נפשי בשאלתי

מיר שטייען א קנאפּע צוויי יאר נאך דעם שוידערליכן טאג וואס איבער פערצן הונדערט אידן זענען ברוטאל ערמארדעט געווארן, מיט מיתות משונות, אויף א מאָס און פארנעם וואס מ'האט נישט געזעהן זינט דעם דייטש ימ"ש.

כלל ישראל איבער דער גארער וועלט איז געכאפט געווארן אין שאק, אויף דעם גורל'דיגן טאג, און טיף ערשטיטערט געווארן פון דעם שוידערליכן אטאקע און בּארבּאַרישן פאגראם, מיט אירע גרויזאמע איינצעלהייטן, וואס האט דעמאנסטרירט די שנאת מוות און שטרעבּונגען פון די בלוט-דארשטיגע פאלעסטינער.

אבער עס איז נישט די רשעות'דיגע כאראקטער פון די פאלעסטינער כאמאס וואס האט אזוי ווייט טראומאטיזירט די אידישע געמיינדע און צושאקלט דעם פאלק, ווי עס איז די פינסטערע רעאקציע פון די פעלקער ארום די וועלט צו דעם טראגעדיע.

מיר היימישע אידן האלטן שוין מיט די טעגליכע טעראר אטאקעס אויף אומשולדיגע ציווילע, זינט די ערשטע אינטיפאַדא. אטאקעס וואס ווערן נאכאנאנד דורכגעפירט דורך יוגנטליכע מיט א גאנצן לעבּן בעפאר זיך, און ארבעטער וואס זענען דרייסיג יאר אויף א פלאץ — ביז ס'כאפט זיי פּלוצים אהן א עת לרצוח ווי א בּולמוס ממש, פון איין טאג צום צווייטן.

דער ביטערער שמחת תורה אטאקע איז געוויס געווען אן אטאמישע ווערסיע פון די טעגליכע רציחות, בכמות ובאיכות, און קלאר ארויסגעברענגט די ריכטיגע מאטיוון פונעם פיינט ביים אנדערן זייט גרעניץ, אבער אן איבעראשונג פון וואס זיי זענען אומשטאנד איז דאס נישט געווען.

די ווייטאגליכע טרויער וואס האט באזונדער באנומען דעם אידנטום, געעפנט די אויגן, און ערוועקט דעם ווייטסטן אידישן פונק אומעטום, איז די נאכפאלגענדע אנטוויקלונגען און רעאקציע צו דעם אטאקע, וואס האט פארקלעמט די הערצער מיט פּיין — פון דאס בלינדע פיינטשאפט וואס די וועלט האט צום איד.

"פָּצוּ עָלַיִךְ פִּיהֶם כָּל אוֹיְבַיִךְ שָׁרְקוּ וַיַּחַרְקוּ שֵׁן אָמְרוּ בִּלָּעְנוּ, אַךְ זֶה הַיּוֹם שֶׁקִּוִּינֻהוּ מָצָאנוּ רָאִינוּ".


צוערשט האט מען נאך געכאפט התפעלות פון די איסלאמישע און עקסטרעמיסטן, וואס האבן נאך בו ביום אפגעלייקנט דעם טעראר און גאר געפייערט דעם רציחה.
און נישט ווי קרייצציגלער פון די מיטלאלטער, נאר אלעס אין נאמען פון יוסטיץ און דעמאקראטיע.

אבער מיט די צייט האט זיך דער הלכה בידוע אהערגעשטעלט מיט אלע פיטשעווקעס. פון אלע עקן וועלט, מדינה ומדינה ככתבה עם ועם כלשונו, פון רעגירונגען ביז אינדעווידואלע מוחים, מטיפים, פאלשע רחמנים, מיט דארשטיגע מקשיבים, האבן זיך די פעלקער ארויסגעשטעלט מיט די קלארסטע מיינונגען קעגן דעם אטאקירטן פאלק, וואס הצד השווה שבהן איז אז דער אטאקע איז כהיום, כבכל דור ודור, א מיטל צו באשולדיגן דעם איד.

אזא סילוף ושקר ערפארונג פון פארוואנדלען דעם נרדף אלס רודף, מיטן פאָן פון יושר האט דאס אידישער גורל נאכנישט באגעגנט.
עס איז א נייע דערהער אין אנטיסעמיטיזם. נעמליך, נישט נאר איז דער איד שולדיג אין די נישט-אידישע פראבלעמען, נאר דער איד איז גאר פאראנטווארטליך פאר זיין אייגענעם רציחה!

דער געפארפולע רעטאריק און פאלשע נאראטיוו פונעם פאקטישן רעאליטעט, איז א שרעקעדיגער נייער אנטוויקלונג פונעם צייטלאזן שנאה ליעקב, וואס האט א קנאפע אכציג יאר צוריק געליטן דאס ארגסטע פאָרעם פונעם מענטשליכער האַס, אויף זיין הויט.

אזוי האט מען לפנים געקלערט ביז היינט. וואס קען דען זיין ארגער פונעם האלאקאסט? שטעלט זיך ארויס אז ס'קען זיין ערגער פון דעם. מ'קען דאס לייקענען אויך. מ'קען רצח'ענען און זיין אומשולדיג. די אידן האסער איבער דער גארער וועלט האבן זיך זייער צוגעכאפט צו דעם שעפערישן בייפאל פון בארעכטיגן אידישע מארד רח"ל.

מיר תורה טרייע אידן אנערקענען דעם גלות און איר שוועריגקייטן. מיר שפירן שוין דעם שנאת ישראל פאר דורות עולם, און בעטן אויף דעם כבושה בגולה. מיר גלייבן נישט אין קיין כחי ועוצם ידי, און זענען נישט איינגערעדט אז מען קען דעם ווילדן שנאה איינשטילן מיט א מלחמה אדער צוויי און א מרידה באומות חלילה.

מיר זענען די אידן וואס זעהען די קלארסטע דעם פאקט שלא אחד בלבד עמד עלינו, און פארלאזן זיך בלויז אויפן רבש"ע זאל ער האלטן זיין רעכטע האנט.

אבער, ווער נאך ווי אונז אידן ווייסן די קאנסעקוועצן פון דעם בלינדן האַס מיט וואס מען געפירט אונזערע עלטערן צו די גאז קאמערן פון איבער גאנץ אייראפא.

ווי פּאַסט דען פאר אונז קינדער, אן עם חכם ונבון נאכדערצו, אזוי צו פארלירן די גלייכגעוויסן און גראדן שכל, בלינד צו דערקענען דעם וְנַעְתָּרוֹת נְשִׁיקוֹת שׂוֹנֵא, פון א צורר היהודים.



ביים צווייטן סעודה מיט אחשורוש, ווען אסתר אנטפלעקט פאר אחשורוש'ן פלוצלינג ביים סעודה, איבער דעם "נמכרנו אני ועמי" — די שווערע גזירה וואס לויטעט אויף איר און אירע מענטשן, זעהט מען אחשורוש'ן שאקירט מיט די פראגע "מי הוא זה… אשר מלאו לבו לעשות כן"?
האט אחשורוש דען נישט געוואוסט וועגן דעם ארכי אידן פיינט וועמען ער האט געגעבן די ערלויבעניש אונטערצושרייבן כליה אויף א גאנצע פאלק? איז צו וואס וואונדערט ער אזוי תמ'עוואטע?

נאך דארף מען פארשטיין, פארוואס טאקע דרייט זיך אלעס ארום דעם המן?
אסתר פארציילט נישט סתם פארן קעניג איבער איר גרויסע צרה, נאר זי רופט המן'ען צו א סעודה און טייטלט אויף אים "איש צר ואויב המן הרע הזה".

ווי אויך דארף מען בעיקר פארשטיין, וואס האט טאקע געווירקט אויפן קעניג צו טוישן מן הקצה אל הקצה.


אז מ'קוקט אריין פריער, זעהט מען דעם ווענדפונקט אינעם געשיכטע, ווען מרדכי הצדיק קומט צו אסתר בשק ואפר, און ווארנט "אם החרש תחרישי בעת הזאת את ובית אביך תאבדו". בעצם האט דאך אסתר געהאט א רעכטע טענה, אז ווער ס'קומט אריין צום מלך איז אחת דתו. טא וואס וויל דער פעטער זי זאל טוהן?

נאר וואס שטייט דא איז ווי פאלגענד:
פאר יארן האט אסתר פארהוילן איר אידישע אידענטיטעט, אויס מורא אז ס'קען שאטן. ס'נישט גוט מ'זאל וויסן אז זי איז א איד. ווער ווייסט וואס קען חלילה פאסירן.

אסתר באהאלט זיך אונטער א שלייער, אינדערצייט וואס המן קומט און גייט אין פאלאץ, איז א בן בית אין איר הויז, זיצט ביי באַלן, איז א יועץ פאר איר מאַן — דער מלך אליינס, און פלאנירט גלייכגילטיג א מאסן מארד אויף איר פאלק.

מרדכי הצדיק קומט און זאגט איר, אַל תְּדַמִּי בְנַפְשֵׁךְ לְהִמָּלֵט, שווייגן און באהאלטן דעם אידענטיטעט, ווען דער המן גיסט שמץ ודופי אויף דיין פאלק, איז נישט די וועג.
און אויב מיינסטו אז דו אליינס מיט דיין נאנטע און פאמיליע, וועסט זיך ראטעווען דערמיט, זאג איך דיר אז דו וועסט פארלוירן גיין.

גיי אריין און אנטפלעק דיך. זאג פאר אחשורוש אז דיך וויל מען אויך הרג'ענען. זאג פאר המן אין פנים אז דו ווייסט ווער ער איז, אן אויב רעה, א שלעכטער שונא פאר דיר און פאר דיין פאלק. פרוביר דיך נישט צו ראטעווען דורך חנפ'ענען המן און אפלייקענען דיין פאלק.



מיר זענען ווירקליך אין גלות. גלות דאמעריקא, וואו ס'היינט — ווי שטענדיג, פארהאן פארשידענע ווינטן קעגן אידן. צומאל איז עס רעטאריק קעגן ארטאדאקסן, צומאל אן אנפאל אויף פרייע אידן אין די שטאַטן, און צומאל קעגן דעם ציוניסטישן מדינה.

מיר ווייסן אז די שנאה איז אן אלטע, און מיר ווייסן אז מיר זענען אנגעוואנדן אויף רחמי שמים. דאס איז נישט אונזער לאנד, און עס איז נישט אין אונזערע הענט אדער השקפה, צו אנפירן פאליטישע קאמפיינען קעגן אן ערוויילטן קאנדידאט.

מיר קענען גארנישט טוהן איבער דעם מעגליכקייט אז דער קומענדיגער מעיאר איז ווארשיינליך א שונא ישראל.

וואס קען פארדאמען דעם גאנצן ניו יארקער פאליציי שטאב, אלס ראסיסטן, און רופן פאר דאס צוריקהאלט פון איר פינאנצירונג, אבער קען נישט פארדאמען די פּאָלנע כאמאס מערדער אלס א באנדע "רוצחים", און רופן פאר זייער אויפלעזונג.

וואס קאמפיינט קעגן א פעלקער מארד אין עזה, אבער קען דאס נישט זאגן אויף דעם ברייט פארשפרייטן שחיטה וואס האט דאס אנגעפאנגען.

וואס האט די ווייניגסטע אינטערעסע אין באזוכן "אנדערע פלעצער וואס האט נישט מיט ניו יארק", אבער איז דער פאָן-טרעגער פון נייע מיטלען און קאמפיינען צו שעדיגן נאר דעם איינעם עקאנאמיע פונעם איינצעלן אידיש באוואוינטן פלאץ אינעם מיטל מזרח, אונטערן שלייער פון "מענטשן רעכטן" פארלעצונגען, וואס ער האט נאר ביי דעם מדינה געטראפן.

מאמדאני וועט טרעפן אינעם שיך פונעם פאליציאנט אין ניו יארק, שפּורן פון אידישן מדינה.

מאמדאני איז דער איינציגסטער קאנדידאט, וואס דערקלערט שטאלצערהייט "גלאבאליזיר דעם אינטיפאדא".

מאמדאני קימערט זיך נישט מיט די שיקזאל פון אונזערע ברודער און שוועסטער, נאר מיט זייערע פעלערן.

די גלוסטונג צו באהאלטן דעם אידישן אידענטיטעט איז פארשטענדליך.

דער יצר הרע זאגט, "מיר זענען ניו יארקער אידן".
"ער האט פיינט די ציונים, איך בין דאך נישט קיין ציוני".
"לאמיך מיך ראטעווען מיט מיין שטוב".
"צו מיין סוכה וויל ער קומען".
"מיר קענען פון אים א טובת הנאה האבן".
"ס'גוט פאר אונז".

מיר ווייסן דאך אבער וועמען ער האט ווירקליך פיינט.

ס'איז באקאנט די אויסדרוק פון רבי'ן זי"ע נאך דעם באזוך פון א פאליטיקאנט, וואס האט זיך פאר אים בארימט ווי גוט ער איז צו די מדינה, כדי צו איבערצייגן זיין טריישאפט צו אידן. ווען ער איז ארויס, האט זיך דער רבי אויסגעדרוקט צו די ארומיגע אין שטוב "דאס איז זיין וועג פון איבערצייגן זיין אהבת ישראל".

מ'פארשטייט אליינס וואס די פארקערטע מיינט.

מ'רעדט נישט דא פון איינעם וואס קריטיקט בלויז די מדינה, מ'רעדט פון איינעם וואס ״קען נישט קריטיקירן ווען מ'הרג'עט אידן אין לאנד, בו ביום״.

מ'דארף נישט קענען קיין פאליטיק אדער עוסק זיין אין צרכי ציבור צו פארשטיין אז "שטיצן" אזא קאנדידאט, גיין אינמיטן טאג געבן א שטימע, איז נאריש, פארדרייט, און א גענצליכע צומישעניש פון אידישע ווירדעס.

וויפיל מיר זענען נאר נתחנך געווארן צו וויסן די חורבן והרס עולם וואס די מדינה און די ציונים האבן פאראורזאכט, איז זעלבסטפארשטענדליך אז דאס זענען געוויס אונזערע ברודער און שוועסטער אויף וועמענ'ס בלוט מען דארף וויינען, אזוי ווי אויפן זעהל, און מיר זענען מתפלל פאר זייער פרידן ברב עם, בעת מלחמה, ע"פ פקודת מנהיגי דורינו שליט"א. אונז פארשטיי מיר אז דאס איז געווען דער דרך פון רבי'ן זי"ע, וויפיל עס האט אים געגעסן דעם חילול השם האט אים געפלאקערט דער אהבת ישראל.

ס'איז א חילול השם זאגאר, צו גיין בפומבי שטעכן אנדערע אידן אין הארץ, מיטן אריינעמען א פּאָלנע שונא ישראל אינעם סוכת דוד — וואס ער וויל פארלענדן, און זיך פאטאגראפירן מיט א מענטש וואס זוכט די מפלה פון א גרויסן חלק פאלק.

ס'איז א חילול השם זיך צוצו'חנפ'ענען צו א פאליטקאנט וואס שטעלט זיך ארויס אלס דער דרייסטער, אפענער שונא, צו דעם לאנד, און ווייזן פאר זיי אז מיר קימערן זיך נישט — ווי לאנג ער וויל זיין גוט צו אונז.

אויב איז דא איין לעקציע וואס מען קען זיך פון מאמדאני לערנען, איז עס זיין הצלחה מיט נישט נאכטאנצן די באזעסענע עסטעבליבשמענט. א איד איבערהויפט, להבדיל, דארף נישט אנדערע זאלן אים איינטיילן וואס איז די ריכטיגע זאך צו טוהן, ווען ער ווייסט עס פון אינעווענדיג.

די פאליטיקאנטן ודעמייהו וואס שרייען "לאמיך מיך ראטעווען מיט מיין שטוב", ס'וועט גוט פאר אונז, "בְּסֹדָם אַל תָּבֹא נַפְשִׁי, בִּקְהָלָם אַל תֵּחַד כְּבֹדִי".

לאמיר יא אנטפלעקן אונזער אידענטיטעט:

מאמדאני, איך בין נישט סתם א ניו יארקער בירגער. איך בין א איד.
המן, איך ווייס וואס דו ווילסט טוהן צו מיר און מיין גאנצע פאלק.
איך דארף נישט דיין שטיצע אדער גענאדע, אויף מיינע ברודערס חשבון. מיר זענען שטאלץ צו זיין די מענטשן וואס דו האסט פיינט.
 

בייגעלייגטע פיילס

אה, ב"ה האמיר שוין נאך א fear-mongering ארטיקל איבער מאמדאני.

דער מאמדאני איז נישט אזוי שרעקעדיג ווי מען פראבירט אים צו מאכן. ער ברענגט נישט קיין אינטעפאדא קיין ניו יארק, און ער גייט נישט דיפאנדן די פאליציי.

ער גייט סייווי זיין די מאיאר לויט אלע ווארשיינליכקייטן, אודאי לוינט זיך פאר די עסקנים אנצוקניפן באציאונגען מיט אים.
 
אה, ב"ה האמיר שוין נאך א fear-mongering ארטיקל איבער מאמדאני.

דער מאמדאני איז נישט אזוי שרעקעדיג ווי מען פראבירט אים צו מאכן. ער ברענגט נישט קיין אינטעפאדא קיין ניו יארק, און ער גייט נישט דיפאנדן די פאליציי.

ער גייט סייווי זיין די מאיאר לויט אלע ווארשיינליכקייטן, אודאי לוינט זיך פאר די עסקנים אנצוקניפן באציאונגען מיט אים.
דער מאמדאני איז א ביטערע יונג, אויפגעוואקסן און אויפגעהאדעוועט מיט שנאת ישראל, און אפשיי פון דעם גאנצן דעמאקראטישן סיסטעם פון די מערב וועלט, א לייענער פון "מיין קאמפף", הגם עס זעהט אויס אז ער גייט ווערן ארייגעוועהלט אלץ מעיאר, דארף מען זיין גרייט איהם אדורך צושוויצן און זיין א צד שכנגד, ביז מען וועט איהם אראפברענגען.
וכל הרשעה כעשן בעשן תכלה.
 
אה, ב"ה האמיר שוין נאך א fear-mongering ארטיקל איבער מאמדאני.

דער מאמדאני איז נישט אזוי שרעקעדיג ווי מען פראבירט אים צו מאכן. ער ברענגט נישט קיין אינטעפאדא קיין ניו יארק, און ער גייט נישט דיפאנדן די פאליציי.

ער גייט סייווי זיין די מאיאר לויט אלע ווארשיינליכקייטן, אודאי לוינט זיך פאר די עסקנים אנצוקניפן באציאונגען מיט אים.
אז ער גייט סיי ווי זיין מאכט נישט אויס , עס וועט פארביי גיין בעזר פון גאט , אהן א שאהדען פאר די מענטשהייט און בפרט פאר אחינו בני ישראל ,
 
אה, ב"ה האמיר שוין נאך א fear-mongering ארטיקל איבער מאמדאני.

דער מאמדאני איז נישט אזוי שרעקעדיג ווי מען פראבירט אים צו מאכן. ער ברענגט נישט קיין אינטעפאדא קיין ניו יארק, און ער גייט נישט דיפאנדן די פאליציי.

ער גייט סייווי זיין די מאיאר לויט אלע ווארשיינליכקייטן, אודאי לוינט זיך פאר די עסקנים אנצוקניפן באציאונגען מיט אים.
בכלל נישט שרעקעדיג. ער גייט נישט ברענגן קיין אינטיפאדע מיט די אייגענע קאר, ער גייט דאס בלויז שטיצן און ערמעגליכן. ער גייט נישט פארמאכן די פאליציי אינגאנצן, ער גייט בלויז אוועקנעמען אביסעל פאנדינג דא און דארט און דאס גיבן פאר סאציאלע ארבעטער, און אראפקלאפן די מאראל פון די פאליציי פון אויספירן זייערע פליכטן.
איז דאס דען אזוי געפערליך? און בכלל, פארוואס זאלן מיר אים גלייבן אויפן ווארט?
 
בכלל נישט שרעקעדיג. ער גייט נישט ברענגן קיין אינטיפאדע מיט די אייגענע קאר, ער גייט דאס בלויז שטיצן און ערמעגליכן. ער גייט נישט פארמאכן די פאליציי אינגאנצן, ער גייט בלויז אוועקנעמען אביסעל פאנדינג דא און דארט און דאס גיבן פאר סאציאלע ארבעטער, און אראפקלאפן די מאראל פון די פאליציי פון אויספירן זייערע פליכטן.
איז דאס דען אזוי געפערליך? און בכלל, פארוואס זאלן מיר אים גלייבן אויפן ווארט?
טאקע, פארוואס זאל מען אים גלייבן אויפן ווארט ווען ער זאגט אז ער וועט 'נישט' אוועקנעמען פאנדינג פון די פאליציי און אז ער וועט זיכער מאכן אז אידן בלייבן סעיף אין די סיטי?
 
די פאקט אז ער פארדאמט נישט דע טערם ״גלאבאלער אינטיפאדא״ איז א אהנווייז אויף די איינגפונדעטע שנאה וואס ער טראגט אויף יידן , דער ״מיין קאמפף״ בוך איז א בעסט סעלער און איז די בייבעל פון די פיינט פון יידישן פאלק,יתכן אז ער האט די מסורה פון שנאה מבית אבותיו , אהן דעם
בוך , און ער נעמט עס פון דארטן ווי דער צורר היהודים האט עס גענומען ,
אויב איינער איז פאר גלאבאלער אינטיפאדא , איז דער א שטיצער פון האלאוקסט , און אין מלמדין זכות על מסית,
 
טאקע, פארוואס זאל מען אים גלייבן אויפן ווארט ווען ער זאגט אז ער וועט 'נישט' אוועקנעמען פאנדינג פון די פאליציי און אז ער וועט זיכער מאכן אז אידן בלייבן סעיף אין די סיטי?
ווייל ער האט געזאגט צענדליגע מאל פארקערט? ווייל דאס זאגט ער דורכאויס אן עלעקשן כדי צו געווינען?
 
Back
Top