ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2025

וואו זעסטו אז מאסק האלט פון די נאצי אידעאלאגיע?

1000067911.png
 
דאס איז א שטרוי-מאן און א פאלשע פארגלייכונג.

יא, א נאצי סאלוט איז א נאצי סאלוט. מ'איז נישט קיין נאצי פארן מאכן א נאצי סאלוט.
אין דייטשלאנד יא, מ'גייט זיצן דערפאר,

די פאליציי זענען זייער שטרענג דארט ביי nationalist rallies פרייהייט פון אויסדריק מעג מען, א סאלוט איז שוין נישט פרייהייט, נאר א שטיצע פאר נאציזם.
 
איך פלאן טאקע צו וואויטן פאר פרוי עדעמס, אשת חבר פון אונזער באליבטן עריק יר"ה
כ'האף די עולם דא וועט אויך אזוי טוהן...
 
FrumNews Endorses Andrew Cuomo For NYC Mayor “The Least Evil Candidate”

Wow פרום ניוז איז טראמאטאזירט פון מאמדאני... א קאמיוניסט! א מוזלים! ער האט דאך פיינט אמעריקע! און ער גייט מאכן גראסערי'ס אזוי ווי קאמיוניסט רוסלאנד! און און און ער גייט אפשפארן רייקערס! און און ער גייט אויפבויען היימלאזע שעלטערס! און און ער גייט פארשפארן ישיבות! און ער גייט געבן טיקעטס פאר מענטשן וואס בלאקירן באסעס נעבעך... 😢😢😪

קודם איז ער אנטיסעמיט און נאכדעם גייט ער פארשפארן ישיבות? פארוואס זאל ער קוקן אויף זייער זייט?! לטובת אדער אנקעגן... בארוהיגט אייך, מ'פארשפארט נאכנישט גארנישט, ס'איז דא א סטעיט לעגיסלאטור, ס'איז דא א גאווערנער... און די ישיבות איז די לעצטע זאך אויף זיין אגענדע...

איך ליין זייער אסאך און איך מיין איך האב אין מיין לעבן נישט געזעהן אזעלכע ארימע דזשורנאליזם... ווארפן די גאנצע קאך קראן און האפן עפעס קלעבט, און די ליינערס גייען עס נאך גלייבן אויך... Lol
 
די לעצטע מאל וואס איך געדענק אזא דזשורנאליזם איז געווען קעגן טראמפ. און טראץ וואס אלע ארגומענטן וואס דו האסט דא ארבעטן ביי איהם אויך ביסטו אבער פיין געפאלן פאר יענע ארימע דזשורנאליזם....
 
איך בין פרא פארמאכן רייקערס, ס'איז א פארשימלטע אלט פלאץ, די רעכטן דארטן זענען נישט אינפארסירט, און ס'איז איבערגעפילט ביז אויבן. איך וואלט ענדערש געוואלט האבן אן אייגנטליכע קארעקשענל פעסיליטי נישט די שוסטער פריזן סיסטעם און אוודאי נישט רייקערס ווי קיינער ווערט נישט אויס קרימינאל פון דארט כמעט און קאנטראבאנד איז דא פיל... מענטשן האבן א רעכט צו א speedy trial איך ווייס דארט האלט מען דיר 72 שעה פון די קלענסטע ביז די ערגסטע פארברעכערס, אן קיין הייצונג אדער עיר קאנדישן.

פאר די און אנדערע סיבות בין איך ב"ה אויך, פאר פארשפארן רייקערס רח"ל....
 
FrumNews Endorses Andrew Cuomo For NYC Mayor “The Least Evil Candidate”

Wow פרום ניוז איז טראמאטאזירט פון מאמדאני... א קאמיוניסט! א מוזלים! ער האט דאך פיינט אמעריקע! און ער גייט מאכן גראסערי'ס אזוי ווי קאמיוניסט רוסלאנד! און און און ער גייט אפשפארן רייקערס! און און ער גייט אויפבויען היימלאזע שעלטערס! און און ער גייט פארשפארן ישיבות! און ער גייט געבן טיקעטס פאר מענטשן וואס בלאקירן באסעס נעבעך... 😢😢😪

קודם איז ער אנטיסעמיט און נאכדעם גייט ער פארשפארן ישיבות? פארוואס זאל ער קוקן אויף זייער זייט?! לטובת אדער אנקעגן... בארוהיגט אייך, מ'פארשפארט נאכנישט גארנישט, ס'איז דא א סטעיט לעגיסלאטור, ס'איז דא א גאווערנער... און די ישיבות איז די לעצטע זאך אויף זיין אגענדע...

איך ליין זייער אסאך און איך מיין איך האב אין מיין לעבן נישט געזעהן אזעלכע ארימע דזשורנאליזם... ווארפן די גאנצע קאך קראן און האפן עפעס קלעבט, און די ליינערס גייען עס נאך גלייבן אויך... Lol
די ארטיקעל איז פול מיט ליגענט און שפעקולאציעס.
 
פאר וועם דארפן די חרדישע אידן וואוטן
חרדי'שע אידן בכלליות פארשטייען זייער ווייניג צו סאושל אישאו'ס און דעריבער האבן נישט קיין ערנסטע שטעלונג צו נעמען אין אישאו'ס. אוודאי האבן זיי זייערע בייקלעין טענות און די tough on crime איידיעלס אבער האבן די איידיעלס אן פארשטיין צו ניו יארקע פאליטיק אדער קולטור טוט עס זיי נישט קיין סך. און זייער פאליטיק איז זייער קליין און אידעלאגיש אינקאנסיסטענט.

Call me hater, crazy, slow ס'וועט נאכנישט טוישן די פאקט אז אנשטאט שטימען פארוואס ס'איז just און וואס ס'איז מאראליש, איז די העכסטע פריאריטי ביי חרדים צו באקומען וואס זיי ווילן און נאר פאר דעם זענען זיי מחותנים מיט פאליטיק.

אמאליגע טעג האבן אידן געוויסט אז זיי גייען מיט די געלט, און מ'נעמט נישט קיין שטארקע שטעלונג. נפתלי משה אינדיג וכו ווייסן אביסל מער, אבער ער איז דאך נישט דארט אלס אן אידילאג, ער איז דארט צו שנארן פראגראמען און "מסדר זיין די קעמפס" נישט אז אנדערע מיינען נישט זיך, איך זאג נאר די פוינט, זיי קעירן פאר פאליטיק אזוי ווי דו קעירסט פאר רעיקי מעדיצין... זיי גלייכן נאר זייערע פאר דאלער און די פאר רעכטע פוינטס וואס זיי גלייבן האט נאר א השפעה אויף זיי צוליב וואס זיי פילן אז דאס אפעקטירט זייער דאלער און די ריעל עסטעיט מארקעט....
 
@צורבא דרבנן ס'הייסט "אהרונים" מיט א ה' פרעג @שמייכעל
די טיימס האט געהאט אן ארטיקל פרייטאג, אז די אהרונים זענען צעריסן, ווייל זיי ווילן זייער שטארק אז עריק עדעמס זאל געווינען די זשענערעל עלעקשאן, אבער טאמער קואמא מאכט די פריימערי, האט עדעמס שוואכע שאנסן, לויט זיי, צו געווינען קעגן קואמא ביים זשנערעל.

איך האלט גראדע אז עריק עדעמס האט בעסערע שאנסן קעגן קואמא ווי קעגן מאמדאני. אבער די טיימס זענען שרעקליכע ציונים. זיי האסן מאמדאני זייער שטארק. נעכטן האט די טיימס געהאט אן עדיטאריעל אז כאטש זיי אינדארסירן נישט קיינעם, איז קואמא בעסער ווי מאמדאני...

אבער צום סוף, נאכ'ן טיימס ארטיקל, זענען די אהרונים געגאנגען פוהל פארס פאר קואמא, ווי די זאליס שוין לאנג, אין די פריימעריס קעגן זיין קעגענער 'זאהראן מאמדאני', כאטש אינדיג האט דערקלערט פאר'ן טיימס אז מאמדאני איז נישט קיין אנטיסעמיט... אז ''ער האט זיך געטראפן מיט אים'' און זעהט אויס אים פארהערט...

איך פערזענליך האב געוואויט פאר 'זאהראן מאמדאני', ווייל ער איז די איינציגסטער קאנדידאט מיט שאנסן צו באזיגן קואמא. איך האב אויך א באבע וואס איז געשטארבן ביי קאווי''ד דורך קואמא'ס פאליסיס. און דערמיט אויך געשטויסן די אהרונים מיט די זאלוינים צוגלייך, וואס ביידע שעמען זיך נישט צו בעקן א גויאישער נחמי' וועבערמאן, וואס 13 פרויען טענה'ן אז ער האט זיי באלעסטיגט סעקסוא'ל, דעריבער האט ער רעזיגנירט פון ניו יארקער גאווערנערשאפט.

מ'קען וואויטן פאר 5 מענטשן. סא מיין צווייטער טשויס איז געווען דער שווארצער מייקל בלעיק. און דער דריטער, דער איד ברעט לענדער. פערטער איז געווען א שווארצער סטעיט סאנאטור פון בעד-סטיי מיט קראוינהייטס, זעלנאר מייריאו. און דער פיפטער איז געווען די שווארצע פרוי פון קווינס הויפט פון ניו יארק סיטי קאנסול, ענדריענע עדעמס.

סקאט סטרינגער, ווי קואמא, האט אויך פרויען וואס באשולדיגן אים אין סעקס אביוז; למען השם יתברך, עמו ותורתו הק', ח''ו נישט וואוטן פאר אים!

פאר'ן ניו יארק סיטי קאמפטראלער האב איך געוואוט פאר זשאסטין ברענען, פון בעי רידדש ברוקלין. קעגן דעם ציוני טמא, דער מאנהעטן בארא פרעזידענט, מייקל לעווין.

פאר פובליק אדוואקאט האב איך געוויילט זשומאני וויליאמס אויך א שווארצער ער לויפט פאר ווידערוויילונג קעגן אפאר אנדערע שווארצע ווי קעווין פארקער און נאך.

פאר'ן לאקאלע וויליאמסבורגע קאונסיל רעיס, לויפט ברוך השם א שווארצע פרוי מיט'ן נאמען 'סאברינע געיטס' קעגן לינקאלן רעסטלער, וואס סיי די אהרונים און סיי די זאליס בעקן רעסטלער, מילא האב איך אטאמאטיש געוואויט פאר געיטס, קעגן רעסטלער. זי איז זיין איינציגסטע קעגענער.

איך האב געוואוט אין 80 קליימער קארנער ווייהט עוועניו, דער אלט וויליאמסבורג אוירלי וואוטיג צענטער, ניי וויליאסמבורג אוירלי וואויטינג, איז ביי מארסי קארנער סטאקטאן אין די פובליק סקול.
 
לעצט רעדאגירט:
1750178252227.png

אין א דעוועלאפמענט וואס וועט זיכער אויפשאקעלען די פריימעריס, האט דער לינקער איד, ר' בערני סענדערס הי''ו, אינדארסירט זאהראן מאמדאני פאר מעיאר און דזשאסטין ברענען פאר'ן קאמפטראלער.

בערני סענדערס איז א יליד ברוקלין אין פלעטבוש, ער איז דא אויך אויפגעוואקסן, אין ברוקלין קאלעדזש. ער האט גאר א שטארקע השפעה אויף די דעמאקראטישע ניו יארקע פריימערי וויילער.
 
לעצט רעדאגירט:
1750178953002.png

מיין פאסט קעסטל איז אנגעפילט מיט זייער מיאוסע מעילערס, שמוציגע פאשקעווילן, באצאלט דורך רייכע קואמא פעקס, דהיינו נישט דירעקט פון קואמא נאר פון זיינע נוירסינג האום אוינערס שטיצערס. אז זאהראן מאמדאני איז א צווייטער היטלער, אז ער איז א שרעקליכער שונא ישרא' וואס גייט ברענגן א דריטער האלאקאוסט אויף אונז.

כאטש אפיציעל זענען רוב פון וויליאמסבורג, ווי מיך, גאר שטארק אנטי ציוניסטיש געשטימט, אבער דאך ווען עס קומט צו גוים האבן מיר ליב אונזערע פאליטישענס יא צו זיין ציוניסטיש געשטימט.

עס איז דא א מעשה בשם ר' חיים משה שטויבער ז''ל, ער האט געשריבן א בוך איבער זיין קירבות און ארויסהעלפן סאטמאר רבי'ן דער בעל ויוא משה זי''ע, ווי ער שרייבט דארטן, אז סאטמאר רבי זאל זיך האבן אמאל אויסגעדרוקט, אז א גוי וואס איז נישט קיין ציוני, איז א אנטיסעמיט; שקר ווי די עבודה זרה!

די רבי האט געהאט 2 סטראויקס, און ווי אלע מעשיות קעגן די שווארצע, האט מען אים, קאן זיין געקענט גוט אנדרייען, אזוי צו זאגן אויך. אבער איך האב געהערט פון אסאך תלמידי רבינו וואס זענען מיר זייער באגלייבט, אז דאס איז נישט אמת!

ר' חיים משה שטויבער איז געווען א פאליטישער פירער פאר די וועלט, האט ער געקענט טאן זאכן אנדערש ווי סאטמאר, אבער זיין ברודער פון קרית יוא' וואס ער איז יא א פרומער בני יוא' פירער, הגה''צ רבי ישעי' יענקל שליט''א וועט דאס אייך זיכער פארלייקענען אזא מעשה!

אלענפאלס איז אבער היינט צוטאגס אין די אינטערנעט עפאכע ווי סאשל מידיע דעקט אויף די בילדער פון עזה איראן און לבנון וכו', טויטע בעיביס פון פשוט הונגער קען קיינער נישט פארלייקענען אז די ציונים זענען פאלנע זשענאסיידערס. מילא דאס וואס זאהראן מאמדאני איז אנטי איזראעל מיינט נאך נישט אז ער איז אנטי אידיש.

איך בין נאר געגאנגען שטימען וועגן דעם. איך קען נישט דערליידן דעם שוונצנות פון די פארטייאישע געלט-גייציגע עסס-קנים ועסס-קאנעס.

זאהראן מאמדאני איז פון אינדיען אפשטאם, אליינס אן אימיגראנט דאהי פון אלץ קינד, גאר לעצטענס געווארן לעגאל א סיטיזען, אבער די קואמא פעקס מאכן אים אויסזעהן ווי א שרעקעדיגער אראבער. א מוסולמענער איז ער גראדע יא, איבער מיר פארמאגן באלד א מיליאן מוסולמענער אין ניו יארק, היינט צוטאגס.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top