נצחיות התורה - וואס פינקטליך מיינט דאס?

ווען ס'קומט צו בירט קאנטראל, צוואנציג יאר צוריק זענען די פרויען נאך נישט געווען אזוי שוואך ווי היינט, אדער האבן די דיינים עס פשוט נישט געוואוסט...

און בכלל היינט איז די מציאות אנדערש ווי אמאל לגבי האבן קינדער, אמאל פלעגט נישט קענען זיין אונטער צוויי יאר צוויי קינדער....

נאך אלץ איז דא א שטארקע חשיבות פון נישט בירט קאנטראל ווער ס'קען, אלס אראפברענגען ווי מער נשמות מ'קען צו דערנענטערן ביאת המשיח, מ'דארף נאר זיכער מאכן אז די מאמע בלייבט א נארמאלע מאמע.

און גראדע זייער אסאך ווענדט זיך עס אין די פילינג פון די פרוי, און זי איז נאמן ביי אזעלכע זאכן, אבער ווען מ'לעבט אין א ענווייערמענט אז האבן אסאך קינדער איז עבודת פרך, און דער אייבערשטער איז נישט שגור בפיו פון די אסטעבלעשמענט (מילד גערעדט), דאן פאר וואס דארף איך זיך יא אנשטרענגען, און זיכער איז עס אזוי שווער...

ווייסט פארוואס ס'איז פאר דיר אזוי "משמע"? ווייל די לערנסט מיינע ווערטער לויט דיין השגה. טאקע פארדעם דארף מען לערנען חז"ל לויט זייער השגה, און דאס איז די "השגה" פון מיינע ווערטער, און אזוי לערן איך מיך אפ אליינס:

נישט איך, נישט דו, און נישט חז"ל רעדן פון התאחדות סטייל תלמידי חכמים. חז"ל רעדן נישט פון סטיילס בכלל, און זיי פארמאגן נישט קיין שום סטייל. חז"ל זאגען פונקטליך וואס זיי מיינען, און די ביסט פריי צו עס נישט אן נעמען. זייערע גדרים זענען נישט געוואנדן ווי אזוי אונז פארשטייען חז"ל, נישט קיין חילוק ווי גוט אונזער אינטענשאן איז, און נישט קיין חילוק וויפיל רעכט אונז האמיר זיי צו פארשטיין.

אז די ווילסט וויסען וואס חז"ל זאגען און מיינען דארפסטו אויף מאכן חז"ל און זעהן ווי אזוי חז"ל פארשטייט חז"ל. גדרים און כללים, פירוש המילות און תורה פאקטן, זענען זייער קלאר מבואר לאורך חז"ל. זייערע גדרים זענען foolproof ווייל זיי שטעלן די גדרים אליינס. נישט איך לערן עס אפ און נישט דו.

ווען די תורה זאגט ויאמר "אברהם" האט ער נישט געמיינט אברמי פון כיתה ג' אין בעלזע חדר אין בארא פארק. די תורה האט געמיינט אברהם בן תרח פון אור כשדים. איי אברהם איז טייטש אברהם? איי איעדער קען טייטשן די תורה ווי אזוי ער וויל? נאר ווען די הערסט א ווארט פון "יענעם" דארפסטו הערן די ווארט אין "יענעם'ס" קאנטעקסט. דאס אז קאנטעקסט מאכט אויס אין קאמיוניקאציע איז א rule set in stone. אברהם אין די תורה שטייט ביי פרשת לך לך אין ספר בראשית, און נישט אין דער מאמענט פרשת עקב תשפ"ד. ס'איז נישט קיין אפיניאן אדער טשויס, ס'איז rules of engagement.

ווען חז"ל רעדן פון תלמידי חכמים, זייער חשיבות, זייערע הלכות, רעדן זיי פון תלמיד חכם אין די גדר פון תלמידי חכמים וואס זיי זענען מגדיר אין אנדערע פלעצער. גדרים און כללים קומט קיינמאל נישט צוגיין פון זיך אליינס. אלס ווענדט זיך ווי דער חמר שטייט איין. ס'איז קלאר אז ווען חז"ל האבן גערעדט פון כבוד התורה האבן זיי נישט געמיינט די תורה וואס ליגט אין גוגל'ס דעטע בעיס, אדער ווי מ'זעהט די תורה וואס סאוט קאריענ'ס לערן היינט, ווייל דאס האט נישט מיט "כבוד התורה" און דאס האט נישט מיט "חשיבות התורה". ווערטער פון תורה האט טאקע א קדושה, אבער מ'באגראבט עס אין זאמד ווען מ'ניצט עס נישט.

אז מ'איז נישט בקי אין חז"ל לאורכה ולרוחבה, קען מען נישט אפטייטשן זײער "טייטש" פון ווערטער, און אז מ'איז יא בקי אין חז"ל ווייסט מען צו טייטשן ווערטער מיט די "טייטש" וואס חז"ל ניצן לאורכה ולרוחבה. דאס מיינט גדרים און כללים, ס'איז נישט אפיניאן נאר א פאקט.

ס'איז גארנישט פערסאנעל א קעגען קיינעם. א יעדער איז וואויל, א יעדער איז קלוג, פון די צדוקים ביז די קנאים. נאר אזוי ארבעט עס, אז די ווילסט פארשטיין יענעם דארפסט לערנען יענעם, און חז"ל זענען קלאר מגדיר תלמידי חכמים לויט די חשיבות פון תלמידי חכמים. וואס דארף מען מער ווי חז"ל זאגן אז מענטשען זענען "טיפשים" אז מ'שטעלט זיך אויף פאר ספר תורה און נישט פאר א גברא רבה, ווייל חשיבות התורה פון א תלמיד חכמים איז אסאך מער ווי תורה אליינס, און ווי חז"ל זאגן אויך אז ס'איז אסאך גרעסער אויסלערנען יענעם תורה ווי לערנען תורה אליינס. דאס מיינט אז ווען מ'רעדט פון "תורה" און פסקענען שאלות אין "תורה" רעדט מען פון עפעס א "סארט" תורה וואס חז"ל זענען מגדיר ערגעץ אנדערש.

אז מ'וויל טייטשן גדרי חז"ל דארפן מען דאס קראס-רעפרינסן מיט חז"ל אליינס. אז נישט וועסטו מארגן טייטשן אתה-איך און אני-דו. אזוי איז גדר "תלמיד חכם" אין חז"ל. דאס איז חוץ פון דעם אז פשוט טייטש "תלמיד" מיינט נישט ידיעות התורה, נאר "לערנען" תורה, און "חכמה" מיינט נישט זכרון, נאר קלוגשאפט פון תורה. "תלמיד חכם" איז א קלארע דיפיינד כאראקטעריסטיק.

חז"ל האבן קלאר מגדיר געווען די חשיבות פון לערנען תורה ווי אזוי זיי ווילן, און אז זיי שטעלן אוועק אז תורה מיינט על פי זײער תורה, דאס הייסט דורך תורה שבעל פה ע"פ מסורת תורה שבעל פה, מיינט "דאס" תורה און לומדי תורה. דארפסט מיך נישט גלייבן, קענסט דאס אליינס נאך קוקען, חז"ל זענען זייער שיין מסודר מיט א גוטע user interface.

--------------

דאס אלעס בארעכטיגט נאך אלס נישט זילזול אין אנדערע מענטשן. אויסשמועסן מעג מען אלעס און פארשעמען טאר מען קיינעם.
פון ווי איך האב ציטירט פארשטיי איך אזוי (מסתמא זייער ראנג וועגן דעם טאקע פרעג איך )
אז איינער וואס לערנט איבער און איבער נאר גמרא מיט שולחן ערוך איז א תלמיד חכם אין ער שטייט בעסער ווי איינער וואס איז א גרויסע ידן אין קען ספרים איבער אלץ און אלעמען ?
אפילו דער וואס לערנט נאר גמרא מיט שולחן ערוך איז נישט קליג ?
איך קען איינעם וואס איז באקאנט אלץ א גרויסע תלמיד חכם אבער למעשה איז ער נישט קליג ער קען פשוט דאס וואס ער האט געלערנט און איבערגעגאנגן, איך בין איבערצייגט אז ווען ער וואלט געבוירן אלץ א קריסט וואלט ער געקענט פינקט אזוי גיט די בייבל
און טאמער וואלט ער נישט געווען רעליגיעז בכלל ווואלט ער געווען א סופרים קארט ריכטער,
פשוט ווייל ער האט זייער ליב הלכה/געזעצן
 
Back
Top