און דאס וואס דו ביזסט משער, אז טראמפ האט עם צוגעזאגט א גרין לייט איינמאל די דיעל איז אדורך, דאס איז טאקע וואס ביבי און סמוטריץ' (און אלע רעכטע ווארטזאגער'ס וואס נעמען זיך אן פאר די דיעל) טענה'ן.
אבער פון טראמפ'ס מהלך הדברים, און בפרט פון זיין היינטיגע איינשווערונג'ס דרשה זעהט בכלל נישט אויס אזוי.
טראמפ'ס ציל איז (וואו ער האט אליינס געזאגט היינט), צו ווערן אנגעקוקט ווי דער וואס מאכט שלום, סיי דורך ענדיגן מלחמות, און סיי דורך פארמיידן מלחמות (די וואס קענען אביסל מער טראמפ'ס רעטאריק, ווייסן אז ער האט א מורא'דיגע תאוה צו די נאבל פרייז פון שלום, און ער האט זיך שוין כמה פעמים אויסגעדרוקט איבער דעם, ואכהמל"ב).
וועגן דעם איז זייער שווער צו זאגן, אז טראמפ גייט לאזן ביבי ווייטער מלחמה האלטן נאך די דיעל. און די זעלבע זאך איז לגבי איראן, וואס כאטשיג טראמפ האסט זיי שנאת מות (בפרט נאך וואס לויט געוויסע זענען זיי געשטאנען אונטער זיין אסעסינעישן פרואוו לעצטע זומער), דאך איז שווער צו זען עם אריינצוגיין אין א מלחמה מיט זיי (כאטשיג די רעכטע אין איזראעל גארן פאר די טאג, און זענען זיכער אז א טאג נאך טראמפ'ס איינשווערונג איז די נוקלאער פלענט אויפגעריסן).
אלעס קען זיך טאקע טוישן, אבער אזוי זעט עס אויס.