Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
האסט א גראבן טעות .איי דאנט נאוי וואט יא על וואנט.
מיר זענען אלע פלענע מענטשען, אויב ווילט איר גלייבען אין א פארשטויבטע טעאריע - געזונטערהייט.
איך ווייס אבער נישט ווי אזוי מען קען גלייבען פילען און זעהן א גוטער גאט,
אונז זענען באשאפען געווארן פעלערהאפטיג קוים קוים בעסער ווי א מאנקי, און דאס איז שוין נאכן קאווע. קומט זיך אונז פארברענט ווערן לעבערדיגעהייט פאר דעם?! גימי עי ברעיק.
קענסט שרייען אונז פארשטייען נישט אלעס אבער דאן גלייבסטו מער אין קאנגנעטיוו דיסעדענס ווי אין גאט ב״ה
גאנץ גוט, אבער נישט ממש.
קוק אריין אין קינות המפורש, וועסטו זעהן דארט ווי ער ברענג אראפ צוויי גרסאות, איין גרסי' איז א מדרש אמר ר' שמואל בר נחמן: קרוב לתשע מאות שנה היתה השנאה כבושה.. עיי"ש און די צווייטע גירסא איז ווי דער בעל הקינות זאגט דא בתשע מאות שנה און נישט קרוב לתשע מאות שנה. איז דערפאר ברענגט ער אנאנדערע פשט פון איינעם אז דאס שטימט מיט די תשע מאות שנה ת"י פונעם ערשטן ביהמ"ק און ת"כ פונעם צווייטן ביהמ"ק און זיבעציג יאר גלות בבל אינדערמיט דאס קומט אויס פונקט תשע מאות שנה.וועלכע מפרשים זענען מסביר אז עס גייט ארויף אויף בת פרעה? בפשטות גייט עס ארויף אויף מזמן יציאת מצרים שלא רצו לקבל עבודתו בשמחה. ומקורו במדרש תחילת פרשת צו.
לפי קוצר הבנתי , דעס וואס די ביסט מסביר ״גאט״האסט א גראבן טעות .
ווער האט דיך פארקויפט אז גאט איז גוטער?
וואס איז די שיינקייט פון א גוטער גאטס'איז עקעלדיג.
גאט איז פונקט ווי אונז ליכטיגקייט מיט טונקלקייט.
אונז זעמער גאר א manifestation פון גאט, אונז זעמער גאט אליין, consciousness איז געטליך דאס איז גאט.
גוטס וועט פארלירן אירע משמעות אן שלעכטס, ליכטיגקייט וועט פארלירן איר משמעות אן טונקלקייט און פרייליכקייט וועט פארלירן איר משמעות אן צעבראכנקייט.
די גאנצע מציאות פון אונזער בריאה איז א מציאות פון א yin and yang, הפכים וואס שלאגן זיך און דארפן איינס דעם צווייטן, אפילו די מציאות פון עקזיסטינס קען נישט זיין אן די נאן עקסיסטנס, אמת מוז האבן שקר און שקר מוז האבן אמת, דאס איז די יסוד פון די גאנצע בריאה, די שלימות איז נאר די כולל פון אלע סתירות, כמבואר בספרים הקדושים דמן סין.
די קאנשעסנעס דהיינו גאט האט נאר א משמעות מיט נאן קאנשעסנעס דהיינו אן גאט, די אינפענעט האט נאר א משמעות ווען ס'איז פארהאן לימיטעישן. אבער די אמת'ע אמת איז אז גאט איז די שם כולל פון די אלע סתירות אינאיינעם, גאט איז כולל א חלק וואס איז conscious און אויך unconscious.
צו זאגן אז גאט איז כולו טוב כולו conscious, איז א סתירה מיט די דעפענישן פון גאט.
יעצט, Consciousness קען זיך נאר זען דארך unconscious, און דארך דעם וואס אונז האמער לימיטעישנס און א געמישעכטס פון Consciousness און unconsciousness קענען מיר, דארך מאכן חלקים פון אונזער unconscious מער conscious זען וואס Consciousness איז בכלל, קומט אויס אז גאט (אונז) קען זיך נאר זען און פארשטיין דארך זיך.
איך האב שוין נישט קיין כח צו שרייבן ווייטער ווייל ס'איז נאך א לאנגע וועג אנצוקומען צום פינטל, איך האף כ'על האבן כח צו שרייבן מער שפעטער.
די ברכה איז מימי החורבן , וואס דענסטמאל איז עסקען מיר איינער מסביר זיין פארוואס די תפילה פון נחם גייט נישט אריין אין די גדר פון זאגן ליגענט?
נַחֵם ה' אֱלֹהֵינוּ אֶת אֲבֵלֵי צִיּוֹן וְאֵת אֲבֵלֵי יְרוּשָׁלַיִם וְאֶת הָעִיר הָאֲבֵלָה וְהַחֲרֵבָה וְהַבְּזוּיָה וְהַשּׁוֹמֵמָה.
הָאֲבֵלָה מִבְּלִי בָנֶיהָ וְהַחֲרֵבָה מִמְּעוֹנוֹתֶיהָ. וְהַבְּזוּיָה מִכְּבוֹדָהּ. וְהַשּׁוֹמֵמָה מֵאֵין יוֹשֵׁב. וְהִיא יוֹשֶׁבֶת וְרֹאשָׁהּ חָפוּי כְּאִשָּׁה עֲקָרָה שֶׁלֹּא יָלָדָה.
וַיְבַלְּעוּהָ לִגְיוֹנוֹת, וַיִּירָשׁוּהָ עוֹבְדֵי פְסִילִים, וַיָּטִילוּ אֶת עַמְּךָ יִשרָאֵל לֶחָרֶב, וַיַּהַרְגוּ בְּזָדוֹן חֲסִידֵי עֶלְיוֹן.
עַל כֵּן צִיּוֹן בְּמַר תִּבְכֶּה. וִירוּשָׁלַיִם תִּתֵּן קוֹלָהּ. לִבִּי לִבִּי עַל חַלְלֵיהֶם. מֵעַי מֵעַי עַל חַלְלֵיהֶם.
כִּי אַתָּה ה' בָּאֵשׁ הִצַּתָּהּ. וּבָאֵשׁ אַתָּה עָתִיד לִבְנוֹתָהּ.
כָּאָמוּר: "וַאֲנִי אֶהְיֶה לָּהּ נְאֻם ה' חוֹמַת אֵשׁ סָבִיב וּלְכָבוֹד אֶהְיֶה בְּתוֹכָה", בָּרוּךְ אַתָּה ה' מְנַחֵם צִיּוֹן וּבוֹנֵה יְרוּשָׁלָיִם:
ס'איז אקעי אז דו קענסט נישט קיין דקדוק, מ'מוז נישט אלעס קענען, אבער אויסדרייען ווערטער וועלכעס זענען הוה און גאר זאגן אז זיי זענען פּעסט טענס דאס איז שוין א ווייטע שפרונג, ווען ס'נאר איין ווארט איז איין זאך אבער פאר א גאנצע תפילה מיט פולע ווערטער ווען אלע פון זיי זענען לשון הוה?היינט ווען מען זאגט דעם זעלבן נוסח , איז די ברכה
ביז ״ליבי ליבי על חלליהם״ .פעסט טענס , לשון עבר
עס דעסקרייבט דער מצב ווי אזוי עס איז גיוועהן
פאר דעם קענסטו אריין געבן אן ארדער צו גאט וואס פינקטלעך דו ווילסט און וועלכע בילדונג און הייזער דו ווילסט ס'זאל יא זיין און נישט זיין און קענסט אפילו מיטפאקן א ריטערנינג סליפ אז די און די אדרעססן ביסטו בכלל נישט צופרידן און דו פארלאנגסט אויך צו טוישן די וועג וויאזוי מ'בויעט זיי אצינד צו ענדערש זיי אויפבויען מיט פייער ווי איידער מיט ציגל, שטיין און קרעינס, אבער דאס האט גארנישט מיט די תפילה צוטוהן.און אונז לאזן מיר זיך הערן
צו דעם בורא עולם , אז מיר זענען זיך
נישט מסתפק מיטן היינטיגן צוריק אויפבוי
אין די זופניק שוויץדי ברכה איז מימי החורבן , וואס דענסטמאל איז עס
גיוועהן אזוי ,
היינט ווען מען זאגט דעם זעלבן נוסח , איז די ברכה
ביז ״ליבי ליבי על חלליהם״ .פעסט טענס , לשון עבר
עס דעסקרייבט דער מצב ווי אזוי עס איז גיוועהן
און אונז לאזן מיר זיך הערן
צו דעם בורא עולם , אז מיר זענען זיך
נישט מסתפק מיטן היינטיגן צוריק אויפבוי , ווייל
כי באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה
אונז ווארטן מיר אויף די בנין באש
אויף עפעס מער ווי די לייט רעיל ,
און בניני שנאלל .
כוונת פשט , דו״ק
כ'ווייס דערפון און דערפאר האב איך מיך באווארענט מיטאבער עיין רש״י , אין די שירה , אין כמה וכמה פעמים , ווי ער איז מסביר אז פאעטיש קען מען נוצען א עתיד פאר אן עבר - און כל שכן א הווה
ווען ס'נאר איין ווארט איז איין זאך אבער פאר א גאנצע תפילה מיט פולע ווערטער ווען אלע פון זיי זענען לשון הוה?