פאר איר מיט א צווייטן איז נישט דא קיין היתר.עס קען זיך אפשר מאכן אויב זי איז אינטרעסירט אין אינטימשע באציעונגען צו א דריטן, און זיי מאכן אן הסכם פון "שמור לי ואשמור לך".
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
פאר איר מיט א צווייטן איז נישט דא קיין היתר.עס קען זיך אפשר מאכן אויב זי איז אינטרעסירט אין אינטימשע באציעונגען צו א דריטן, און זיי מאכן אן הסכם פון "שמור לי ואשמור לך".
מיט א צווייטע מאן
אנלעסס ס'איז בת פרעה וכדו'וועט ער קודם דארפן מברר זיין וועלכע מקוה וועט ערלויבען טבילה .
אדער אלעס ביז דארטמיט א צווייטע מאן
משא"כ מיט א צווייטע פרוי איז גארנישט געטון פלעין געהאט אביסל פאן
נישט ממש גארנישט געטון. ס'איז טאקע נישט זנות אבער לויט רוב ראשונים אן איסור דאורייתאמיט א צווייטע מאן
משא"כ מיט א צווייטע פרוי איז גארנישט געטון פלעין געהאט אביסל פאן
זיכער נישט ,ממילא איז דער סאובדזשקט בכלל נישט פראקטיש ,עס איז סתם דרוש וקבל שכר
אויסער ביי א פנוי,אויב ער וויל זיך אריינלאזען אין אזא רילעישענשיפ , וועט ער קודם דארפן מברר זיין וועלכע מקוה וועט ערלויבען טבילה .
נישט ממש גארנישט געטון. ס'איז טאקע נישט זנות אבער לויט רוב ראשונים אן איסור דאורייתא
הגם ס'איז דא איין מאן דאמר אין גמרא אז ס'איז יא זנות און זי ווערט אסור לכהונה, אבער מ'נעמט נישט אן אזוי.
רמב"ם
הלכות איסורי ביאה כ״א:ח׳
נָשִׁים הַמְסוֹלָלוֹת זוֹ בָּזוֹ אָסוּר וּמִמַּעֲשֵׂה מִצְרַיִם הוּא שֶׁהֻזְהַרְנוּ עָלָיו שֶׁנֶּאֱמַר (ויקרא יח ג) "כְּמַעֲשֵׂה אֶרֶץ מִצְרַיִם לֹא תַעֲשׂוּ". אָמְרוּ חֲכָמִים מֶה הָיוּ עוֹשִׂים אִישׁ נוֹשֵׂא אִישׁ וְאִשָּׁה נוֹשֵׂא אִשָּׁה. וְאִשָּׁה נִשֵּׂאת לִשְׁנֵי אֲנָשִׁים. אַף עַל פִּי שֶׁמַּעֲשֶׂה זֶה אָסוּר אֵין מַלְקִין עָלָיו. שֶׁאֵין לוֹ לָאו מְיֻחָד וַהֲרֵי אֵין שָׁם בִּיאָה כְּלָל. לְפִיכָךְ אֵין נֶאֱסָרוֹת לִכְהֻנָּה מִשּׁוּם זְנוּת וְלֹא תֵּאָסֵר אִשָּׁה עַל בַּעְלָהּ בָּזֶה שֶׁאֵין כָּאן זְנוּת. וְרָאוּי לְהַכּוֹתָן מַכַּת מַרְדּוּת הוֹאִיל וְעָשׂוּ אִסּוּר. וְיֵשׁ לָאִישׁ לְהַקְפִּיד עַל אִשְׁתּוֹ מִדָּבָר זֶה וּמוֹנֵעַ הַנָּשִׁים הַיְדוּעוֹת בְּכָךְ מִלְּהִכָּנֵס לָהּ וּמִלָּצֵאת הִיא אֲלֵיהֶן:
וואס איז מערקבאר, איז די לשון "וְיֵשׁ לָאִישׁ לְהַקְפִּיד עַל אִשְׁתּוֹ מִדָּבָר זֶה וּמוֹנֵעַ הַנָּשִׁים הַיְדוּעוֹת בְּכָךְ מִלְּהִכָּנֵס לָהּ וּמִלָּצֵאת הִיא אֲלֵיהֶן" וואס ווערט אויך ציטירט אין מחבר אין ש"ע.
פארוואס איז דאס דעם מאן'ס אויפגאבע?
אין די געגנט ווי די ווערטער זענען געשריבן געווארן ווערן נאך עד היום פרויען פאררעכנט אלץ רכוש פונעם מאן, און ער אפערירט איר, וכן הוא אומר "קנין כספו"
לייג צו: אין דיין סירקל.
אין די גוי'שע וועלט איז "טישיטען" אויף די ווייב די ערגסטע עבירה
טשיטן מיינט אונטערן רוקן אין א monogamous marriage.אין די גוי'שע וועלט איז "טישיטען" אויף די ווייב די ערגסטע עבירה
אין א monogamous relationship נישט דווקא מערידש.טשיטן מיינט אונטערן רוקן אין א monogamous marriage.
אנדערשט איז נישט פאררעכנט אלס טשידן.
ביי יפת תואר ביי מלחמה איז אויך א כהן מותר בביאה ראשונה, ביי ביאה שניה איז מחלוקת רב ושמואל אין תלמוד קידושין , לויט רמב״ם׳ס שיטה אז איסורי כהונהבפרהסיא איז קנאים פוגעים בו (פנחס/זמרי)
נישט בפרהסיא אויב איז ער אַַ כהן איז עס א דאורייתא. א ישראל איז עס א דרבנן (בי"ד של חשמונאים).
ביסט גירעכט, נאר ביי א יפת תואר איז אן אויסנאם וואס דארט האט די תורה מתיר געוועהן אפילו פאר א כהן ביאה ראשונה ,דער רמבם שרייבט צוויי פלעצער אז א כהן איז דא זונה אפי' שלאַ בנשיאין. סא וועלעכע רמבם רעדסטו
כל כהן הבא על הגויה וכו' לוקה משום זונה שהרי אינה בת קידושין, והוא אסור בבעילת זונה בין ישראלית בין גויה.
ראה מש"כ לעיל פי"ב ה"ג ובפ"ד מאישות הט"ו.
און אין פרק י'"ב
במה דברים אמורים?
כשהיה הבועל ישראל, אבל כהן הבא על הגויה לוקה מן התורה משום זונה, ואחד זונה גויה ואחד זונה ישראלית. ובבעילה בלבד לוקה שהרי אינה בת קידושין
און דא איז בע"כ שלא נישואין ווייל אויף דעם רעדט ער פריער אז ביי א ישראל איז לשם חתונות אסור מדאוריתא אבער לשם זנות דברי סופרים. און אויף דעם שרייבט ער במה דברים אמוראים. סא דער רמבם האלט זיכער אז א כהן איז אייביג א דאורייתא
לויט רמב״ם׳ס שיטה אז איסורי כהונה גרושה זונה און חללה, איז נאר דרך נישואין, ווייל דער פסוק זאגט ביי די איסורי כהונה לא יקח
פרק י״ז הלכה ב , קודם איז ער מקדים שלש נשים נאסרו על כל הכהנים גרושה זונה וחללה, זאגט ער כל כהן שנשא אחת מהשלש נשים אלו..ובעל לוקה,איך האב מיר באצויגן דאס וואס די שרייבסט
? וואו איז דער רמב"ם, עס שטימט נישט, מיט די צויי רמבם'ס וואס איך האב אנגעצייכנט.