נייעס און באריכטן איבער די האסטעדשעס ריליעס

1749686570231.png

די מדינת ישראל מיליטער האט היינט באוויזן צו אהיימברענגען נאך צוויי קערפער פון משכונות וואס זענען פארכאפט געווארן אום אקטאבאר 7, די צוויי זענען אביב אצילי (49) הי"ד און יאיר יעקב (59) הי"ד, זיי זענען געהארגעט געווארן דורך די איסלאמיק דזשיהאד טעראר גרופע אין דער קיבוץ ניר עוז, און זייערע גופים זענען געווארן אפגעפירט קיין עזה אלס משכונות.
מיט דעם שטייט די צאל משכונות אין עזה ביי 53, וואס 20 דערפון ווערן געגלייבט צו זיין ביים לעבן.
 
כאמאס האט גענטפערט 'יא, אבער...' איבער טראמפ'ס פלאן.
טראמפ האט עס אנגענומען ווי א הסכמה, אזוי אויך די אראבישע לענדער ווי קאטאר און מצרים, ביבי און זיינע שרים זענען אבער סקעפטיש.
 
קען איינער אויסשמועסן אדער צו ווייזען א מראה מקום איבער די יעצטיגע הפסקת אש און פילייכט מסביר זיין וואס איזראעל פארדינט דא פון דעם הסכם? וואס איז די פלאן אויף ווייטער?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
קען איינער אויסשמועסן אדער צו ווייזען א מראה מקום איבער די יעצטיגע הפסקת אש און פילייכט מסביר זיין וואס איזראעל פארדינט דא פון דעם הסכם? וואס איז די פלאן אויף ווייטער?
ערשטע און וויכטיגסטע זאך (פאר אסאך, אפשר נישט פאר די עקסטרעם רעכטע):
די משכונות.
נאך אזאך, לויט ווי עס הייסט יעצט (קיינער ווייסט נישט וואס עס גייט זיך אויסלאזן). גייט מען אן-ארעמען די כאמאס, א ציל פארוואס מדינת ישראל איז אריין אין מלחמה.
 
איך בין נישט קיין גרויסע מבין, אבער איך מיין אז ס'איז גאנץ קלאר ביי די סארט זאכן אז עס זיי ווערן 'פארשטאנען' דורך פרד"ס. די המון עם האט עקסעס צו דרוש און רמז אבער נישט צו פשט. קיינער אויסער טראמפ און נתניהו ווייסן די גענויע פשט (אדער סוד) פון די סארט זאכן. איך פערזענליך זוך ניטאמאל צו פארשטיין, עכ"פ איידער עס גייט אריבער א שטיק צייט. אפשר בין איך צו סקעפטיש? איי דאובט איט.
 
לאמיר כאטש פארשטיין די דרוש ורמז אויב איך קען נישט פארשטיין פשט וסוד
 
אלע לעבעדיגע חטופים זענען ארויס פון עזה, און געפינען זיך שוין אין ישראל!

אזוי אויך 4 פון 28 גופות זענען שוין אין ישראל.

א גוט קוויטל!

אגב, איך זוך א נייע אוועטאר...
 
די עיקר הצלחה פון די פייער אפשטעל איז די חלק אז קיינער רעדט נישט פון וויפיל רוצחים די איזראעליס האבן באפרייט און ווער עס גייט למעשה געוועלטיגן אין עזה וואס לדעתי גייט זיין מפטירין כדאתמול אבער די עיקר איז אז די חטופים זענען אהיים געקומען
הודו לה כי טוב כי לעולם חסדו!
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
נעבעך, איך לײען יעצט װעגן א פאלעסטינער ארעסטאנט װאס ארץ ישראל האט באפרײט, מיט'ן נאמען הײטהעם סאַלעם, װאס האט זיך אומגעקעט צו עזה נאר צוטרעפן אז קײנער פון זײן משפחה לעבן מער נישט. זײ זענען אלע אױסגעהארגעט געװארן בשעת די מלחמה. באלד אזױ װי דער ארץ ישראל'דיגער אלי שערעבי, װעמענ'ס װײב און קינדער כאמאס האט אױסגעשחטן.
 
נעבעך????

די פארגלייכסט א פארשאלטענע חאמאס טעראריסט וואס האט געשחט'ן אומשולדיגע אידן אומזיסט, פאר תענוג און אידעלאגיע, וואס האט געשטיצט טעראר און ערצויגן זיין משפחה מיט טעראר, און ער זעלבסט איז געווען א געמיינזאמער טעראריסט,
וואס זיין משפחה האט נישט אויסגעפאלגט די איזראעלי ווארענונגען אוועק צו גיין פון זייערע היימען, און איז גע'הרג'עט געווארן דורך מד"י מיליטער,
צו א אומשולדיגע איד אלי שרעבי, וואס טעראריסטן האבן אים ארויסגעפירט פון דערהיים, 6:30 פארטאגס, קאלט בלוטיג ערמארדעט זיין משפחה, מיט מיתות משינות, און אים געהאלטן אין די עזה טונעלן אונטער די שווערסטע אוממענטשליכע אומשטענדן, קומט צוריק אהיים, צו די שרעקליכע בשורה אז זיין משפחה איז אומגעקומען???
ווי קען א יליד אשה דאס צוקוקן! דאס הארץ צוגייט, די הימל וויינט, א שואה, פארלוירן זיין וועלט,

"באלד אזױ װי דער ארץ ישראל'דיגער אלי שערעבי, װעמענ'ס װײב און קינדער כאמאס האט אױסגעשחטן."

דאס צוגלייכן צו טעראריסטן? קיינמאל!!!!!!!!
 
דערפאר האב איך געזאגט "באלד אזױ װי". אײם סארי, איך האב נישט נאכגעקוקט די היסטאריע פון דעם הײטהעם. נישט אלע װאס זיצן אין ארץ ישראלדיגע טורמעס זענען געפערליכע פארברעכער. פיהלע מאלן כאפן זײ סתם אסאך און ארעסטירן זײ װײל זײ װײסן זײ װעלן ברױכן האבן הױכע נומערן פאר פּריזינער אױסטױשונגען.

אין אנדערע נײעס:
1760986219868.webp
 
נעבעך, איך לײען יעצט װעגן א פאלעסטינער ארעסטאנט װאס ארץ ישראל האט באפרײט, מיט'ן נאמען הײטהעם סאַלעם, װאס האט זיך אומגעקעט צו עזה נאר צוטרעפן אז קײנער פון זײן משפחה לעבן מער נישט. זײ זענען אלע אױסגעהארגעט געװארן בשעת די מלחמה.
ימח שמו וזכרו.

כן יאבדו כל אויביך ה'.
 
Back
Top