וואס?
די עסט אין סוכה שמחת תורה?
די גייסט נישט שבת אין מקווה?
די דאווענסט מנחה נאכן שקיעה?
די לייגסט תפילין חול המועד?
די גייסט מיט א היט שבת חזון?
שמיני עצרת אין די סוכה , איז דא א מנהג נישט צועסן וועגן חשש בל תוסיף, עס ווערט גימענשנט אין טור און אין ב״ח, ווייל היינטיגע צייטן עסט מען נישט סתם אינדערוואכן אין די סוכה מען זאל קענען זאגן-פעמים שסוכתו עריבה עליו-, אויך על פי קבלה איז אזוי , פון רבי צדוק הכהן איז דא א תשובה ארוכה מיישב צו זיין פארוואס מען עסט חוץ לסוכה.
שבת אין די מקוה איז נאר א פראבלעם אויב עס איז גוט הייס , עס איז דא א היתר פון קרבן נתנאל אז טבילה איז נישט בכלל גזירת מרחצאות און מען קען זיך סומך זיין .
מנחה,נאך די שקיעה איז בכלל נישט קיין פראבלעם
דער גר״א זאגט אז עס איז בעסער נאך שקיעה, עס קומט פון די ליטאים אין ירושלים , אז מען מוז דאבינון פאר שקיעה תפילת מנחה,ומשם יפרד והיה
כהלכה אצלם , מען האט אלץ מתפלל גיוועהן מנחה
נאך די שקיעה הנראית, אפילו אין חב״ד וואס גייען נאך די גאונים שיטה, ביי בין השמשות .
לייגן תפילין חול המועד, איז א מחלוקת הראשונים
דער מחבר פסק׳נט אז עס איז יום טוב און מען לייגט נישט תפילין, און אזוי פסק׳נט דער גר״א,און אזוי איז אהנגענומען און ארץ ישראל און ביי אלע חסידים.
שבת חזון, איז דער יעב״ץ מעיד אויף זיין טאטע בעל חכם צבי,אז ער איז גיגאנגען מיט אלע בגדי שבת און אזוי שטייט אין מעשה ר״ב אויף דעם גר״א און אזוי איז ביי אלע חסידות.