- זיך איינגעשריבן
- אוג. 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,145
- רעאקציע ראטע
- 4,442
- פונקטן
- 443
אוי, רעבוינע שלעולם.
האב רחמנות אויף דיין פאלק, געב א קוק וואספארא פאלק דו האסט געפארעמט - פול מיט דיספאנקשן און קאראפשן. א פאלק וואס איז ערגער ווי עני רעליגיע מימות עולם, וואס די שטארף פון נישט מיטגיין אויף די שינעס צום קאלעך אויווען איז נישט קיין פיזישע מיתה נאר גייסטיש.
וואס האסטו דא אנגעמאכט?? דו האסט אונז געמאכט פאר דיין בני בכורי ישראל, אבער פונקט ווי די בכור איז אייביג די שפן נסיון, און נעמט מיט זיך אלע דיספאנקשן אזוי האסטו זיך אויסגעלערנט אויף אונזערע ביינער און אונז געגעבן דיין דיספאנקשען.
אוי. ווען וועסטו שוין נעמען אחריות און זאגן אוי לי שהחרבתי את ביתי??
איים סאררי אבער האסט געמאכט א געפערליכע מעסס...
האסט געמאכט א תפיסה פאר דיינע קינדער, וואס די תפיסה איז זיך אליינס, אן קיין ווענט, אן קיין שיסערס, נאר א תפיסה געמאכט פון פייער!
און ווי דו אליינס זאגסט, אין חבוש מתיר עצמו מבית האסורים..
האסט אונז געגעבן צו די ערב רב און די רע-בנים צו אונז אונטערטעניגן ווי א עבד נרצע, אבער נישט ווי פרעה וואס האט נאר געהאט א שליטה פיזיש, אבער זיי פייניגן דיינע קינדער גייסטיש!!
אונז זעמיר געווארן ווי ס'שטייט שוין "אוי לי מיצרי אוי לי מיוצרי".
נפשנו כצפור נמלטה, האסט אונז אריינגעלייגט אין א נעץ, וואס וויפיל מ'פראבירט זיך באפרייען טרעפט מען זיך נאכמער פארכאפט.
אבער איך ווייס אז דו ביסט נישט פערפעקט, אבער זיי מודה אז ס'איז אויך געווען בפשיעה.
האסט באשאפן רעליגיע צו אונז דערווייטערן פון דיך... שפעטער האסטו רחמנות געהאט און אונז פארשיקט און גלות, אבער דארט האסטו אונז ווייטער אונטערטעניגט אונטער די הענט פון די סיסטעם, וואס איז ערגער ווי המן הרשע וואס האט כאטשיק קלאר אויסגערופן אז ער האט אונז פיינט!
דו זיצט זיך אויבן דארט און לעכצט ווי אונז ציטערן אויף די ימים נוראים פון א פֿאָלס אלערט, און לאכסט!!!
דיין פאלק קוקט אויס ווי נזירים וואס האבן זיך נישט ארומגעוואשן פאר א יאר צייט, די בנות ציון היפות טוען זיך אן בגדי שק, און די שוטרי בני ישראל וואטשן און שלאגן.
דו האסט אונז צוגענומען יעדע געשמאק און מקיים געווען די פסוק "וְהָפַכְתִּי חַגֵּיכֶם לְאֵבֶל וְכָל-שִׁירֵיכֶם לְקִינָה... וְאַחֲרִיתָהּ כְּיוֹם מָר", און אנשטאטס דעם דארפן מיר וואטשן ווי די גויים מעגן זיך פרייען נארמאל, מענער מיט פרויען נאטירליך... אבער אונז.. תענוגי עוה"ז??!! ווילאנג דו ענדשויעסט זיך דארט על כסא רם ונשא.. הא, פילסט זיך גוט מיט דעם?? היפאקריט!
נעם דיך צוריק דיינע שופטים ושוטרים וואס נעמען דיינע אור אלטע מידאיוועל געזעצן און טוען געפערליכע אומרעכט אין דיין נאמען, און דו קלאפסט זיך אויפן בויך!!
וואס האסטו זיך פארלייגט אויף אונז, וואס האבן מיר שוין געטון?? און ווי טביה די מילכיגער האט דיך שוין איינמאל געזאגט, וועהל דיך אויס א צווייטע פאלק, ווען וועסטו שוין פאלגן??
אבער דו מיינסט טאקע אז דו האסט אונז לעקיש? איין טאג וועסטו נאך זען מ'וועט זיך באפרייען פון דיין מצרים, און בנערינו ובזקינינו נלך..
און דו וועסט זיין לעקיש מיט אן ארויס געשטעקטע צונג, און זיך בעטן ביי אונז צו דיך אריינלאזן.
אבער אריינלאזן וועל איך דיר נישט אזא גאט דארפף איך נישט, נישט אזא איינער וואס קאנטראלירט און שטאלצירט זיך מיט אונזער פיין, און בעט אונז צו לעקן זיינע פיס און פאלגט נישט נאך זיין אייגענע צוזאג.
אויב דאס ביסטו, דאן בין איך שוין לאנג א יתום ווי ס'שטייט טאקע יתומים היינו ואין אב, און דאס איז טאקע די ערשטע שטאפל צו פרייהייט. און אונז גיימער ארויס בשן ועין.
האסט אונז געאסר'ט ע"ז נאר כדי זיך צו אונז איינרעדן אז דו ביסט נישט.
משה! משה! די מסווה וואס דו האט אנגעטון איז שוין אויפגעדעקט!
אונז פארמאגן א אייגענע גאט, א גאט וואס איז זיך אליינס, א גאט וואס איז די עקסיטענס as we know it, א גאט וואס איז נישט קיין הערשער
נישט קיין פאטער נישט קיין ריכטער, א גאט וואס איז באמת אין סוף, א גאט פון פרייהייט. א גאט וואס איז דרור לכל יושביה, נאר מיט אונזער אייגענע געטליכקייט קען מען זיך באפרייען, ווייל אונז זענען געטליכקייט אליינס, און נישט קיין קנעכט צו איר, ווי דיין פארשאלטענע פה-סח.
און מיט דיין כה תאמר לבית יעקב, האסטו מצליח געווען אויך אריין שלעפן די פרויען ווי ס'שטייט אין משלי כִּי נֹפֶת תִּטֹּפְנָה שִׂפְתֵי זָרָה וְחָלָק מִשֶּׁמֶן חִכָּהּ.
אבער מיר וועלן מאכן א עכטע פסח און ארויס גיין לחירות עולם.
און דו מיט דיין סיסטעם וועלן שימלען לדראון עולם. אכי"ר.

לעצט רעדאגירט: