פערל רייד

״דאס ווייס איך זיכער: איך קען נאר שטייגן אין די צייטן פון מיין לעבן ווען איך בין גוטהארציג מיט זיך אליין, און האב מיטגעפיל מיט מיין אינערליכע קינד וואס האט נישט געקענט אויפוואקסן.
איך האב קיינמאל נאכנישט מצליח געווען זיך צו פארבעסערן דורכ׳ן זיך פארשעמען און קריטיקירן. און גלייב מיר, כ׳האב אסך צייט אין לעבן אוועקגעגעבן און פרובירט עס צו טון אויף אזא וועג…
אזויווי מיין געליבטע זאגט: זיך דערנידערן און זיך מבייש זיין איז נישט קיין גוטע ערד צו בליען״
-Andrea Gibson ע״ה
 

בייגעלייגטע פיילס

  • IMG_2356.jpeg
    IMG_2356.jpeg
    909.9 KB · געזען: 17
דיין לעבן ווערט נשפע פון דריי ווארהייטן:
1. וויאזוי דו פירסט זיך אויף צו אנדערע
2. וויאזוי דו פירסט זיך אויף צו זיך אליין (אויב דו פארנאכלעסיגסט דיינע אייגענע געפילן און געברויכן, אדער נישט)
3. און וויאזוי דו ערלויבסט אנדערע זאלן זיך אויפפירן צו דיר
 

בייגעלייגטע פיילס

  • Screen Shot 2025-07-30 at 11.06.23 AM.png
    Screen Shot 2025-07-30 at 11.06.23 AM.png
    41.4 KB · געזען: 12
דיין לעבן ווערט נשפע פון דריי ווארהייטן:
1. וויאזוי דו פירסט זיך אויף צו אנדערע
2. וויאזוי דו פירסט זיך אויף צו זיך אליין (אויב דו פארנאכלעסיגסט דיינע אייגענע געפילן און געברויכן, אדער נישט)
3. און וויאזוי דו ערלויבסט אנדערע זאלן זיך אויפפירן צו דיר
בעיקרון, זענען 2 & 3 לכאורה די זעלבע ווארהייט.
ואת"ל אז יא, דעמאלט איז 2&3 די יסוד פון 1
השפעה קומט פון אין זיך אויף ארויס, דהיינו לויט ווי אזוי דער מענטש פילט ביי זיך זיך וועגן זיך (2) אזוי וועט ער ערלויבן וואס אנדערע פירן זיך אויף צו דיר (3), לויט דיין ערך פון זיך ביסטו משפיע לחוץ צו א צווייטענס זיך (1)
 
א ב ג
א מענש דארף האבען 4 זאכען צי לעבן
1) אוכל
2) בגדים
3) גג
4) וועמן צי בלעמן איז שולדיג אין זיינע מיסטייקס…
 
פייגלעך וועלכע ווערן געבוירן אין געפענגעניש,
זיי מיינען אז פליען איז א קראנקייט…

אין אנדערע ווערטער: בעפאר דו הערסט אויס איינעם׳ס דעה וועגן וואס איז ״נארמאל״ אדער נישט, מאך א חשבון אויב יענער איז פריי אדער נאך אין קייטן אין זיין מח: וואו ער איז צוגעוואוינט נאר צו זעהן מענטשן וואס זענען אונטערטעניג און פארקנעכטעט צו טון לויט וואס מאכט יענעם באקוועם- ממילא, מיינען זיי אז אויב דו גייסט נישט גענוי נאך וואס ביי זיי איז קאנסידערט ״נארמאל״ איז גאר די פראבלעם מיט דיר- נישט מיט זייער איינגעשפארטקייט…
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 2244683A-B143-4EAB-B756-088D0531BE0F.webp
    2244683A-B143-4EAB-B756-088D0531BE0F.webp
    28.3 KB · געזען: 6
לעצט רעדאגירט:
אויב די באשעפער'ס ציל ביים נעמען די אידן פאר א פאלק אז זיי זאלן מאלטיפלייען, אז מ'זאל האבן 15 קינדער, אין די 15 זאלן האבן נאך 15 אין אזוי ווייטער,

וואלט די באשעפער געגעבן די תורה פאר די רעביטס, זיי מאלטיפלייען סאך שנעלער
 
Back
Top