וו פעהלט אויס קאָאַפּערעישן און צוזאמענארבעט, וואס דאס גייט דורך מאראלן און זיך אפגעבן מיט שוואכע. די פילם אבער ברענגט דאס אויך ארויס אז א ריין ראציאנאלע ענדרויד טראכט בעצם אויך אזוי, אז עס פעהלט אויס צו עלימינירן די שוואכע (עכ"פ איינמאל מ'איז שוין צוגעקומען וואו מ'קען טאקע אליינס גיין ווייטער מיט חידושי מדע), כדי זיי זאלן נישט זיין א לאסט אויף די איבעריגע. דאס האט צו מיר ארויפגעברענגט דאס, וואס איז טאקע יעצט א נידון לגבי עטיקס אין AI, אז מאראל איז צום סוף באזירט אויף געפיהל און נישט אויף ריין ראציאנאל וכדברי דוד הום.

אבער וואס די פילם ברענגט גאר גוט ארויס לענ"ד איז דר. פּיטער סינגער'ס טענה פון ספּישיאיזם. דאס איז אז אונזער צוגאנג צו בע"ח זיי צו נוצן און זיי עסן אא"וו, טויג נישט. ווארום הגם זיי זענען נישט אזוי אינטעליגענט און פארגעשריטן ווי אונז, זענען זיי אבער פארט קאַנשעס און שפירן צער. און פונקט אזוי ווי אונז פארשטייען אז א מין בריה וועלכעס איז נאך מער קאַנשעס און פארגעשריטן ווי אונז האט אונז נישט צו נוצן פאר אירע סעלפיש צוועקן (וידוע שיטתו של קאנט בזה אז מ'האט נישט צו נוצן א קאַנשעס אגענט אלס א מיטל פאר עפעס), איז פונקט אזוי טארן אונז דאס נישט טוהן צו בע"ח. די פילם, דורכ'ן ארויסנעמען עני מענטשליכע כאראקטער דערפון, נעמט די פילם אוועק דעם אַנטראָפּאָסענטריק בּייעס און פּערספּעקטיוו פונעם וואטשער, און עס לייגט אריין דער וואטשער אין די פּערספּעקטיוו פונעם יאַוּטדזשאַ. מיינענדיג, דורך דעם טוהט דער וואטשער באטראכטן די יאַוּטדזשאַ (כמעט) ווי מענטשליכע כאראקטארן, און זייער זיך נישט קימערן איבער אנדערע מיני באשעפענישן איז אזוי ווי אונז מענטשן וועלכע קימערן זיך נישט פאר אנדערע באשעפענישן ווען עס קומט אונז אויס בעסער מאיזה סיבה. אבער דאך ליגט כסדר אין די אונטערגינד די געדאנק פון אט דעם ״פּרעדאטאר״ אז אויב אזוי מעג ער האָנטן מענטשן, וועלכע זענען אונטער אים אין טערמינען פון עדווענסמענט, פונקט אזוי.


הגם אז מאידך גיסא, אין די שמועס צי פּאָרן קען זיין אַרט, זעהט מען אז עס איז דא א פּאַפּולערע סאָבּ-גאנער פון עיליען פּאָרן, וואס דר. מעריען בּרענדאן שרייבט איבער פארוואס דאס איז פּאפּולער: אלס די דאַמינעישאן דערפון וכו׳. אין דעם סאָבּ-גאנער קען מען טרעפן, לדוגמא אין די אַרט פון ראָסיטאַ אמיטשי, וואו א העכערע און שטערקערע ראסע פון עיליענס פארשקלאפן מענטשן, וועמען זיי באטראכטן ווי נישט מער ווי ספּעסימענס, און לייגן זיי אריין נאקעטערהייט אין א זוּ, ווי אונז טוהן צו בע״ח, און בּאַאָבּאַכטן אונז, בפרט אין אונזערע געשלעכטליכע באציאונגען. (ואגב, איז טאקע דא, ענליך צו די פּלאַניטעריאוּם היפּאטעזיע, די זוּ היפּאטעזיע צו פארענטפערן די פערמי פּאראדאקס פארוואס אונז זעה׳מיר נישט קיינע עקסטערע-טערעסטיעל ציוויליזאציעס אין די רוימען וואס זענען אזוי גרויס, ווייל זיי מיט זייער טעכנאלאגיע שטעלן עס אויס אזוי כדי אונז צו קענען בּאַאָבּאַכטן ווי אין א זוּ.) עכ״פ קען אט די סאָבּ-גאנער צייגן אויף פארקערט אז עס איז דא א פלאץ אין די סאָבּקאַנשעס פון (עכ״פ געוויסע) מענטשן וואס נעמט תענוג פון טאקע ווערן געטריעטעד (עכ״פ ווען ס׳איז בלי פיזישע צער) ווי א בע״ח דורך העכערע אינטעלידזשענסעס. (דר. אָגי אָגאַס און דר. סאַי גאַדאַם טענה׳ן אז די תענוג דערפון האט צו טוהן מיט די עוואלוציאנערישע עבר אונזערע, וואו עס איז אלס געווען ספּערם קאַמפּעטישאן צו איבערשטייגן די שטערקערע וועלכער האט מזריע געווען אין די נקיבה. ועיין כאן.)

און אין אט די געדאנק פון אוועקנעמען דעם אַנטראָפּאָסענטריק פּערספּעקטיוו פונעם וואטשער, ברענגט דאס אויך ארויס די געדאנק פון קאַסמיקיזם, וואו מ׳קומט צו צו א נייהיליסטישע אנערקענונג איבער ווי ווייט אונז זענען מינדערוויכטיג אין די קאַסמאָס, און ווי ווייט אונז קענען נישט ארויסהאבן די מציאות (און די ברואים דערין).

די דריי פילמען זענען שטארק רעקאמענדירט פאר ליבהאבערס פון די גאנער פון סייענס פיקשאן טרילערס (מיט אביסל נייגונגען צו די גאנער פון האַראַר).
 
לעצט רעדאגירט:
דער סייענס פיקשאן שרייבער קאַרל שראָדער האט גע׳טענה׳ט אז עס איז יתכן אז ווי מער א ציוויליזאציע ווערט פארגעשריטן, אלס מער זוכט זי דורך איר טעכנאלאגיע און וויסענשאפט צו זיך צוריקקערן און ווערן ממש א חלק פונעם נאטורליכן ענווייראמענט (אין טערמינען פון עקאָסיסטעמס און בּייאָקעמיקעלס, ועיין בדברי דר. ראַדני בּרוּקס איבער די שוועריקייט פון מגדיר זיין "נאטורליך") וואו זי איז; לעבן אינגאנצן צוזאמען מיט איר בדרך תענוג אָן דאס פארפעסטיגן אין עפעס וואס האט עני נעגאטיווע קאנסעקווענצן. ער האט גע׳טענה׳ט אז דאס קען זיין א תירוץ אויפ׳ן באקאנטן פערמי׳ס פּאראדאקס פארוואס מ׳טרעפט נישט קיין אנדערע ציוויליזאציעס אין די רוימען. דאס איז ווייל זיי זענען שוין אזוי פארגעשריטען אזש זיי זענען געווארן, במדת מה, ממש א חלק פונעם טבע אזוי אז עס איז (כמעט) נישטא קיין שום אפפאל און וועיסט פון זייער ענערגיע וואס זיי נוצן, וויבאלד די אפפאל פון די געוואלדיגע ענערגיע זייערע ווערט צוריק אריינגעלייגט אין אט די עקאָסיסטעם זייערס אויף צו ווערן איבערגענוצט, וכעין וואס מ׳זעהט אויף אסאך א קלענערע פארנעם ביי עקאָסיסטעמס בכלליות. שראָדער האט אויף דעם גענוצט די באקאנטע פתגם פון אַרטור קלאַרק אז עני גענוג פארגעשריטענע טעכנאלאגיע קען מען עס נישט פונאנדערטיילן פון כישוף (פאר די וועלכע האבן דאס נאכנישט געזעהן), אז דאס זעלבע איז לגבי דעם: עני גענוג געוואלדיגע פארגעשריטענע טעכנאלאגיע קען מען נישט פונאנדערטיילן פון נאטור.

די אסטראנאמער האבן אויסגעברייטערט די געדאנק מיט׳ן דאס צאמשטעלן מיט די קאַרדאַשׁעוו סקעיל פון רעכענען די פארגעשריטענקייט פון ציווילאזציעס. די אריגינעלע סקעיל רעכענט די פארגעשריטענקייט פון ציוויליזאציעס לויט ווי סאך ענערגיע זיי קענען קאנטראלירן און נוצן אין א קוואנטיטעטיוו וועג: זייער פּלאנעט, זייער שטערן, זייער געלעקסי אא״וו. זיי לייגן צו דערצו אז מ׳קען דאס עקסטענדן אין א קוואליטעטיוו וועג אויך, וואו ווי מער פארגעשריטען א ציוויליזאציע איז מיט די ענערגיע וואס זי ווייסט וויאזוי צו באקומען און נוצן (דורך דייסאן ספעירס/סוואָרמס וכדומה), אלס מער זענען זיי אין פארגלייך מיט די טבע און ענווייראמענט ארום זיי. דאס איז אז א קלאס 0 ציוויליזאציע איז ווי בע״ח וועלכע נוצן די ענווייראמענט וויאזוי זי איז. א קלאס 1 ציוויליזאציע טוישט שוין די ענווייראמענט צו אירע באדערפענישן דורך חכמה און כלים. א קלאס 2 ציוויליזאציע טוהט זיך שוין אליינס טוישן, דורך דזשענעטיק מאַדיפיקעישאן וכדומה, כדי צו שטימן מיט די (מערערע סארטן) ענווייראמענט(ן) ארום זיי. א קלאס 3 ציוויליזאציע טוהט שוין ווערן א חלק פון די ענווייראמענט ממש (במדת מה) אויף צו ממש טוישן די טויטע חומר רינגסט ארום איר אין צו עפעס וואס קען קאַמפּיוטן אא״וו. (ובפרט ווי דר. מילאן טשירקאוויטש טענה׳ט אז עס איז ל״ד אז ווי מער ענערגיע מ׳קען נוצן, אלס מער קאמפּלעקס ווערט מען.)
1.webp

די עצם געדאנק האט היינט-צו-טאג א פילאזאפיע דארונטער וואס ווערט גערופן ״סאָלערפּאָנק״. דאס איז וואו דאס מענטשהייט איז אָנגעקומען צו א מדריגה וואו עס נוצט גאר פארגעשריטענע טעכנאלאגיע, אבער דאך לגמרי אינטעגרעיטעד מיט די עקאָסיסטעם און נאטור, אזוי אז עס איז א גענצליכע סימבּיאָסיס צווישן זיי צוויי אָן קיין פּאַלושאן פון דאס חרוב מאכן באיזה אופן וכדומה.
2.webp
דא קען מען זעהן די אעסטעטיק דערפון אין אַן ענימעישאן.

דר. יאָגי העיל הענדלין רעדט ארום דערוועגן איבער וויאזוי די פילאזאפיע גייט צוזאמען מיט עקוואַליטי וכו׳. ער ברענגט צו אז דאס קען טאקע גיין אזוי ווייט אויף צו בּייאָענדזשינירן די נאטור אליינס אויף, לדוגמא, מאכן אז ביימער זאלן ארויסגעבן ליכטיגקייט דורך בּייאָלוּמינעסענס וכדומה.

דאס האט מיר געמאכט טראכטן אז הרה"ג ר׳ צבי יונתן מארטאן האט ארויסגעברענגט אז א געדאנק אין די מצות פון חג הסוכות פון זיצן אין א סוכה און נעמען די ארבע מינים איז דאס זיך צוריקקערן צום טבע און לעבן אינאיינעם מיט איר כבהסיפור עם אדה"ר קודם החטא, ווי איידער אפגעזונדערט פון איר אין א שטאטישע סארט וועג, וואס איז נישט די אריגינעלע וועג וויאזוי דער מענטש איז געווען אויסגעשטעלט צו זיין מעיקרא. און ווי וויקיפידיע ברענגט צו פון וויאזוי דר. עריך פראַם האט אפגעלערענט די געדאנק אונטער דעם סיפור פונעם עץ הדעת:
Fromm used the story of Adam and Eve as an allegorical explanation for human biological evolution and existential angst, asserting that when Adam and Eve ate from the Tree of Knowledge, they became aware of themselves as being separate from nature while still being part of it. This is why they felt "naked" and "ashamed": they had evolved into human beings, conscious of themselves, their own mortality, and their powerlessness before the forces of nature and society, and no longer united with the universe as they were in their instinctive, pre-human existence as animals. According to Fromm, the awareness of a disunited human existence is a source of guilt and shame, and the solution to this existential dichotomy is found in the development of one's uniquely human powers of love and reason​
יעצט, ווי ארויסגעברענגט, איז "ימות המשיח" וכו' אליבא דהרמב"ם (אליבא דדר. סטיווען שווארצטשיילד), דאס אז דאס מענטשהייט איז זיך מתפתח און וואקסט סיי אין איר מאראלישע און סיי אין איר טעכנאלאגישע און וויסענשאפטליכע אנטוויקלונג. אין אנדערע ווערטער, עס איז דאס אז דאס מענטשהייט וואקסט ווייטער אויף אט די קאַרדאַשׁעוו סקעיל. און זייענדיג אז, כנ"ל, איז דאס מקושר מיט'ן ווערן ווי מער א חלק פונעם טבע ממש, קען מען זאגן אז דאס איז וואס די גמרא בע"ז ג. איז מקשר דעם געדאנק פון מצות סוכה בימות המשיח (ועיין ג"כ בזכריה סופי"ד), ווייל אט דאס איז דאך די געדאנק פון מצות סוכה לשוב לחיים עם הטבע וכדברי הרב מארטאן, וואס דאס איז דאך די געדאנק פון "ימות המשיח" און פארגעשריטענקייט אויפ'ן קאַרדאַשׁעוו סקעיל. ענליך קען מען זאגן אז דאס איז וואס די גמרא בסוף כתובות אז לעת"ל וועט מען באקומען די באדערפענישן פון די ביימער און אפילו די אילני סרק וועלן מוציא זיין פירות, ווייל אט דאס איז דאך די געדאנק פון "ימות המשיח" און דאס וואוקס אין פארגעשריטענקייט אויפ'ן קאַרדאַשׁעוו סקעיל פון קענען מאַניפּיולירן און דזשענעטיקעלי מאדיפיצירן זיך און די ענווייראמענט צו גיין פולקאם אינאיינעם. (אין דעם האב איך געהערט פון הרה"ג ר' אורי האצלמאן אז דאס וואס מ'זעהט כהיום אז דורך טעכנאלאגיע וחכמה טוהט מען פארוואנדלען די נגב מדבר אין א"י אין צו א מקום ישוב עם מים וצמחים, איז א התגשמות פון וויאזוי חז"ל אין במדב"ר כג ד האבן אפגעלערענט/גע'דרש'נט די נבואות פון ישעיה אז לעת"ל עתיד המדבר להיות ישוב ועתיד להיות שם אילנות ודרכים ע"ש.) דאס אלעס קען אויך ליגן אין דעם באקאנטן רעיון פונעם ראי"ה אין זיין "חזון הצמחונות והשלום", אז לעת"ל מיט די התפתחות פונעם מענטשהייט וועט איר ענרנערונג אא"וו נאר זיין פון געוואוקסן. דאס איז ווייל אט דאס ליגט דאך אין התפתחות האדם לעת"ל: איר וואוקס אויפ'ן קאַרדאַשׁעוו סקעיל, וועלכעס איז ווערן ווי מער איינגעגלידערט אינעם טבע בשלום אלס איינס מיט איר. (הרב מארטאן איז מאריך במחשבת הראי״ה לגבי צמחונות.) ובכלל איז דאך ידוע די פילאזאפיע פון דיִגרוֺיט וואו בהתפתחות דארף מען צוקומען צו ווייניגער קאַנסאָמפּשען פון ריִסאָרסעס וכו׳, פון וואס מ׳ווערט ממילא נישט זאַט.

*

ואגב, לגבי סטאניסלאוו לעם׳ס מהלך צו פארענטפערן די פערמי פּאראדאקס, האט דר. לעטעם בּויל אָנגעגעבן א מעגליכע הסבר וועלכעס איז א משהו ענליך. דאס איז ווייל כדי זיי זאל קענען קאמיוניקירן צווישן זיך אויף אזעלכע ווייטע שטרעקעס צווישן געלעקסיס, דארפן זיי זיך באנוצן מיט קוואנטום ענטענגעלמענט, וואו ווען צוויי קוואנטום פּאַרטיקלס זענען א פּאָר אזוי אז די רגע איינס קאָלעפּסט צו איין ספּעציפישע סטעיט קאָלעפּסט די אנדערע צו דאס פארקערטע, כדי אז די קאמיניקעישאן זאל נישט ג׳יין נאר מיט די שנעלקייט פון ליכטיגקייט און דויערן יארן פאר יעדעס מעסעדזש. אבער פאר אזא סארט קאמיוניקעישאן מוזן כאטש בערך 50% פון פאָטאַנס אָנקומען צום פלאץ מיט וועלכעס מ׳וויל קאמיוניקירן מקודם, אנדערש ווי געווענליכע רעידיאוֺ קאמיוניקאציע. וועגן דעם פעהלט אויס גאר ריזיגע רעידיאוֺ דישעס דאס צו דירעקטירן. דעמאלטס קומט אויס אז גאר ווייניג דערפון גייען אראפ פון וועג אָנצוקומען צו אונז, וואס דערפאר זעהן מיר נישט בי סיגנאלן פון אנדערע ציוויליזאציעס, ווייל דאס ביסל וואס מ׳זעהט און פאלט ארויס זעהט אויס ווי רענדאם נוֺיז. (פּיטער רייך איז דאס מסביר.)

*

ובכלל בזה ובנושא האשכול בסתמא איז מן הראוי לציין צו וואס דר. טשירקאוויטש שרייבט אז לפי די סייענס וואס אונז האבן לפנינו, זענען פּלאנעטן וועלכע קענען דערהייבן לעבן אפירגעקומען א ביליאן יאר פאר אונזערס:
IMG_1157.webp


***

לגבי דעם פארלוסט ווען א מין בע"ח/וכו' גייט עקסטינקט און בּייאָדייווערסיטי ווערט ווייניגער, זאגן דר. דערעק מולער און דר. נתן מאָרהויז לגבי די וועג וויאזוי שפינען/ספּיידערס זעהן אא"וו, אז דאס איז גענצליך אנדערש פון וויאזוי אונז עקספּיריענסן די וועלט בחושותינו (וואס אונז קענען ניטאמאל געהעריג משיג זיין, וכדהבאתי מדר. טאמאס נעגעל), און ווען א בע"ח גייט עקסטינקט, קומט אויס אז די בריאה האט פארלוירן נאך א וועג וויאזוי זי זאל ווערן עקספּיריענסד:
If our understanding of their visual system is correct, the experience of color for jumping spiders might even be three-dimensional in a way that's totally different from how we see the world. And we haven't even talked about their other senses, like their ability to communicate through vibration. When you think about it, you realize that the universe we humans perceive, even with all our technology, is just a sliver of what's out there

If we owe anything to the world, it's to allow the world to be experienced in the fullness of itself. I think this is one of the tragedies of extinction is the loss of oftentimes a totally unique way of experiencing our world, a way of experiencing our world that we probably couldn't even imagine​
ולפי"ז קען מען זאגן א רמז אז רש"י אין משלי (ל כח) שממית בידים תתפש והיא בהיכלי מלך, וואס דאס איז א ספּיידער לפי המפרשים, ברענגט צו די מדרש אז דאס גייט ארויף אויף מלכות רומי וועלכעס האט חרוב געמאכט די ביהמ"ק (און ס'דא וואס זאגן אז ספּיידערס האבן טאקע צוגעגעבן לשריפתה) ע"ש. ולפי"ז קען מען זאגן אז אט דאס איז די רמז, ווייל ווי דר. עריך פראַם האט מאריך געווען איז דאס שפראך פון סימבאלן פארגעסן געווארן, וואס אט דאס איז געווען די "שפראך" און עקספּיריענס פון די הקרבה בביהמ"ק (הרה"ג ר' צבי יונתן מארטאן רעדט ארום דערפון אין עטליכע שיעורים). און ווי עס ווערט צוגעברענגט אין טעמי המנהגים פונעם חסד לאברהם איז די קליינע לוז ביין וואס פון דעם ווערט תחיית המתים (ב"ר כ"ח ג) בצורת העכביש מיט די גידים וועלכע נעמען דאס ארום ע"ש. והיינו אז לעת"ל בזמן תחיית המתים וואס מ'זוכט צוריקצוגיין דעמאלטס צו הקרבת הקרבנות אין די פארגעסענע שפראך, וואס דאן ווערט דאך געזאגט (ישעיה נב ח) כי עין בעין יראו בשוב ה' ציון. און אט די געדאנק זעהט מען ביי ספּיידערס כנ"ל אז וויאזוי זיי זעהן מיט זייערע מערערע אויגן און עקספּירענסען די וועלט איז א וועג וואס איז פארהוילן פון אונז, וואס זיי זענען מרמז צום חורבן הבית מעיקרא.
 
לעצט רעדאגירט:
דר. דניאל דענעט האט גע'טענה'ט אז מ'קען מגדיר זיין די אינטעלידזשענס פון ברואים אין פיר סוגים, איינס העכער ווי דאס צווייטע (הגם אז עס איז בעצם אויף א קאנטיניוּאָם וואו די גבולים צווישן זיי זענען נישט ממש הארט און א בריה איז "אינצווישן" זיי וכדומה):

1). א דאַרוויניען בריה - דאס איז א בריה וואס איר התנהגות איז שוין איינגעגלידערט אין איר דורך די עוואלוציע פון דורי דורות, וואו דאס וואס האט גע'ארבעט איז סעלעקטעד געווארן פאר דורך די ענווייראמענטעל פּרעשורס פון איר ניִש וואו עס לעבט. (ואגב, דר. דזשעימס טומי טענה'ט אז מ'קען באטראכטן די סארט "מדע" על העולם וואס איז עוואלוציאנעריש האַרד-וויירד אינעם בריה, ווי אפלטון'ס געדאנק פון אנאמנעסיס, וואו וואס מ'לערנעט זיך איז באמת וואו מ'דערמאנט זיך נאכאמאל עפעס וואס מ'האט שוין אלס געוואוסט און איז שוין געווען מושרש בנפשו, וכעין הגמרא בנדה ל:, ועיין בדברי רבינו זרחיה בן שאלתיאל על משלי פ"ל: "אמר חכמים מחוכמים על דרך ההשאלה כי חכמתם אינה במחשבה ועצה אבל מטבע מוטבע בהם".)

2). א סקינעריען בריה - דאס איז א בריה וועלכע לערענט זיך אין איר לעבן אין א בּיהעיוויאריסט אופן, וואו טאמער עפעס האט געברענגט א תוצאה וועלכעס איז נוצליך צו איר, איז דאס געווארן ריענפאָרסט און זי איז געווארן טרענירט אזוי צו טוהן.

3). א פּאַפּעריען בריה - דאס איז א בריה וועלכעס טוהט פּלאנירן פון פאראויס וואס צו טוהן אין א מצב פאר זי טוהט דאס.

4). א גרעגאָריען בריה - דאס איז א בריה וועלכעס קען אבּסטראקטן און מפשיט זיין מושגים בשכלה דורך אַן אינערליכע שפראך וכדומה.

אין דעם טענה'ן די וויסענשאפטלער אז מ'זעהט פון עקספּערימענטן ביי די מין דזשאָמפּינג ספּיידער וואס הייסט פּאָרטיע, אז הגם זי האט נישט קיין סאך ניוראנס אין איר פיצינקע מח, איז זי אבער דאך א פּאַפּעריען סארט בריה וועלכעס פלאנירט פון פאראויס און געדענקט וואו זאכן זענען אָן זיי זעהן בשעת מעשה וכדומה; ובפרט וואו זיי האלטן חשבון אויף די צאל זאכן וועלכע דארפן דארט צו זיין. ועיין במה שהבאתי כאן.

דר. לאַרס טשיטקאַ און דר. קעטערין ווילסאן טענה'ן טאקע אז (אפילו) אינזעקטן זענען קאַנשעס - זיי זענען נישט קיינע p-זאַמבּיס וועלכע "זעהן נאר אויס" ווי זיי האבן אַן "אינערליכע" לעבן; זיי האבן אויך אַן "אומוועלט" וויאזוי זיי עקספּיריענסן לעבן, ועיין בדברי דר. טאמאס נעגעל. דאס זעהט מען פון דעם אז זיי האבן כעין קאמפליצירטע סאציאלע סטראָקטשורס (ועכ"כ אז מ'זעהט ביי נמלים וואו זיי טוהן מאכן סורדזשערי/עמפּיוטעישאנס אויף חברים כדי צו ראטעווען זייער לעבן). ווי אויך ביי בינען זעהט מען ווי זיי האבן זכרונות און קענען האבן רעפּרעזענטאציעס פון זמן ומקום, און צייגן ווי זיי פלאנירן אין בויען זייערע הייווס, און דזשענערעלייזן וואס זיי זעהן זיך צו לערנען. און מ'זעהט ווי פליגן וועלכע באקומען נישט קיין סעקס זוכן פערמענטעד פירות כדי צו שיכור'ן. וזהו דלא כדר. מיכאל מורעי.

יעצט, דר. ראָסעל/ראכעל פּאַוּעל שרייבט אז אין די פעלד פון ביאלאגיע זענען דא חילוקי דעות צי עוואלוציע איז קאנטינדזשענט אדער קאנווערדזשענט. ״קאנטינדזשענט״ באדייט אז ווען מ׳זאל ווען איבערשפילן די היסטאריע פון די וועלט און עוואלושאן, וואלטן זיך באשעפענישן אנדערש עוואלווד, זייענדיג אז זייער עוואלושאן איז לגמרי תלוי אין די נאטורליכע ענווייראמענט לויט וויאזוי זייער גופים זענען פונקט דעמאלטס אא״וו. ״קאנווערדזשענט״ באדייט אז מ׳וועט טרעפן ווי אסאך פון די זעלבע/גאר ענליכע טרעיטס און כאראקטעריסטיקס האבן באזונדער עוואלווד אין אנדערע מינים כדי צו לעזן די זעלבע אישׁוּ; מיינענדיג אז עס איז יתכן אז ווען מ׳שפילט ווען אלעס איבער וואלט זיך עס אויסגעארבעט גאנץ ענליך.

ובזה טענה'ט דר. פּאַוּעל אז הגם וויאזוי די גופים שטעלן זיך אויס איז א קאנטינדזשענט זאך און מוז נישט זיין דאס זעלבע טאמער שפילט זיך דאס אלעס איבער, איז אבער דאס׳ן עוואלוון חושים צו קענען ״זעהן״ און סענסן אויף אַן אופן אויף כדי צו קענען אינטערעקטן מיט די ענווייראמענט רינגסט ארום זיי צו באקומען ענערגיע, א קאנווערדזשענד זאך. און דאס איז מקושר מיט׳ן דעוועלאפּן מיינדס און קאגנישאן, זייענדיג אז די אינפּוטס ווערן פאראייניגט כדי צו קענען אינטערעקטן דערמיט, ווי מ'זעהט ביי אנדערע בע"ח און אינזעקטן וכנ"ל. ולפי"ז אויב איז דא לעבן, באיזה אופן, אין די רוימען, האבן זיי קאגנישאן און קאַנשעסנעס, הגם ל"ד טעכנאלאגיע.

ולפי"ז קען מען זאגן א רמז אז (שמות כא כג-כד) נפש תחת נפש עין תחת עין, והיינו אז פון דעם געדאנק פון סענס פּערסעפּשאן און זעהן, וואקסט ארויס דעם נפש און מיינד פון א בע"ח. און דאס קען נוגע זיין לעבן אין די רוימען אויך (ישעיה מ כו) שאו מרום "עיניכם" וראו מי ברא אלה המוציא במספר צבאם וגו'.

ואגב בכל זה האט דער פיזיקער גוסטאוו טעאדאר פעכנער גע'טענה'ט אז צמחים און פּלענטס האבן אויך קאַנשעסנעס, וואו הגם זיי קענען זיך נישט רירן זוכן זיי צו מעקסימייזן זייער פיטנעס אא"וו, ווי לדוגמא אין זייער פאָטאָטראָפּיזם וואו זיי בייגן זיך צו ליכטיגקייט כדי צו באקומען מער דערפון, און שלאגן זיך מיט פּרעדעטארס דורכ'ן עוואלוון סמים וכדומה (וידוע די העפּענינג פילם). ועיין בדברי דר. נעטעלי לאָרענס און דר. פּאקאָ קעלוואָ. דר. אַרטור רעבּער, דר. פראַנטיזשעק בּאַלוזשקאַ און דר. וויליאם מילער טענה'ן אז יעדעס צעל האט קאַנשעסנעס במדת מה. (ועיין ערך בּייאָסייקיזם און פּענסייקיזם.) לפי"ז זאגן זיי קומט אויס אז וועדזשעטעריעניזם איז בעצם אויך א פראבלעם, זייענדיג אז מ'פארלענדט די קאַנשעס צמחים. זיי שרייבן אז דערפאר זאל מען נאר עסן דאס וואס האט עוואַלווד צו ווילן געגעסן ווערן:
Restrict your diet to those plants that want to be eaten, those whose evolutionary history is marked by the development of biomolecular mechanisms that render them tasty and nutritious to other species and did so for fundamental evolutionary reasons. Being edible was an excellent strategy for sessile species to evolve as it supports the distribution of their DNA to areas other than their immediate location. These include virtually all the floral forms that we have touched on: grains, rices, berries, fruits, nuts, legumes, beans, root vegetables, leafy greens, herbs, and many spices​
מיט דעם קען מען פארשטיין אז די טענה פון (ב״מ פה.) זיל לכך נוצרת איז נאר ווען עס איז נוצר געווארן דאס צו ווילן.

דר. רחל פּעטערסאן שרייבט אז דאס גייט אין איינקלאנג מיט דעם אז די שטערנס און פּלאנעטן זענען בעלי נפש:
A professor once remarked with a smirk to Fechner’s nephew: if your uncle is so serious about his argument in Nanna, he must also, to be consistent, extend ensoulment to stars. In fact, in his later three-volume treatise Zend-Avesta (1851), Fechner gives Nanna a cosmic upgrade, extending his analogical reasoning to celestial bodies. Couldn’t Earth be said to behave, in some ways, like the human body? Could it also have a soul? All of creation harboured an interiority, a rich sensuous life, a kind of freedom. And humans comprise, in part, this terrestrial consciousness. We rise upon the planet as wavelets rise upon the ocean. We grow out of her soil as leaves grow from a tree. We are the sense organs of Earth’s soul: when one of us dies, ‘it is as if an eye of the world were closed,’ as William James said in a lecture concerning Fechner’s thought. Zend-Avesta regards external creation (nature) and internal life (souls) as two aspects of the same reality. All matter and spirit co-occur, co-instantiate, and cannot be separated​
(ועיין כאן לגבי די ענליכקייטן צווישן געלעקסי קלאָסטערס און ניוראנס אינעם מח. ועיין כאן.) וידועים דברי הרמב״ם (עפ״י אריסטו און די קאסמאלאגיע פון די מיטל-אלטער) בהל׳ יסודי התורה (פ״ג ה״ט):
כל הכוכבים והגלגלים כולן בעלי נפש ודעה והשכל הם והם חיים ועומדים ומכירין את מי שאמר והיה העולם כל אחד ואחד לפי גדלו ולפי מעלתו משבחים ומפארים ליוצרם כמו המלאכים וכשם שמכירין הקדוש ברוך הוא כך מכירין את עצמן ומכירין את המלאכים שלמעלה מהן ודעת הכוכבים והגלגלים מעוטה מדעת המלאכים וגדולה מדעת בני אדם.
 
לעצט רעדאגירט:
דר. עלען מיטעלמאן שרייבט (און זאגט) אז עס איז נאר אין די מאדערנע תקופה, נאך די קאָפּערניקען רעוואלוציע אא״וו ווען סייענס האט געוואוזן אז דאס מענטש איז נישט די מרכז הבריאה, וואו אידישע טעאלאגן און דענקער (ווי אין יעדעס רעליגיע) האבן זיך אָנגעהויבן ספּראווען מיט די ״מיינונג״ און תכלית פון לעבן.

ער ברענגט ארויס אז דערפאר איז די גאנער פון תנ״ך נישט אזוי ווייט טראגעדיע, וויבאלד אנדערש ווי די גאנער וואס איז ארויסגעוואקסן ביי די יוונים, האט זי נישט געגלייבט אין פּאַליטעאיזם וועלכעס באדייט א וועלט פון פארשידענארטיגע כוחות און כאאס. ער ברענגט צו פון דר. דזשאן לעווינסאן ווי אין P׳ס נאראטיוו פון בריאת העולם, וואס P איז פון די שפעטערע חלקים פון די תורה, קומט אפיר די שפיץ פון איר מאַנאָטעאיסטיק וועלט-אויסקוק אז יעדעס חלק פון די בריאה איז ״טוב״. אין אנדערע ווערטער, אז ביסודה איז דאס גוט און מיענינגפול (דלא כדר. מאַרטאַ נוסבוים ודר. דרוּ דאָלטאן), און ווען מ׳פארלירט דאס און מ׳קומט צו צו (א קהלת׳דיגע) נייהיליזם, דארף מען זוכן צוריקצוגיין צום דיִפאָלט. פון די אנדערע זייט ברענגט ער ארויס אז די צוגאנג פון יהדות צו די שאלה, ובפרט בקהלת, איז אז די שאלה איז נישט אזוי ווייט, "וואס איז די תכלית פון לעבן?" ווי איידער "וואס איז די תכלית אין לעבן?" וכעין דרכו של האברבנאל וועלכעס איך האב צוגעברענגט אינעם ארטיקל. אין אנדערע ווערטער, מ'דארף כסדר האלטן אט די טענשאן איבער די אַבּסורדיטי פון לעבן און די בריאה פארענט פון זיך, און זיך טאקע ספּראווען דערמיט. דאס איז ווייל ווי דר. הערי פרענקפורט האט אויסגעברייטערט די געדאנק פון אַלבּערט קאמוס, אויב וואלט דער סיסיפוס געהאט א פּיל וואס מאכט אים טראכטן און פיהלן ווי דאס ארויפשטופן כסדר די ריזיגע שטיין ארויף די בארג איז געוואלדיג מיעיניגפול, דאן וואס איז פון א סאָבּיעקטיוון מבט איבער "מיענינג" איז נישטא קיין חילוק צווישן אים און דער וועלכער טוהט "טאקע" מיענינגפול זאכן מיט זיין לעבן. אבער מאידך גיסא האט דר. סוּסען וואלף גע'טענה'ט אז מ'פארשטייט אז ס'איז דא א חילוק צווישן דער וואס טרעפט מיענינג אין א לעבן פון נאר שפילן ווידיאו געימס און דער וואס ארבעט צו פאראויסברענגן דאס מענטשהייט. וממילא קומט אויס אז הגם פון א ממש אבּיעקטיוון בליק קען מען נישט אנטשיידן אט די שאלה איבער די מיינונג פון לעבן והבריאה על הכלל כולו, איז אבער דא א חילוק פון פון וואס איז די ראציאנאלע קאנסענסוס איבער וואס איז סאָבּיעקטיוו מיענינגפול און חשוב אין לעבן.

ליגענדיג מיט מיין ווייב און הערענדיג בּאַילאַנדאָ פון ענריקעי איגלעסיאַס (צוזאמען מיט אנדערע) איז מיר בייגעפאלן אז דאס איז טאקע וואס קהלת זאגט (ט ט) ראה חיים עם אשה אשר אהבת כל ימי חיי הבלך אשר נתן לך תחת השמש כל ימי הבלך כי הוא חלקך בחיים ובעמלך אשר אתה עמל תחת השמש. והיינו, אז בעצם איז פון אונזער אבּיעקטיוון פּערספּעקטיוו אלעס טאקע הבל און עס איז נישטא קיין פּוינט דערפאר אזויווי קהלת טענה'ט. אבער דאס איז נאר לגבי די מיינונג פון לעבן. ווידעראום לגבי א סאָבּיעקטיוון מבט אין לעבן איז דאס וואס א מענטש טוהט וואס ער איז מחוייב מיט'ן האבן א סעטעלד לעבן מיט א ווייב און קינדער (ואומנות כדפירש"י עה"פ שם), און האט איר ליב און טוהט זיינע פליכטן, איז אט דאס אליינס א מיינונג אין לעבן. און דאס איז גענוג.

דאס האב איך געזאגט פאר מיין ווייב מיט דאס וואס אינדערמיט פון די שיר עגבה/אהבה זינגט ער (אין ענגלישע איבערזעצונג, עס איז גראדע דא א "ספּענגלישע" ווערסיע פון דעם מיט מער ענגליש אין דעם):
With this melody
your color, your fantasy
With your philosophy
my head is empty

I can’t anymore
(I can’t anymore)
I can’t anymore
(I can’t anymore)​
דאס קען ארויסברענגן אז דערנאך פון פילאזאפירן איבער תכלית העולם והחיים, ליגט דאס אבער סאָבּיעקטיוולי אין אט די אהבה מאיש לאשתו און אין דעם וואס ער טוהט זיינע פליכטן פאר זיינע באליבטע.
 
Back
Top