Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
טעכניש גערעדט כל הנולד באמעריקא חל עליו שם נעטי"וו
אט דאס מיינט טאקע השגחה פרטית
Bottom line:צומאל אבער איז זי נישט צום געפינען נאר אויב מ'איז גרייט צו זוכן און גראבן.
צומאל רינט זי ארויס צווישן די פינגער אויב די האלטער איז לעכעריג.
און אפט מאל איז דזשוס זיסער, און דאס מערהייט פון מענטשן וועלן ענדערש מוותר זיין אויף די טעם'לאזע וואסער...
(אינספירירט פון יובל נח הררי'ס טעזע אין זיין בוך Nexus)
צומאל אבער איז זי נישט צום געפינען נאר אויב מ'איז גרייט צו זוכן און גראבן.
צומאל רינט זי ארויס צווישן די פינגער אויב די האלטער איז לעכעריג.
און אפט מאל איז דזשוס זיסער, און דאס מערהייט פון מענטשן וועלן ענדערש מוותר זיין אויף די טעם'לאזע וואסער...
(אינספירירט פון יובל נח הררי'ס טעזע אין זיין בוך Nexus)
מענטשן דארפן האבן די איינרעדעניש אז דער אמת זיגט געווענליך צום סוף, אבער דאס איז לאו דוקא אמת... די וועלט איז א עולם השקר און עס איז נישטא קיין שום הבטחה אז דער אמת וועט ארויסקומען. דער אמת בלייבט געווענליך פארשטעקט און מאוסט מענטשן גייען מיטן שקר
גערעכט אז פריי גערעדעכץ איז פראבלאמאטיש, אנטעסעמיטען קענען זאגען זייערע ליגענטס וכו׳. אבער די אלטערנעטיוו (דהיינו קאנטראולד ספיטש) איז אסאך ערגער, זאג די מיר ווי איז די מצב בעסער? אין אמעריקא וואס איעדע אנטעסעמיט קען אויפמאכן שטותים, אדער רוסלאנד וואס פאר א קרום ווארט פאלט מען ארויס פון א פענסטער?דו הרג'סט דאך אוועק די גאנצע 'פרי ספיטש' ארגומענט מיט דעם!
זיי טענה'ן אז נאר דורכ'ן לאזן רעדן מער שטותים גייט די אמת ארויפשווימען, און דו ברענגסט ארויס אז עס קען זאגאר מער איינזינקען...
Think about it.
וואס איז דיין אלטערנאטיוו? מען זאל לאזן נאר קלוגע מענטשן זיך אויסדרוקן? נאר דער וואס רעדט "דער אמת"? (AKA דיין דעה).דו הרג'סט דאך אוועק די גאנצע 'פרי ספיטש' ארגומענט מיט דעם!
זיי טענה'ן אז נאר דורכ'ן לאזן רעדן מער שטותים גייט די אמת ארויפשווימען, און דו ברענגסט ארויס אז עס קען זאגאר מער איינזינקען...
Think about it.