פרויען אויף קרעמל

שעפטאל

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 10, 2024
מעסעדזשעס
1,004
רעאקציע ראטע
8,756
פונקטן
943
סתם א מחשבהלע אין א לאנגווייליגער זונטאג נאכמיטאג. געבויעט אויף אביסל שמוסעריי דעם שבת נאכמיטאג.

ווי נענטער מיר קומען אהן צום גאולה ווערט די וועלט מער באלאנסירט.
אמאל האט מעסקולינעטי געווען דער איינציגסטער וואס איז געהערט געווארן און פעמענין ענערגיע איז געווען פארשטילט.

היינט וועט דער דאקטער (אפי' די מאן דאקטער) ניצן ביידע ענערגיעס. נאכן דייגנאזירן וועט ער מודיע זיין די 'אפציעס' כדי דער פאציענט זאל קענען אויסוועהלן. ער וועט פרעגן אויב מ'וויל רעדן מיט א פסיכולאג צו דיעלן מיט די פעין.

די פאוינט איז נישט אז ס'זאל דוקא זיין פרויען, אדער אז זיי זאלן פירן, נאר די פלאץ פאר ביידע ענערגיעס אין הארמאניע וואס איז א שלימות פון ביידע פערספעקטיווס צוזאמען.

ציווישען אונז ברודערס איז באמת דא מער פלאץ פאר פעמענין ענערגיע, געפיהליש ווי @שעפטאל @איש מבקש @אנטוישטער יונגערמאן און נאך. פונעף יאר צוריק וואלט קיין שעפטאל לכאו' נישט סורווייווד אויף קאווע שטיבל פאר א וואך, אבער די וועלט טוישט זיך.

עזרת נשים
עס דרייען זיך טאקע ציווישען אונז אפאר אידענעס. אבער די מעסקולינעטי איז אמאל אסאך שטערקער און ס'פארטרייבט פרויען. (נישט קיין טענות. פלעין פאקטן ביודעי ומכירי פון אפאר פרויען וואס האבן זיך נישט געפונען דאס פלאץ.)
ווייל ווי נישט ווי, אונז האלטן אינמיטן איוואלווען און אסאך פון אונז ווייסן נאכנישט ווי אזוי מ'רעדט מיט א פרוי און ווילן זיך בעסער אויסלערנען. (זיך דרייען אין חב״ד הייזער קען אויסלערנען אסאך)

שטעל זיך פאר צוואנציג פרויען שרייבן זיך איין אין קרעמל נעמען זיך שרייבן געהעריג, ווי סאך קאפוויי אונז גייען האבן. ספעם אישי'ס פון האורני בחורים 'שיק מיר א בילד'. מענטשן וועלן רעפלייען אויפן סייט מיט א שמיציגע דשאוק צו א פרוי מיינענדיג אז ס'איז ציהנד, בשעת וואס אין ווארהייט פארטרייבן זיי איר פון דא. מענטשן וועלן זיי ענטפערן אגרעסיוו לויט די עזרת נשים'ס הבנה און געפיהל.

איך טראכט נישט אז מ'דארף עפעס טוישן אויף קרעמל בכלל. די וועלט טוישט זיך אליין מיט די צייט און אין צוואנציג יאר פון היינט גייען פרויען און מענער קענען פארברענגן רעספעקטפולי אויפן סייט (האפנעטליך אונזער קרעמל)

אבער כ'ווינדער זיך וואס אונז קענען טון פאר די אידיש רעדנדע פרויען. היינט.

עפענען א באזונדערע אפטיילונג (אדער באזונדערע סייט) פאר פרויען?
מענער קענען ליינן און לייקן אבער נאר פרויען קענען שרייבן?
האט איינער אן איידיע?
 
הלואי! ס'וועט זיכער זיין א געוואלדיגע דעגרייכונג און דורכברוך אינעם היימישן וועלט, אבער אזוי ווי אויסגעשמועסט קומט עס מיט כמה אישו'ס.

על כן לכאורה דארף עס זיין:

א באזונדערע אפטיילונג, וואס נאר פרויען* און וועטעראנען (סאמטינג לייק דעט, אדער נאך אפאר הונדערט מעסעדזשעס וכדו') קענען שרייבן.

מיט גאר שטרענגע תקנות, וואס פאר יעדע מינדערסטע פארלעצונג, פליט מען ארויס פון דעם אפטיילונג (ענליך צו אייוועלט'ס אפטיילונג איבער נייעס).

און ס'זאל זיין מומלץ פאר די פרויען צו פארשפארן זייער אישי קעסטל, און/אדער עפענען נאר פאר געוויסע וואס זיי טרויען שוין.

_________
*די שאלה וועט איייביג זיין, וויאזוי מ'פארזיכערט דאס. און ס'וועט זיין שווערער ווי אימאטער וואס גייט דורך חבר'טעס, ווייל דא איז עס נאכמער איינגעשטעלט.
 
סתם א מחשבהלע אין א לאנגווייליגער זונטאג נאכמיטאג. געבויעט אויף אביסל שמוסעריי דעם שבת נאכמיטאג.

ווי נענטער מיר קומען אהן צום גאולה ווערט די וועלט מער באלאנסירט.
אמאל האט מעסקולינעטי געווען דער איינציגסטער וואס געהערט געווארן און פעמענין ענערגיע איז געווען פארשטילט.

היינט וועט דער דאקטער (אפי' די מאן דאקטער) ניצן ביידע ענערגיעס. נאכן דייגנאזירן וועט ער מודיע זיין די 'אפציעס' כדי דער פאציענט זאל קענען אויסוועהלן. ער וועט פרעגן אויב מ'וויל רעדן מיט א פסיכולאג צו דיעלן מיט די פעין.

די פאוינט איז נישט אז ס'זאל דוקא זיין פרויען, אדער אז זיי זאלן פירן, נאר די פלאץ פאר ביידע ענערגיעס אין הארמאניע וואס איז א שלימות פון ביידע פערספעקטיווס צוזאמען.

ציווישען אונז ברודערס איז באמת דא מער פלאץ פאר פעמענין ענערגיע, געפיהליש ווי @שעפטאל @איש מבקש @אנטוישטער יונגערמאן און נאך. פונעף יאר צוריק וואלט קיין שעפטאל לכאו' נישט סורווייווד אויף קאווע שטיבל פאר א וואך, אבער די וועלט טוישט זיך.

עזרת נשים
עס דרייען זיך טאקע ציווישען אונז אפאר אידענעס. אבער די מעסקולינעטי איז אמאל אסאך שטערקער און ס'פארטרייבט פרויען. (נישט קיין טענות. פלעין פאקטן ביודעי ומכירי פון אפאר פרויען וואס האבן זיך נישט געפונען דאס פלאץ.)
ווייל ווי נישט ווי, אונז האלטן אינמיטן איוואלווען און אסאך פון אונז ווייסן נאכנישט ווי אזוי מ'רעדט מיט א פרוי און ווילן זיך בעסער אויסלערנען. (זיך דרייען אין חב״ד הייזער קען אויסלערנען אסאך)

שטעל זיך פאר צוואנציג פרויען שרייבן זיך איין אין קרעמל נעמען זיך שרייבן געהעריג, ווי סאך קאפוויי אונז גייען האבן. ספעם אישי'ס פון האורני בחורים 'שיק מיר א בילד'. מענטשן וועלן רעפלייען אויפן סייט מיט א שמיציגע דשאוק צו א פרוי מיינענדיג אז ס'איז ציהנד, בשעת וואס אין ווארהייט פארטרייבן זיי איר פון דא. מענטשן וועלן זיי ענטפערן אגרעסיוו לויט די עזרת נשים'ס הבנה און געפיהל.

איך טראכט נישט אז מ'דארף עפעס טוישן אויף קרעמל בכלל. די וועלט טוישט זיך אליין מיט די צייט און אין צוואנציג יאר פון היינט גייען פרויען און מענער קענען פארברענגן רעספעקטפולי אויפן סייט (האפנעטליך אונזער קרעמל)

אבער כ'ווינדער זיך וואס אונז קענען טון פאר די אידיש רעדנדיגע פרויען. היינט.

עפענען א באזונדערע אפטיילונג (אדער באזונדערע סייט) פאר פרויען?
מענער קענען ליינן און לייקן אבער נאר פרויען קענען שרייבן?
האט איינער אן איידיע?
עפן זיי עפעס אזויווי I am a mother קרעמל עדישאן...
 
איך האלט מען דארף עס מער לאזן װאקסן נאטורליך. אױב ס'איז נאכנישט געשעהן איז א סימן אונזער סאסײעטי איז נאך נישט רײף פארדעם. ארטיפישעלי בױען א בּאָבּל פאר זײ קוקט מיר נישט אױס א װירקזאמע מעטאד. קײנער זאל זיך נישט גײן בעטן בײ א פרױ זיך אײנצושרײבן דא נאר װײל זײ זענען נאכנישט דא דא. איך געדענק אױף הײדפארק אין די חרידישע אבער עיבריתישע פארומען זענען אױך נישט געװען אסאך.

אז מען לאזט קודם ארײן פרױען װי געהעריג, מען טריעט זײ נישט דיפערענט פון מענער, און אײנע רעדט זיך אפ אז מען העררעסד איר אין פרײװעט, אדער אז ס'איז ניכר אז עמיצער פארלײגט זיך אױף זי אין פובליק, דעמאלס עקט מען, מען װארנט צו מען שפארט אױס למען ישמעו, און מען עדװײזט איר װיאזױ בעסער צו דיעלן מיט דעם. װי אײנער האט געזאגט למשל אפשליסן די עיבילעטי איר צו מעסעדזשן אװאו זי קען אױפעפענען פאר װעמען זי װיל וכהנה וכהנה.

אבער װען די צײט װעט קומען פארדעם װעלן די מנהלים שױן װיסן. זײ װעלן קריגן ריקװעסטס פון פרױען צו דזשױנען און די קאמפלעינטס װעלן נאכאפאלגן.
 
מאכן עקסטערע אפטיילונגען (און די זעלבע וואס איימעמאָדער טוט מיטן מאכן אן עקסטערע וועבסייט פאר פרויען) שפילט אריין אין די קולטורעלע נארמס. און לדעתי שטימט נישט מיט קרעמל'ס ציל צו מאכן א פלאץ פאר פרייע עקספרעשן פאר יעדעם.
פרויען זענען געהעריג ערווארטעט צו לאזן הערן זייער מיינונג אויף סיי וועלכע אישו... @שפרה לאווען יוכיח.

דאס אז ס'איז דא ווייניג איז פאר צוויי שטארקע סיבות.

1. די וואס האבן אפענע עקסעס זענען געווענליך נישט אזוי פליסיג אין אידיש, און די וואס זענען מער פליסיג אין אידיש, האבן געווענליך נישט קיין עקסעס. (יא, ס'איז א פאקט. אסאך מער מענער האבן אפענע אינטערנעט ביים היימישן עולם "לצורך פרנסה".)

2. א תוצאה פון אונזער צוטיילטע חינוך איז, אז פרויען און מענער זענען בכלל נישט אינטערעסירט אין די זעלבע זאכן. רוב שנירלעך אויף דעם סייט אינטערעסירט נישט פאר אן עוורעדזש היימישע פרוי.

שפרה לאווען איז באמת די exception. זי איז אינדרויסן פון די סיסטעם במילא אינטערעסירט איר מער ענליכע נושאים. אבער וויבאלד זי איז געווען א שרייבער פילט זי באקוועם צו שרייבען אויף אידיש...
ס'איז דא זייער ווייניג אזעלכע.

איך האב שוין באמת אסאך געטראכט דערוועגן... לדעתי דארף עס זיין א נאטורליכע עוואלוציע ווי צוביסלעך איז דא מער און מער פרויען....

די עיקר וואס מ'קען טוהן, מיין איך, איז עצה'ן יונגע פרויען וואס האבן מורא פון טראולס/בחורים צו פארמאכן זייער פריוואטע מעסעדש אפציע. ווי אויך מאכן אזא פארלעצונג פון די הארבסטע זאכן אויף קרעמל.
 
לעצט רעדאגירט:
א יסודות'דיגע אשכול אין קאווע שטיבל.
פארוואס איך טרעף זיך היינט ווייניגער אויף קאווע שטיבל - קאווע שטיבל

פאר איינער וואס איז אינטערסירט צו פארשן די עוואלוציע אין די מהלך המחשבה 'ביי די אויפגעקלערטע' אין קאווע שטיבל, לגבי די ענין, זאל קוקן די טויש יעדע פיר יאר בערך.

1. 2012 ביים עפענען.
2. 2016 די ערשטע האלב פון יענע אשכול
3. 2020 ווען @מנטוסורי ברענגט עס אויף פון פריש
4. 2024 'קרעמל'
 
1. די וואס האבן אפענע עקסעס זענען געווענליך נישט אזוי פליסיג אין אידיש, און די וואס זענען מער פליסיג אין אידיש, האבן געווענליך נישט קיין עקסעס.
זייער ריכטיגע נקודה.
כ'וועל צולייגן אז כ'האב אמאל געהערט פון זייער א געלערנטע חסידישע פרוי, וואס פארשטייט אַ פליסיגע אידיש, עברית און לשון הקודש. זי קען אפילו לערנען אַ שטיקל גמרא אליינס. אבער עס איז איר נאך אלס נישט גרינג געווען צו נאכפאלגן די "מענערישע" שפראך אין קאווע שטיבל.

עס איז נישט נאר די אידיש, עס איז פולע אויסדרוקן און פארשידענע עקספרעשנס וואס איז נישט באקאנט אין ווייבער שול אדער אין די אלגעמיינע סייבער ספעיס.

דאס איז אַ תעודת עניות פארן חרדישן געזעלשאפט, ווי ווייט פרויען זענען אפגעזונדערט פון מענערישע ספעיסעס.

כדי דאס צו טוישן, פאדערט זיך אסאך ארבעט. ויש להאריך בזה הרבה.
 
ציווישען אונז ברודערס איז באמת דא מער פלאץ פאר פעמענין ענערגיע, געפיהליש ווי @שעפטאל @איש מבקש @אנטוישטער יונגערמאן און נאך.
אקעי.. איך דארף עמערדזשענסי נאך א ניק..
 
מאכן עקסטערע אפטיילונגען (און די זעלבע וואס איימעמאָדער טוט מיטן מאכן אן עקסטערע וועבסייט פאר פרויען) שפילט אריין אין די קולטורעלע נארמס. און לדעתי שטימט נישט מיט קרעמל'ס ציל צו מאכן א פלאץ פאר פרייע עקספרעשן פאר יעדעם.
זייער גוט געזאגט! 🙏
און ייש"כ פאר די קאווע שטיבל לינק.

די שאלה איז אבער, מ'זעהט סיי דארט אין ק"ש, און סיי דא יעדע מאל מ'רעדט וועגן די ענין, אז מ'האט מורא אז מאנכע וועלן אישי'ן די פרויען אימפראפיעט.
די מציאות איז אבער, אז אכשר דרא, און דא ביי אונז אין קרעמל, איז דא אפאר נשים צדקניות מיט זייער פולע נאמען ווי פרידא (וויזל), שפרה לאווען, און ריקי רויז.
איך בין נייגעריג צו זיי האבן אפי' איינמאל באקומען א נארישע אישי. כאטשיג ס'פעלט נישט ביי אונז אנגעהיצטע מעילס, ווי אלע שנירלעך אין מאחורי (און נישט נאר...) יוכיחו.

נאכמער, אין ק"ש איז מען חושש אז אין די אשכולות גופא וועט זיך טוען נארישע סטעיטמענט'ס און קאמענטס צו די פרויען, דאס איז דאך א זאך וואס איז גלוי לכל, און - דאכט זיך - אז ס'האט נישט פאסירט דא אין קרעמל (אויסער אויב מ'האט געמעקט).

מ'קען ווען אסיומען, אז די עוואלוציע פונעם היימישן עולם, וואס האט זיך אנגעהויבן אין קאווע שטיבל (עכ"פ אויף א שטארקע געזונטע אופן), האט צוגעברענגט אז די היימישע עולם זאל ווערן אביסל געזונטער, און נישט אזוי שטארק אנקוקן א פרוי-פערזאן אלס א ס'ס אביעקט.
 
סתם א מחשבהלע אין א לאנגווייליגער זונטאג נאכמיטאג. געבויעט אויף אביסל שמוסעריי דעם שבת נאכמיטאג.

ווי נענטער מיר קומען אהן צום גאולה ווערט די וועלט מער באלאנסירט.
אמאל האט מעסקולינעטי געווען דער איינציגסטער וואס איז געהערט געווארן און פעמענין ענערגיע איז געווען פארשטילט.

היינט וועט דער דאקטער (אפי' די מאן דאקטער) ניצן ביידע ענערגיעס. נאכן דייגנאזירן וועט ער מודיע זיין די 'אפציעס' כדי דער פאציענט זאל קענען אויסוועהלן. ער וועט פרעגן אויב מ'וויל רעדן מיט א פסיכולאג צו דיעלן מיט די פעין.

די פאוינט איז נישט אז ס'זאל דוקא זיין פרויען, אדער אז זיי זאלן פירן, נאר די פלאץ פאר ביידע ענערגיעס אין הארמאניע וואס איז א שלימות פון ביידע פערספעקטיווס צוזאמען.

ציווישען אונז ברודערס איז באמת דא מער פלאץ פאר פעמענין ענערגיע, געפיהליש ווי @שעפטאל @איש מבקש @אנטוישטער יונגערמאן און נאך. פונעף יאר צוריק וואלט קיין שעפטאל לכאו' נישט סורווייווד אויף קאווע שטיבל פאר א וואך, אבער די וועלט טוישט זיך.

עזרת נשים
עס דרייען זיך טאקע ציווישען אונז אפאר אידענעס. אבער די מעסקולינעטי איז אמאל אסאך שטערקער און ס'פארטרייבט פרויען. (נישט קיין טענות. פלעין פאקטן ביודעי ומכירי פון אפאר פרויען וואס האבן זיך נישט געפונען דאס פלאץ.)
ווייל ווי נישט ווי, אונז האלטן אינמיטן איוואלווען און אסאך פון אונז ווייסן נאכנישט ווי אזוי מ'רעדט מיט א פרוי און ווילן זיך בעסער אויסלערנען. (זיך דרייען אין חב״ד הייזער קען אויסלערנען אסאך)

שטעל זיך פאר צוואנציג פרויען שרייבן זיך איין אין קרעמל נעמען זיך שרייבן געהעריג, ווי סאך קאפוויי אונז גייען האבן. ספעם אישי'ס פון האורני בחורים 'שיק מיר א בילד'. מענטשן וועלן רעפלייען אויפן סייט מיט א שמיציגע דשאוק צו א פרוי מיינענדיג אז ס'איז ציהנד, בשעת וואס אין ווארהייט פארטרייבן זיי איר פון דא. מענטשן וועלן זיי ענטפערן אגרעסיוו לויט די עזרת נשים'ס הבנה און געפיהל.

איך טראכט נישט אז מ'דארף עפעס טוישן אויף קרעמל בכלל. די וועלט טוישט זיך אליין מיט די צייט און אין צוואנציג יאר פון היינט גייען פרויען און מענער קענען פארברענגן רעספעקטפולי אויפן סייט (האפנעטליך אונזער קרעמל)

אבער כ'ווינדער זיך וואס אונז קענען טון פאר די אידיש רעדנדע פרויען. היינט.

עפענען א באזונדערע אפטיילונג (אדער באזונדערע סייט) פאר פרויען?
מענער קענען ליינן און לייקן אבער נאר פרויען קענען שרייבן?
האט איינער אן איידיע?
אפי' איך האב אויבן געשריבן אז ס'איז נישט גוט צו אפיציעל מאכן אן עקסטערע פארום פאר פרויען איז נאכאלץ א מעגליכקייט פאר פרויען צו עפענען אן אייגענע שנירל איבער א געוויסע טעמע און בעטן שיין ביים אנהויב אז מענער זאלן דאס נישט 'פארמענערישן'.

די אדמיניסטראציע דארף נישט זיין קיין אחראי פאר דעם, אבער וואס איז דער פראבלעםאז פרויען ניקים אליין זאלן אליין קעיר נעמען און האלטן די שמועס אין א ספעציפישע שנירל וויאזוי סשמעקט זיי?

@שעפטאל איך וואלט אפי' געזאגט אז א שנירל/טאפיק וואס א פרוי עפנט זאל זיין מער עקסעפטעד צו שרייבן ענגליש... אז נישט וועט מען דאס קיינמאל נישט עכט דורכברעכן. אזוי מיין איך...

#סתם זיך דערמאנט אין די שנירל...
 
אפי' איך האב אויבן געשריבן אז ס'איז נישט גוט צו אפיציעל מאכן אן עקסטערע פארום פאר פרויען איז נאכאלץ א מעגליכקייט פאר פרויען צו עפענען אן אייגענע שנירל איבער א געוויסע טעמע און בעטן שיין ביים אנהויב אז מענער זאלן דאס נישט 'פארמענערישן'.
איך האלט אז דו האסט בשעתו נישט פארשטאנען די געדאנק, די געדאנק איז נישט געווען צו מאכן אן עקסטערן פארום פאר פרויען, חס מלהזכיר, אדרבה מאכן א פארום פאר מענער און פרויען, אבער נאר געטרויבארע מענער (ווי וועטעראנען, אדער א העכערע עטשיוומענט - אפאר הונדערט מודעות וכדו') וואס זאלן נישט סעקירן די פרויען, און די שמועסן זאלן קענען ווערן געפירט אויף א נארמאלן אופן.
 
און ווי סאך מודעות דארפן די פרויען האבן?
 
איך האב אביסל זיך פארליינט אין דעם ק"ש אשכול.

כי הומה לבי אל דודיך! עס כאפט מיר אן א טיפע בענקשאפט, א קראש! וואס איך קען נישט באשרייבן... ❤️❤️💚💙🧡

איי די זיסע ניקס, נאר אין דעם אשכול אליינס... געפילטע פיש, קאווע טרינקער, אפטעמיסט, שמעון וואלף, שטילע יונגערמאן, הוגה, טאמבל סאס, ונבנתה העיר, יאיר, בענדזשאמין פרענקלין... דאס ברענגט ארויף טיפע געפילן פון אלטע זיסע נאסטאלגישע צייטן, ווען מיר האבן געשלינגען מיט דארשט זייערע דברי חכמה והומאר.

נישט אז היינט איז נישט גוט... אבער דאך... :cry:😌💔

וואס גענוי פרעגט ער?

שוין, א דאנק פאר'ן אויסהערן.
 
Back
Top