פערל רייד

אנטשולדיגט פאר אלע וואס ס'גייט זיי אן אז טראמפ האט געוואנען. ס'גייט מיר באמת נישט אן ווער ס'איז פרעזידענט, ווארום כ'פלאן סייווי נישט צו וואוינן אין אמעריקע פאר די קומעדיגע פאר יאר און כ'האלט נישט אזוי מיט די פאליטיק. כ'שרייב סתם א געדאנק.

טראמפ האט פארלוירן פיר יאר צוריק, מ'האט בלאקירט זיין טוויטער אקאונט, אים געוואלט איינזעצן. ס'האט אויסגעקוקט ווי ער גייט אראפ אין תפיסה שטויסענדיג.

ער איז סך הכל געבליבן אן עקשן, איבערגעקייט זיין נעראטיוו טויזענט מאל. (נישט קיין חילוק אויב ס'איז אמת צו נישט), אויסגעשריגען אז ער באלאנגט אינעם ווייסן הויז, געטון וואס ער האט געקענט!

-
כ'ווייס נישט אויב דער משל שטומט. אבער דעם געדאנק וואס כ'זעה דא איז 'עקשן יצליח' (גר"א)
אויב דו ביסט אן עקשן וועסטו צום סוף מצליח זיין.

מ'קען ארויסקומען מיט קול קוראס, ס'קען אויסקוקן ווי מ'האט דיר באגראבן טיף אין דער ערד.
די זון גייט אונטער און שיינט צוריק אויף, ס'ווערט א נעכטיגן אלטן געשעניש.

די צייט און ענערגיע וואס מענטשן האבן דיר אונטער צו האקן וועט זיך צום סוף אויסלאזן.
אפי' אויב נישט, קענסטו נאך טרעפן א אילן מאסק וואס וועט דיר העלפן שרייען העכער.

דו גיי ווייטער דיין וועג, דערצייל דיין וויזיע.
טוה וואס איז אין דיינע הענט צו עררייכן דיין חלום.
-

דער איינציגסטער וואס האלט מיך צוריק איז מיינע בעליעפס אז כ'האב נישט די כוחות, וכדו'.
כ'פראביר צו טשעלנדשן דעם מחשבה, זיך אויסמשלן סוקסעס און עס פילן. (כ'רעד נישט פון 'מיסטישע' זאכן, כ'רעד סייקעלאדשיקל)
גוטע פּוינט :)
 
די אמת קוקט היינט אויס גאר פארקערט. די פּאלעסטינער האבן אזוי ליב דאס לעבן אז אפילו אין די ערגסטע אומשטענדן וועלן זיי קיינמאל זיך נישט אויסשטרעקן אויף דער ערד צו ווערן איבערגעטראטן. Give me freedom or give me death איז לפענ״ד אן ערהאבענער אידיאל.
יתכן אז דו ביסט גערעכט. אבער וואלסטו אויך געזאגט אז give me real-estate or give me death איז אן ערהאבענער אידיאל? מיר קוקט נישט אויס וואו די מדובר איז ממש איבער פרייהייט.
 
1731372806621.jpeg
 
“We didn’t get punished for bad deeds in our family. We got punished for being caught.”

-Matthew McConaughey
(on Modern Wisdom Podcast
אינטרעסאנטע אינטערוויו ב.ד.וו)
 
“We didn’t get punished for bad deeds in our family. We got punished for being caught.”

-Matthew McConaughey
(on Modern Wisdom Podcast
אינטרעסאנטע אינטערוויו ב.ד.וו)
א בפירוש'ע פסוק:
ואם העלם יעלימו עם הארץ את עיניהם מן האיש ההוא בתתו מזרעו למלך לבלתי המית אתו: ושמתי אני את פני באיש ההוא ובמשפחתו והכרתי אתו ואת כל הזנים אחריו לזנות אחרי המלך מקרב עמם:
 
אויב ארבעט מאכט געזונט, גיב עס פאר די קראנקע.
 
אויב ארבעט מאכט געזונט, גיב עס פאר די קראנקע.
״צו״ איז קיינמאל נישט גוט (נישט צופיל, נישט צו ווייניג, צו זיס מאכט ברעכן, און ווען ס׳נישט צו ביטער צ.ב.ש. אביסעלע פעפער- קען צוגעבן געשמאק)

יעדע זאך מיט א מאס: ארבעט ״מאכט״ נישט געזונט, (דארט ליגט דער טעות) ס׳געבט צו צום געזונט, ווען ס׳דא א יסוד פון געזונט in the first place

אבער פארשטייטצעך ארבעטן ווען מ׳איז גייסטיש אויסגעשעפט קען מעגליך זיין פארקערט פון געזונט, מ׳מוז ערשט האבן הילף און סופארט אפצולאדענען וואס ליגט אויפ׳ן הארץ און די לאסט וואס וועגט אויפ׳ן מח

ווער רעדט נאך ווען מ׳איז פיזיש קראנק- און מ׳צווינגט זיך צו גיין צו די ארבעט אנשטאט צו רוען און געבן דעם גוף א געלעגנהייט צו קומען צו זיך - קען עס נאך חלילה פארלענגערן די צייט פון היילן

Context matters
 
״צו״ איז קיינמאל נישט גוט (נישט צופיל, נישט צו ווייניג, צו זיס מאכט ברעכן, און ווען ס׳נישט צו ביטער צ.ב.ש. אביסעלע פעפער- קען צוגעבן געשמאק)
כידוע מאמר החכם "צו פרום איז א רשע צו קלוג איז א אפיקורס צו וואויל איז א נואף מדארף זיין פרום קלוג און וואויל"
 
עטץ מיינטס צו זאגן אז ארבעטן יעדן טאג פון צופרי ביז ביינאכט איז צופיל?
אוי זאגט עטץ גוט!
באלאנגט טאקע אין דעם אשכול פון "פערל רייד".
לאמיר עס פארווערדן צו מיין בעה"ב.
 
Back
Top