ציוני VS סאטמארער
פריידא האט אפגעהאלט א אינטערוויאו מיט א עלטערע סאטמארע פרוי, די אינטערוויא איז ארויס אין די זעלבע צייט ווי די שפאקטיווער, אין ס'האט כמעט אזויפיל וויאוס.
פערל שיינט צו זיין א פרוי וואס קען אסאך היסטאריע, אין זי האט נישט קיין פראבלעם צו זיצן אויפן האט טשעיר, אנדערש ווי רוב עלטערע סאטמארע אידן, וואס די רגע דו פרעגסט זיי עפעס וואס קען שמעקן פון ציונות, געבן זיי דיר אין בעסטן פאל א פסק "וויפיל ראיות אסורות האסטו דיך שוין אנגעזען אז דו פרעגסט אזאנס?"
איינע פון די זאכן וואס מ'טענה'ט זיך דארט, זייער ריספעקטפול, פערל זאגט אז ביי אידן, יעדע זאך געשעט איז פאר א ריזען, ומפני חטאינו וכו'..., די האליקאוסט איז געשען ווייל רוב אידן פאר די מלחמה זענען געווען איסלאמירט, די רייז אין אנטיסעמיטיזם היינטיגע טעג קומט פון די מלחמה אין א"י, (וואס אגב איז אינטערעסאנט וואס פערל זאגט וז"ל "ווי אזוי קען זיין אונז לעבן אכציג יאר אין אמעריקע רואיגערהייט, און פונקט יעצט איז דא אזא אויפשטייג? סאו ס'מוז זיין וועגן די מלחמה"... איך וויל איר פרעגן, סאו ביז די מלחמה יעצט, איז די באשעפער יא געווען צופרידן?)
פריידא טענה'ט אז ס'ארבעט נישט אזוי, די וועלט איז מער קאמפליקעיטעד ווי דעם, מ'קען נישט קלעימען אז מ'ווייסט יעדע זאך אין די וועלט פארוואס ס'געשעט, זי פארשטייט אבער אז ס'איז א חלק פון אונזער איינגעגעסענע פעיט צו געבן פאר יעדע פאסירונג א ריזען, פאר איר טריגערט דעי שפראך, זאגט זי, ווייל זי האט עפעס מיטגעמאכט ביי איר ערשטע קינד, אין אירע חבר'טעס האבן געמורמעלט, אה ווייל זי איז געווען יענע חברה'מאן אין סקול...
איך ווייס נישט וואס צו האלטן, פון איין זייט פערל האט א רואיג לעבן, די וועלט שטימט, אלעס האט א סיבה, פריידא האט א לעבן פון צומישעניש, די וועלט איז נישט סטאביל, גארנישט מאכט נישט קיין סענס.
פון די אנדערע זייט אז מ'איז עוסק אין טרעפן א ריזען פאר יעדע זאך וואס געשעט, ווארפט מען אביסל זאמד אין די אויגן..
אנשטאט מאכן זיכער אז ביי א גרויסע פארזאמלונג איז דא א געהעריגע וועג ארויס פאר אלע מענטשן ס'זאל זיך נישט איבערשפילן אסון מירון, זאגט מען מ'זאל נישט האבן קיין יומען העיר אין די שייטלעך...
לאמיר הערן וואס די חכמי הקרעמל זאגן!
בייגעלייגט איז מיין פעיוועריט ליין פון די שמועס.
@פרידא איך טשארדזש נישט פאר דעם