פארוואס מוז זיין אז דער אייבערשטער קען נאר טוען גוטס?

אבער דיין interpretation דערפון איז מושפע פון די קריסטן
 
די evolutionary purpose פארוואס א ג-ט איז דא איז נאר אויב ער איז אלמעכטיג...
 
אבער איז דא עפעס א נערמאלע סיבה פארוואס מען איז סטאק מוטן, גאט איז בלויז גוט?
יתכן אז עס איז מעגליך אז גאט איז שלעכט, אבער עס זענען נישטא די מענטשן וואס זענען גרייט צו דעפענדן די עקזיסטענץ פון אזא גאט
 
די סיטרא אחרא טעאריע איז האלבוועגס גלייך צו דיין גישה. לויט די אריז״ל און די אנדערע וואס אקצעפטירן די מושג פון סיטרא אחרא על כרחך איז דא א חלק פון הקב״ה וואס רע גמור.
 
אינטערסאנט אז אין גנאסטישע Thought איז דער גאט וואס האט באשאפן און פירט די וועלט א נידעראנגיקע שלעכטע גאט, מעין א שטן, און דערפאר איז די וועלט שלעכט. די ריכטיגע גאט וואס איז מקור הטוב און א מושלם האט נישט קיין קשר מיט די וועלט. און זיי איידענטיפייען די גאט פון די תנ"ך מיט דעם שלעכטן בורא עולם.
 
צדיק ה' בכל דרכיו וחסיד בכל מעשיו, שטייט שוין אפאר יאר איידער די קריסטן האבן אפירגעקומען.
גערעכט מיט גוט זענען נישט די זעלבע זאך.
די זעלבע איז מיט ואהבת וכו' עס איז שיינע פסוקים וואס אונז דארפן טוען אבער מען זעט נישט דארט גאטס גוטסקייט.
 
גערעכט מיט גוט זענען נישט די זעלבע זאך.
די זעלבע איז מיט ואהבת וכו' עס איז שיינע פסוקים וואס אונז דארפן טוען אבער מען זעט נישט דארט גאטס גוטסקייט.
חסיד מיינט לפנים משורת הדין משורש חסד.
אז דו ווילסט דווקא קענסטע נוצן דעם פסוק 'טוב ה' לכל ורחמיו על כל מעשיו'.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
דער חזון איש שרייבט אז א גרויסע טעות מענטשן האבן איז דעם אהנעמען אז בטחון איז גלייבו אז אלס איז צום גוטן.
 

בייגעלייגטע פיילס

״מוכרח/מחוייב המציאות״ באדייט אז עס איז נישטא אין דעם קיין חסרון. ווארום אויב יא, מאכט אט די חסרון אז אט די מציאות איז קאנטינדזשענט אויף עפעס א קאנדישאן (ואפילו אין אַן אבּסטראקט סענס) - והיינו אז די חסרון שטערט אין די זין אז די מציאות זאל נאר קענען זיין מצוי אין א קאנטינדזשענט סענס. לדוגמא, אין אונזער פאל באדייט דאס, אז די השלמה פון מאראליש, וואס אונז נעמען דאך אָן אז ״מאראליש״ איז א השלמה און פּערפעקשאן, זאל פעהלן און נישט זיין מושלם כדי די מציאות זאל זיין; אויב איז די מושג פון מאראל מושלם לגמרי, וואלט דאך די מציאות פונעם בּיאינג נישט געקענט זיין - ער איז דאך נישט דוקא אזוי. אין אנדערע ווערטער, ס׳דא עפעס מחוצה לו, מאראל, וואס קען זיין מער מושלם ווי אין אים (אין דעם) און ער ווערט געשאצט לפי זה - מ׳קען זיך דאך מצייר זיין איינער וואס איז ״נאך מער״ פּערפעקט ווי דער בּיאינג. (כמובן אז פעהלן א חסרון איז נישט קיין חסרון; פארקערט, עס איז א דאָבּל-נעגעישאן.) און דאן איז דאך, ביי דעפינישאן, דער בּיאינג אפשרי און נישט מוכרח.
ע"פ הבנתי איז דאס זאגן אז 'חיסרון' במציאתו מאכט זיין בּיאינג פעלערהאפטיג, א טעות. ספעציעל ווען דער 'חיסרון' ווערט נאר געבוירן נאכדעם וואס דו האסטיך אויסגעחלומ'ט א סארט מאראלישקייט, מיט אזא דעגרי השלמה וואס עקזעסטירט פשוט נישט אינערגעץ.

פשט, דער א.ג. 'חיסרון' איז דומה צו דיע וואס טענה'ן אז ס'קען נישט זײן א גאט װאס קען באשאפן א שטײן װאס ער קען נישט אױפהײבן װײל דאן איז ער מוגבל, דהײנו, ס'איז דא אין אים א חיסרון.

לדעתי, איז אפילו אײן לעװל 'חיסרון' (נישט נאר דאבל נעגעישאן) אויך קײן חיסרון נישט אויב רעדט זיך עס פון א חיסרון אין עפעס װאס רצונו יתברך האט בוחר געװען נישט צו באשאפן; אין אונזער פאל, - 'א פערפעקט השלמה אין מאראליטעט'. דער "פערפעקטע מושלם" איז נאר א מענטשליכע אולוזיע, א בליפּ אין אונזער יכולת פון זיך אימעדזשינען זאכן; ד.ה. א פאולטי כח המדמה. פונקט װי [א מענטשנ'ס] נישט קענען זיך מצייר זיין א יוניװערס אהנע גבולים -אינפינעטי - איז אויך נאר א תוצאה פון אונזער פאולטי און באגרעניצטע שכל.
נאר בשעת װאס דאס לעצטיגע איז אן עקזעמפל פון היומענ'ס אוממעגליכקײט זיך אויסמשל'ן מציאותער אהנע גבול, כגון, 'לעצטע נומבער', 'גבול צו ספעיס' אדער 'קץ צו דער לעבן פון די נשמה', איז אונזער נידון דא (די א.ג. פראבלעם פון חיסרון במציאתו צוליב אונזער פאנטאזיע ביז װאנעט די עקסטענט פון 'מאראלישע השלמה' קען גרײכן) אַן עקזעמפל פון היומענ'ס מעגליכקײט אדער עיבּילעטי (צ"ל דיסעיבילעטי) זיך מצײר צו זײן, א לעװל פון פערפעקשאן װאס עקזעסטירט פשוט נישט במציאות.

והאמת, איז דאס װידער אן עקזעמפל פון זיך נישט קענען מדמה זײן א בּיאינג בלי גבולים װײל היומענ'ס דעפינישען פון 'השלמה' איז בײ דעפינישן מכריח א גבול. משא"כ גאט איז אזוי מושלם'דיק אז דו קענסט קײנמאל נישט קװײט אנקומען אדער דערגרײכן [צו-פארשטײן] די גבול אדער ענדע פון זײן השלמה. און כדי אז איך זאל קענען האבן געמאכט די לעצטע סטעיטמענט (אין בּאָלד), ד.ה ס'זאל שטומען מיט לאגיק, מוזן מיר קענען זיך מצײר זײן דאס ביסל 'חיסרון' במציאותו. װײל בלי חיסרון, איז א 'גבול' מוכרח און גרײכבאר.

נעם פאָר עקזעמפל די יוניװערס: אױב לאזטו זיך ארױס אויף א נסיעה צו דערגרײכן די בארדערס פון די יוניװערס, און אױב זאג איך דיר אז ס'האט נישט קײן חיסרון - דהײנו דו קענסט אנקומען ביז'ן סוף - דאן איז דאך פשט אז ס'איז דא א גבול. אבער װען איך זאג דיר אז ס'איז אינפינעט, זאג איך דיר אינאײנװעגס אױך אז ס'איז דא א חיסרון, ס'איז דא א שטיקל װעג, װאס דו קענסט קײנמאל נישט דורכמאכן (אדער 'פארשטײן' אין אונזער נמשל) און װי װײט דו װעסט נאר פארן װעט דיר אלעמאל אויסזעהן װי עפעס פעהלט נאך פון די מעפ פון די יוניװערס, דהײנו דער גבול איז נישט ריטשעבּל, נישט דעפײנעבּל; ס'האט נישט קײן פּרעצעדענט און דאס זעלבסט װעט אויך קײנמאל נישט קענען גענוצט װערן פאר א פרעצעדענט פאר אנדערע ענליכע מציאותער. און אין דער נמשל: גאט'ס אײגענע עקסטענט אדער גבול פון השלמה װעסטו אויך קײנמאל נישט ריטשן\פארשטײן װײל דו קענסט דאס נישט נוצן אלס פרעצעדענט (אין שתי רשויות) אויכעט נישט.

אנטשולדיגט פאר די אריכות הדברים.
 
לעצט רעדאגירט:
איך האב פאר די ערשטע מאל אריינגעבאמפט אין די שנירל יעצט, וועל איך יעצט מגיב זיין.

דאס איז ספר פון ר׳ קארל יונג זצ"ל תשובה לאיוב, וואו ער רעדט ארום אט די נושא

View: https://youtu.be/1PX8XLrQyP0?feature=shared
 
Sorry for my ignorance
פארוואס קען נישט זיין אז גאט איז נישט מושלם
אפשר האט ער יא חסרונות
דעמאלטס וואס מאכט עם פאר א גאט? פארוואס איז ער מער גאט ווי מיר און דיר?
לויט מיין קורצע פארשטאנד, כדי צי ווערן א גאט מוז מען זיין א כל יכול און מען מוז זיין א מושלם, ווייל טאמער פעלט פון איינער פון די תנאים איז ער נישט מער ווי א מאטשאו-מענטש, יא ער איז גאר טאלאנטפול און קליג אבער א גאט איז נישט א מענטש וואס איז גראדע די קליגסטע, שענסטע און האט די מערסטע טשערילייטס. א גאט איז א אנדערע מינע בריאה וואס א בריאה וואס איז העכער א מענטש מוז זיין א כל יכול און א מושלם, וואס דאס איז די צוויי פלעצער וואס א מענטש קען נישט נאכקומען, מילא אז איינער קומט עס נאך ווייזט עס/במציאות אז יענער איז א גאט.

און פאר די סיבה קען אין מיינע אויגן נישט זיין צוויי געטער, וויבאלד עס קען נישט זיין צוויי כל יכול׳ס, טאמער קען איין גאט הרגנן די צווייטע גאט איז די צווייטער גאט נישט קיין כל יכול, און טאמער קען ער נישט הרגנן די צווייטע גאט, דעמאלטס איז דער ערשטער גאט נישט קיין כל יכול.
 
לעצט רעדאגירט:
פארוואס דארף דאס זיין די definition פון א גאט
אפשר איז גאט עפעס א גשמי מיט אויסערגעוונליכע super power

איך בין באמת אן עם הארץ מסתם האט פיליזאפיע א פשוטע תירוץ
 
פארוואס דארף דאס זיין די definition פון א גאט
אפשר איז גאט עפעס א גשמי מיט אויסערגעוונליכע super power

איך בין באמת אן עם הארץ מסתם האט פיליזאפיע א פשוטע תירוץ
די סיבה פארוואס ער קען נישט זיין גשמי איז מכח אחדותו און יעדע גשמי איז עפעס וואס האט א ריבוי דהיינו א רעכטע זייט און לינקע זייט.

אלע חסרונות וואס מיר קענען קומען פון די פיזיקס פון אונזער וועלט, אבער עפעס וואס איז נישט פיזיש וואספארא חסרון איז שייך צו זאגן?

(איך זאג בערך וואס די רמב"ם זאגט, איך בין אבער נישט אינגאנצן אויסגעקאכט דערין)
 
לעצט רעדאגירט:
@ככלי מלא בושה זייער גוט געפרעגט. ס'איז גארנישט אזוי פשוט. דאס אז גאט דארף זיין א כל יכול און א כל טוב איז צו פארדאנקען רמבם און נאך, וואס האבן אריינגעברענגט די גריכישע מהות פון גאט אלס א פערפעקט unmoved mover.

יהדות איסלאם און קריסטנטום זענען שטארק באאיינפלוסט פון גריכישע פילאסאפיע. דערפאר איז עס ביי אונז א פשטות אזוי.

אין הינדואיזם למשל איז דא אפאר כוחות וואס יעדע איינע איז טאקע נישט קיין כל יכול.

קבלה האט געמאכט צמצומים און אנדערע וועגן צו לאזן פלאץ פאר רע צו זיין אויף די וועלט.

די גאנצע איידיע פון די שטן, די דעוויל, מלאך המות, איז צו דיעלן מיט די פראבלעם פון רע אין א גריכישע גאט וואס איז כולו טוב.

עניוועי איך בין אויך נישט זייער בקי, אבער דאס איז אויבערפלעכליך וואס ליגט מיר אויפן קאפ יעצט.

אגב, שלום עליכם און ש'כח פארן אריינקומען מיט א פרישקייט.
 
Back
Top