ניסים סאאל - Nissm Saal

נײן, כ'האב באמערקט אפי' װען ער פאנגט אהן נידעריג. אפשר איז עס א סײד עפעקט פון קענען אזױ הױעך פאלצעטאױען. איך פארשטײ נישט װאס דו מײנסט בעיספול. דו הערסט אױך אביסל אזעלכע אפגעהאקטע פּאוּזעס אין זײן שטימע? כ'װײס נישט װי אזױ עס צו דעפײנען. נאר ס'איז אינטרעסאנט, װײל גראדע האט ער א הערליכע באריטאן, אבער נאר װען ער זינגט אביסל שטערקער. גאנץ אונטן איז זײן קול נישט צלול, לױטער.
 
די מיינסט אזוי ווי ער הייבט אן דא?

נ.ב. הער אויס ביז די ענדע, דער בחור איז נישט נארמאל...
 
יא, און אפילו דא, אױף די װידעאו װאס כ'האב אױבן געברענגט (דערפאר האב איך געזאגט, ס'קען זײן ס'דא מענטשן װאס האלטן דאס איז שײן און בכוונה אבער מיך הערט זיך עס נישט אזױ):
 
כ'הער. איך גלייך עס גראדע יא, אבער על טעם וריח אין מתווכח...
 
א נײע שטיקל פון ניסים. דאס איז א נאכגעזונגענע אָפּעראַ אַריע (א סאָלאָ ניגון מיט װערטער, אלס חלק פון א אפערא) מיט'ן נאמען Ah! Mes Amis, פון דער לאַפֿיעה דוּ רעזשימאָ קאָמיק אפערא שאָוּ פון דער איטאליענישע קאמפאָזער גאַעטאַנאָ דאָניזעטי.

יעצט די גדוּלה מיט דער ניגון איז אז ס'װערט אין ענגליש אָנגערופן די 'קעניג פון די הײַ Cs' װײל עס פאדערט 7 פון די הױכע C5 נאטן, די לעצטע פון דעם טענאָר'ס װאָקעל רײנדזש, אין א קורצע צײט אפשניט. א פִֿיט װאס איז שװער פאר א טענאר נאכצומאכן, און נאר אזעלכע ריזן װי Luciano Pavarotti און Juan Diego Flórez האבן דאס מצליח געװען. סאאל מאכט דאס דורך געשמירט און מיט אַפּפּערעטלי 0 אָנשטרענגונג. זעהט דעם צװײטן װידעאו, אװאו איך האב אָנגעשטעלט ס'זאל זיך אָנהױבן בײ דער פױנט װי ניסים הױבט אָן די הײַ C5.

פראדוצירט בײ יוחי בריסקמאן. אגב כ'האב געמאכט א טעות װען כ'האב אױבן געזאגט אז ער איז צו פּאָש פאר יוחי. זײן שותפות מיט יוחי גײט פעסט אָן.

לעצט רעדאגירט:
דא האט איר א װידעאו װי-אזױ די פרױ איז דאס מסביר מיט א פלײ געשפיהלט בײ פֿלאָרעז פון דעם זעלבן אַריע (אהַ! מעז אַמִי) אדער אָפּעראַ שאָוּ:

און דא איז א בילד פון דער פיאַנאָ. מערקט דער C5 איז די לעצטע נאָוּט פון דעם טענאר (ברױנע). (בילד גענומען פון דא):
g5tafd9uo8h21.webp
 
אגב, אז מען רעדט שױן פון נידעריגע קולות. אונזער באליבטן זינגער מײלעך קאהן קען גײן גאר נידעריג. מיכאל האט אױך געקענט אבער דאכט זיך מײלעך איז נאך אביסל נידעריגער.
 
אגב, אז מען רעדט שױן פון נידעריגע קולות. אונזער באליבטן זינגער מײלעך קאהן קען גײן גאר נידעריג. מיכאל האט אױך געקענט אבער דאכט זיך מײלעך איז נאך אביסל נידעריגער.
דו רעסט אויף זיך בלשון רבים?
 
Back
Top