נעבעך, איך לײען יעצט װעגן א פאלעסטינער ארעסטאנט װאס ארץ ישראל האט באפרײט, מיט'ן נאמען הײטהעם סאַלעם, װאס האט זיך אומגעקעט צו עזה נאר צוטרעפן אז קײנער פון זײן משפחה לעבן מער נישט. זײ זענען אלע אױסגעהארגעט געװארן בשעת די מלחמה. באלד אזױ װי דער ארץ ישראל'דיגער אלי שערעבי, װעמענ'ס װײב און קינדער כאמאס האט אױסגעשחטן.
נעבעך????
די פארגלייכסט א פארשאלטענע חאמאס טעראריסט וואס האט געשחט'ן אומשולדיגע אידן אומזיסט, פאר תענוג און אידעלאגיע, וואס האט געשטיצט טעראר און ערצויגן זיין משפחה מיט טעראר, און ער זעלבסט איז געווען א געמיינזאמער טעראריסט,
וואס זיין משפחה האט נישט אויסגעפאלגט די איזראעלי ווארענונגען אוועק צו גיין פון זייערע היימען, און איז גע'הרג'עט געווארן דורך מד"י מיליטער,
צו א אומשולדיגע איד אלי שרעבי, וואס טעראריסטן האבן אים ארויסגעפירט פון דערהיים, 6:30 פארטאגס, קאלט בלוטיג ערמארדעט זיין משפחה, מיט מיתות משינות, און אים געהאלטן אין די עזה טונעלן אונטער די שווערסטע אוממענטשליכע אומשטענדן, קומט צוריק אהיים, צו די שרעקליכע בשורה אז זיין משפחה איז אומגעקומען???
ווי קען א יליד אשה דאס צוקוקן! דאס הארץ צוגייט, די הימל וויינט, א שואה, פארלוירן זיין וועלט,
"באלד אזױ װי דער ארץ ישראל'דיגער אלי שערעבי, װעמענ'ס װײב און קינדער כאמאס האט אױסגעשחטן."
דאס צוגלייכן צו טעראריסטן? קיינמאל!!!!!!!!