אפענע מופתים פון די לעצטיגע צדיקים

איגעין. אין בין נישט דער בעל המעשה סאו איך ווייס נישט וואס גינוי דער פיש האט געזאגט.
איך האב עס געהערט פון אן שוואגער, א העכסט נארמאלער מענטש. צו ער האט צוגעלייגט אז דער פיש האט געזאגט מיט א שטארקייט? נאוינג הים איז דער ענפער ניין.
איך וואוין נישט אין מאנסי און איך בין נישט א טאש'ער. אלזא, אפשר קען איינער אריינקומען איבער אים, אפשר פרעגן וועגן א ווייב אזוי ווי @אפסי ארצי אדער אנדערע זאכן.
אויב איז דא א ניק וואס וואוינט אין מאנסי אדער אומגעגנט, אפשר זאל ער כאפן א שמועס מיט דעם איד און באריכטן דא?
 
לעצט רעדאגירט:
@קץ דוחק זאג מיר צי די האסט עס שוין געברענגט ביי די מאמענט שניר,

איך האף איך זאג עס גוט נאך,
אז די וויזניצער פון מאנסי ז"ל האט געזאגט אז געווענדליך צדיקים ווערט מען געוואר נאך זייער שטארבן אז זיי האבן באהאלטן זייער צדקות בחייוו, אבער די אמרי חיים איז געווען אזוי גרויס, אז מ'ווייסט נישט פון זיין צדקות מחיים אפילו לאחר מותו...

ווערי מאווינג..
 
יא, דא איז עס.
 
פינגטס נאר נישט שבת אחים...
 
כ'בין פונקט לעצטענס געווען אין אשוואר אין מאנסי. זאגט מיר איינער אז די רבי זעהט זאכן, ער ווייסט ווען מענטשן גייען טרעפן זייער זיוויג, ווען זיי גייען האבן א קינד וכדו'.

גיי איך צו און כ'פרעג אים, ס'איז אמת אז דער רב האט רוח הקודש, אדער ס'איז סתם שמועות.
זאגט ער "מ'זאגט דאך דער וואס רעדט ווייסט נישט און דער וואס ווייסט רעדט נישט..."

פרעג איך אים, ס'איז אמת אז דער רב זעהט ווען מ'גייט טרעפן א שידוך? זאגט ער "ס'ווארט אויף דיר א גוטע זאך אי"ה, דו האסט א הויעכע ניצוץ, מיט גרויסע כוחות."

פרעג איך אים איבער, סאו עפעס גוט ווארט פאר מיר? ער שאקלט דעם קאפ מיט א שמייכל.

זאג איך אים, אבער איין קליינע פראבלעם האב איך, - ער האקט מיר איבער און זאגט "דו האסט איין פראבלעם, נו זאג דו מיר וואס איז דיין פראבלעם..."

זאג איך אים "איך ווייס נישט, לאמיר הערן וואס דער רב זעהט..." הייבט ער אהן צו רעדן פון די כוחות וואס איך האב און אז כ'קען עס אויסניצן צו טון מצות ומעשים טובים.

זאג איך אים "אבער למעשה די פראבלעם איז אז כ'בין שוין חתונה געהאט."
געט ער מיר א פעטשל אויף מיין הענט און ער זאגט "ווייס איך דאך! כ'רעד פון אן עזר העליון דאס איז עפעס וואס ווארט אויף דיר."
-

נו, אז מ'קען קען מען... 🤣🤣🤣
מ'קען מאכן א גאנצע שנירל איבער די אשווארער.. אני הקטן איז געוועהן ביי איהם מיט מיין טאטע, צום סוף זאגט איהם מיין טאטע וואונטש איהם אן אז ער זאל ווערן א חתן פרעגט ער מיך דו ווילסט ווערן א חתן? איך האב נישט גענטפערט פרעגט ער נאכאמאל איך האב נישט גענטפערט זאגט מיך מיין טאטע נא זאג איהם דו ווילסט, איך האב אבער נישט געוואלט איך בין נאך געוועהן אינג רופט ער זיך אן 'נישט איז נישט' למעשה בין איך הערשט געווארן א חתן 2 יאהר שפעטער מיין טאטע האט מיך דעמאלטס אייביג געזאגט, זעהסט ביסט געוועהן א חכם האסטו געדארפט ווארטן...
איך קען איהם גוט גוט ער איז אינגאנצן אנדערש ווי פיש וכדו' ער איז נישט קיין ת"ח, נישט קיין ערנסטע מענטש
ער האט נאר א חכמה וויאזוי צו כאפן מענטשן אמאל געלונגט עס אמאל נישט...
 
איינער האט שוין געהאט עקספיריענס מיטן ינוקא פון לעלוב ר׳ יחיאל יוסף בידערמאן?
איך האב געהערט אז ער זאגט זייער אינטערעסאנטע אפענע זאכן

אגב ער קען פיין לערנען אויך, איך ליייג דא א קליפ וויאזוי ער פארהערט ער איז א שיינע יודע ספר
View: https://youtu.be/41mYc_CKJ68?si=zrlODsNQ2u4bIvOu
 
איך האב לעצטענס געהערט א מעשה פון ר שייעלע, ס'זיכער דא אסאך אזאכע, אבער יעצט סאם האו האבן מיינע אויגן ברעמן דיסיידעד זיך אויפציהייבן,

ס'רעדט זיך פון א שוואכע איד וואס האט געהאט עפעס א געשפעט, אין א גוי האט געפענט קעגן איבער אים די זעלבע זאך, א קאמפיטישען..

זיינע ארומיגע האבן אים ג'עצה'ט ער זאל גיין צי ר שייעלע, ער טוט גרויסע זאכן, ער האט אנהייב נישט געהאט קיין חשק,
אבער ער האט געזען אז זאכן פארן מער סאוט איז ער אריבער געגאנגען,

לאנג סטארי שארט, ר שייעלע פרעגט אים 'צי דעי גוי האט א פערד..' ער הייבט אויף ברעמן, 'ווי קומט עס אריין דא?'
'ער האט א פערד?'
פרעגט ר שייעלע נאכאמאל, זאגט ער 'יא.. די גוי האט א פערד.. קען מען יעצט פליס צירוק גיין צום פראבלעם דא?? מיי גאש...'
'אלעס וועט זיין מסודר'
זאגט אים ר' שייעלע,

ער פארט צירוק אהיים מיט א זויערע פנים, ער קומט אן צי זיין דארף, אין ער זעהט אז די עולם איז אויף, עפעס רידערט, ער פרעגט איינעם 'וואס איז געשען?' זאגט מען אים אז חתן דנן, די גוי, איז געפארן מיט זיין הארסי, אין ס'האט אנגעהויבן ווילדענען, אין ארפגעווארפן דעם גוי צי זיין טויט,

🎵אליהו הנביא אליהו הנביא אליהו הנביא🎵

יעצט ביפאר @אפענער בעט פשוטע פאקטן, צי די פערד איז געווען געזונט, אדער צי די גוי האט געהאט פרי עקזיסטינג קאנדישענס?
אין @שושני זאגט אז מ'דארפט פשוט מאכן א שטודיע צו וויסן וויפול פערדן ווערן צילאזט אין א עוורעדזש.?

לאמיר זאגן אז ס'איז ר' שייעלעס קרעדיט,

פארוואס האט ער אבער געדארפט הארגענען דעם גוי פאר א גוט יאר?

ער האט נישט פלעין געקענט מאכן לעט סעי, אז מייז זאלן באפאלן דעם גוי'ס געשפעט?

פארוואס איז זיך געקומען דעי גוי אזא מיתה משונה?
 
יענע צייטן האבן די בעלי מספרים געהאט דעם הרגשה אז א גוי זאל טאקע שטארבן, נאר ווילאנג ער שטערט נישט דעם איד מעג ער בלייבן לעבן.

סאו מ'דארף זיך נישט מטריח זיין מיט קריעטיווע עצות, הרגנן הערט זיך אסאך מער ווי א קינץ, זאל זיין אזוי...
 
סא די זאגסט אז ס'מוז נישט זיין ער האט געהארגעט דעם גוי? ס'עפעס וואס די סטארי טעלערס האבן אויפגעמאכט?
 
כ'מיין צו זאגן די מופתים געשעהן לויט די מיינדסעט פון דער וואס דערציילט עס. אדער שטייצעך לויטן מיינדסעט פונעם בעל מופת אליין.
 
איינער האט אינפאו אויף דער קאמארנער פון בית שמש? מזאגט אז מזעט ביי אים אפענע זאכן.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך האב לעצטענס געהערט א מעשה פון ר שייעלע, ס'זיכער דא אסאך אזאכע, אבער יעצט סאם האו האבן מיינע אויגן ברעמן דיסיידעד זיך אויפציהייבן,

ס'רעדט זיך פון א שוואכע איד וואס האט געהאט עפעס א געשפעט, אין א גוי האט געפענט קעגן איבער אים די זעלבע זאך, א קאמפיטישען..

זיינע ארומיגע האבן אים ג'עצה'ט ער זאל גיין צי ר שייעלע, ער טוט גרויסע זאכן, ער האט אנהייב נישט געהאט קיין חשק,
אבער ער האט געזען אז זאכן פארן מער סאוט איז ער אריבער געגאנגען,

לאנג סטארי שארט, ר שייעלע פרעגט אים 'צי דעי גוי האט א פערד..' ער הייבט אויף ברעמן, 'ווי קומט עס אריין דא?'
'ער האט א פערד?'
פרעגט ר שייעלע נאכאמאל, זאגט ער 'יא.. די גוי האט א פערד.. קען מען יעצט פליס צירוק גיין צום פראבלעם דא?? מיי גאש...'
'אלעס וועט זיין מסודר'
זאגט אים ר' שייעלע,

ער פארט צירוק אהיים מיט א זויערע פנים, ער קומט אן צי זיין דארף, אין ער זעהט אז די עולם איז אויף, עפעס רידערט, ער פרעגט איינעם 'וואס איז געשען?' זאגט מען אים אז חתן דנן, די גוי, איז געפארן מיט זיין הארסי, אין ס'האט אנגעהויבן ווילדענען, אין ארפגעווארפן דעם גוי צי זיין טויט,

🎵אליהו הנביא אליהו הנביא אליהו הנביא🎵

יעצט ביפאר @אפענער בעט פשוטע פאקטן, צי די פערד איז געווען געזונט, אדער צי די גוי האט געהאט פרי עקזיסטינג קאנדישענס?
אין @שושני זאגט אז מ'דארפט פשוט מאכן א שטודיע צו וויסן וויפול פערדן ווערן צילאזט אין א עוורעדזש.?

לאמיר זאגן אז ס'איז ר' שייעלעס קרעדיט,

פארוואס האט ער אבער געדארפט הארגענען דעם גוי פאר א גוט יאר?

ער האט נישט פלעין געקענט מאכן לעט סעי, אז מייז זאלן באפאלן דעם גוי'ס געשפעט?

פארוואס איז זיך געקומען דעי גוי אזא מיתה משונה?
תיובתא דר שייעלע תיובתא
 
Back
Top