פערל רייד

״דאס ווייס איך זיכער: איך קען נאר שטייגן אין די צייטן פון מיין לעבן ווען איך בין גוטהארציג מיט זיך אליין, און האב מיטגעפיל מיט מיין אינערליכע קינד וואס האט נישט געקענט אויפוואקסן.
איך האב קיינמאל נאכנישט מצליח געווען זיך צו פארבעסערן דורכ׳ן זיך פארשעמען און קריטיקירן. און גלייב מיר, כ׳האב אסך צייט אין לעבן אוועקגעגעבן און פרובירט עס צו טון אויף אזא וועג…
אזויווי מיין געליבטע זאגט: זיך דערנידערן און זיך מבייש זיין איז נישט קיין גוטע ערד צו בליען״
-Andrea Gibson ע״ה
 

בייגעלייגטע פיילס

  • IMG_2356.jpeg
    IMG_2356.jpeg
    909.9 KB · געזען: 39
דיין לעבן ווערט נשפע פון דריי ווארהייטן:
1. וויאזוי דו פירסט זיך אויף צו אנדערע
2. וויאזוי דו פירסט זיך אויף צו זיך אליין (אויב דו פארנאכלעסיגסט דיינע אייגענע געפילן און געברויכן, אדער נישט)
3. און וויאזוי דו ערלויבסט אנדערע זאלן זיך אויפפירן צו דיר
 

בייגעלייגטע פיילס

  • Screen Shot 2025-07-30 at 11.06.23 AM.png
    Screen Shot 2025-07-30 at 11.06.23 AM.png
    41.4 KB · געזען: 22
דיין לעבן ווערט נשפע פון דריי ווארהייטן:
1. וויאזוי דו פירסט זיך אויף צו אנדערע
2. וויאזוי דו פירסט זיך אויף צו זיך אליין (אויב דו פארנאכלעסיגסט דיינע אייגענע געפילן און געברויכן, אדער נישט)
3. און וויאזוי דו ערלויבסט אנדערע זאלן זיך אויפפירן צו דיר
בעיקרון, זענען 2 & 3 לכאורה די זעלבע ווארהייט.
ואת"ל אז יא, דעמאלט איז 2&3 די יסוד פון 1
השפעה קומט פון אין זיך אויף ארויס, דהיינו לויט ווי אזוי דער מענטש פילט ביי זיך זיך וועגן זיך (2) אזוי וועט ער ערלויבן וואס אנדערע פירן זיך אויף צו דיר (3), לויט דיין ערך פון זיך ביסטו משפיע לחוץ צו א צווייטענס זיך (1)
 
א ב ג
א מענש דארף האבען 4 זאכען צי לעבן
1) אוכל
2) בגדים
3) גג
4) וועמן צי בלעמן איז שולדיג אין זיינע מיסטייקס…
 
פייגלעך וועלכע ווערן געבוירן אין געפענגעניש,
זיי מיינען אז פליען איז א קראנקייט…

אין אנדערע ווערטער: בעפאר דו הערסט אויס איינעם׳ס דעה וועגן וואס איז ״נארמאל״ אדער נישט, מאך א חשבון אויב יענער איז פריי אדער נאך אין קייטן אין זיין מח: וואו ער איז צוגעוואוינט נאר צו זעהן מענטשן וואס זענען אונטערטעניג און פארקנעכטעט צו טון לויט וואס מאכט יענעם באקוועם- ממילא, מיינען זיי אז אויב דו גייסט נישט גענוי נאך וואס ביי זיי איז קאנסידערט ״נארמאל״ איז גאר די פראבלעם מיט דיר- נישט מיט זייער איינגעשפארטקייט…
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 2244683A-B143-4EAB-B756-088D0531BE0F.webp
    2244683A-B143-4EAB-B756-088D0531BE0F.webp
    28.3 KB · געזען: 16
לעצט רעדאגירט:
אויב די באשעפער'ס ציל ביים נעמען די אידן פאר א פאלק אז זיי זאלן מאלטיפלייען, אז מ'זאל האבן 15 קינדער, אין די 15 זאלן האבן נאך 15 אין אזוי ווייטער,

וואלט די באשעפער געגעבן די תורה פאר די רעביטס, זיי מאלטיפלייען סאך שנעלער
 
א בלום קריגט זיך נישט מיט די מציאות, זי פרובירט נישט טון דאס אוממעגליכע און "איבערלעבן" דעם ווינטער
זי טוישט זיך לויט'ן וועטער, טראסקעט און צוהט צוריק
אזוי אז ווען פרילינג וועט ווידער קעניגן,
וועט זי בליען פונדאסניי

גלגל החוזר
די נאטור לערנט אונז אז מיטארבעטן מיט'ן מציאות אנשטאט עס פרובירן באזיגן
וועט אונז געבן מער כח צו פלאנצן קערנער וואס וועלן ארויסגעבן הערליכע בלומען שפעטער, מיט פעסטערע ווארצלען
 

בייגעלייגטע פיילס

  • Screen Shot 2025-10-09 at 3.07.28 PM.webp
    Screen Shot 2025-10-09 at 3.07.28 PM.webp
    10.2 KB · געזען: 10
א בלום קריגט זיך נישט מיט די מציאות, זי פרובירט נישט טון דאס אוממעגליכע און "איבערלעבן" דעם ווינטער
זי טוישט זיך לויט'ן וועטער, טראסקעט און צוהט צוריק
אזוי אז ווען פרילינג וועט ווידער קעניגן,
וועט זי בליען פונדאסניי

גלגל החוזר
די נאטור לערנט אונז אז מיטארבעטן מיט'ן מציאות אנשטאט עס פרובירן באזיגן
וועט אונז געבן מער כח צו פלאנצן קערנער וואס וועלן ארויסגעבן הערליכע בלומען שפעטער, מיט פעסטערע ווארצלען
כ׳ווייס נישט פארוואס, ס׳דערמאנט וואס אלבערט קאַמוס האט געזאגט:

אין סאמע מיטן פון שנאה האב איך געטראפן, טיף אין מיר, א ליבשאפט וואס איז אוממעגליך צו באזיגן.
אין מיטן פון טרערן האב איך געפינען טיף אין מיר א שמייכל וואס קיינער קען בשום אין אופן נישט בייקומען.
אין דער מיט פון כאַאָס (איבערקערעניש/מהפכה) האב איך געטראפן אין מיר א טיפע רוהיגקייט וואס קיינער קען נישט אוועקנעמען
איך האב איינגעזעהן, דורכאויס אלע איבערלעבענישן, אז אין סאמע מיט׳ן פונ׳ם ווינטער, האב איך געטראפן אין מיינע טיפע טיפענישן א זוממער וואס קיינער קען נישט באזיגן
און דאס ברענגט מיר א פרייד, ווייל ס׳זאגט מיר אז נישט קיין חילוק ווי שווער די וועלט דריקט און שטופט קעגן מיר, איז אבער דא בתוך תוכיות אין מיר עפעס שטערקער און בעסער וואס שטופט באלד צוריק.
 

בייגעלייגטע פיילס

  • IMG_3845.webp
    IMG_3845.webp
    62.2 KB · געזען: 15
די סוד פאר מנוחת הנפש איז ווען מ'לערנט זיך נישט מקפיד צו זיין אויף דורכפאלן. א מענטש איז נישט א מלאך, אפילו א קאמפיוטער קען מאכן מיסטעיקס און האבן א גליטש.

ווען דו קענסט זיך פארגעבן, און אנהייבן פריש יעדן טאג, איז עס א סגולה צו שלוות הנפש.

(אוודאי פאסירט עס נישט איבערנאכט, אסאך היילן און לערנען איז אינוואלווד, אבער ס׳העלפט אמאל צו וויסן וואס צו פאוקעסן אויף אז מ'זאל האבן אינערליכע פרידן. א לייכטע הארץ קען מען נאר האבן ווען מ'לערנט זיך וויאזוי אפצוטיילן די מעשים און עס נישט צו אידענטיפיצירן מיט זיך. אויב דו האסט זיך מיט עפעס באנארישט, ווערסטו נאכנישט קיין 'נאר' וועגן דעם. יעדע מענטש באנארישט זיך פון צייט צו צייט. אויב דו האסט שלעכט באהאנדלט די אויפפירונג פון דיין קינד, ווערסטו נאכנישט א שלעכטע מענטש - דו קענסט אלעמאל פארעכטן דורכ'ן מודה זיין, איבערבעטן און טוהן א תשובת המשקל. פארשטייט זיך אויך ענדערן די מעשים.

עס איז גרינגער געזאגט ווי געטון, אבער ווילאנג מ'טרייט כסדר צו זיין בעסער, מוז מען זיך קענען מוחל זיין און אנהייבן פריש טאג טעגליך. מ'קען נישט שלעפן אלטע זעקלעך אויף די פלייצעס און ערווארטן אנצוהייבן א פרישע טאג מיט נייע כוחות).
 

בייגעלייגטע פיילס

  • IMG_4434.webp
    IMG_4434.webp
    43.3 KB · געזען: 15
זאגן פאר איינעם ״בארוהיג זיך״
ווען יענער איז באזארגט אדער אנגעצויגן,
איז בכלל נישט קיין גוטע עצה,
אין די היסטאריע פון די מענטשהייט האט עס נאך קיינמאל קיינעם נישט בארוהיגט.

(ווען מ׳וויל בארוהיגן איינעם, לייגט מען צו א פלייצע און מ׳זעהט אויב ס׳דא עפעס מיט וואס מ׳קען יענעם פארגרינגערן. אמאל לוינט זיך צו פרעגן יענעם אויב ס׳איז אפשר דא עפעס מיט וואס איך קען ארויסהעלפן)

1762971479033.webp
 
זאגן פאר איינעם ״בארוהיג זיך״
ווען יענער איז באזארגט אדער אנגעצויגן,
איז בכלל נישט קיין גוטע עצה,
אין די היסטאריע פון די מענטשהייט האט עס נאך קיינמאל קיינעם נישט בארוהיגט.

(ווען מ׳וויל בארוהיגן איינעם, לייגט מען צו א פלייצע און מ׳זעהט אויב ס׳דא עפעס מיט וואס מ׳קען יענעם פארגרינגערן. אמאל לוינט זיך צו פרעגן יענעם אויב ס׳איז אפשר דא עפעס מיט וואס איך קען ארויסהעלפן)

View attachment 10163
די בחור דא ברענגט גוט ארויס די נקודה 😂

calm down.mp4
 
א וויכטיגע דערמאנונג פון דר. דויעל, פאר יעדן וואס איז א סערווייווער פון עביוז (ווי אויך די וואס לעבן מיט זיי)

קיין שום סערווייווער האט זיך נישט היינט אויפגעוועקט און באשלאסן ״איך גיי אונטערשטעלן א פיסל און אפהאלטן מיין לעבן פון בעסער ווערן״ דורכ׳ן נישט טוהן וואס איך גלייב קען העלפן…

אפילו ווען דו מאכסט אן אומגינסטיגע בחירה, קומט עס פון א פלאץ פון נויט זיך צו באשיצן. האב נישט טענות אויף זיך. (ס׳דויערט נישט איבערנאכט און רפואה נעמט אסך קוראזש) געב זיך קרעדיט פאר וויפיל דו האסט שוין געטון און פארשטיי אז פארגעבן זיך פאר דורכפאלן איז גאר נייטיג פאר הצלחה.

אנערקען אז די כוונה איז געווען א גוטע -זיך צו באשיצן, אפילו אויב ס׳געגאנגען מיט׳ן פיטום אראפ -זיי גוטהארציג מיט זיך אליין און דערגיי זיך נישט די יארן מיט קריטיק. ענדערש געב זיך מער חיזוק.
 

בייגעלייגטע פיילס

  • IMG_4715.webp
    IMG_4715.webp
    80.2 KB · געזען: 2
Back
Top