פריידא וויזל

עס איז דא אסאך אינטערעסאנטע פערספעקטיווס פין היספעניקס וואס ארבייטן פאר אידן a classic story of NYC melting pot און איך האף אז א בעסערע אפערטוניטי וועט ארויפקומען אין די צוקונפט.
ישר כח!

איך קען מיך פארשטעלן אז שמועסן מיט גוי'טעס וואס רוימען/העלפן ביי היימישע מענטשן אינדערהיים קען זיין אויסטערליש אינטערסאנט.
 
קענסט פרובירן אברהם גאלדשטיין
ער האט שוין אלעס פארציילט, יעדע דרשה היינט איז מער ווייניגער די זעלבע מעשיות
ער איז געווען א היספאנישע גוי וואס האט געערבעט פאר אידן.
געארבעט איין גראסערי אין וומסב"ג
 
ציוני VS סאטמארער​

פריידא האט אפגעהאלט א אינטערוויאו מיט א עלטערע סאטמארע פרוי, די אינטערוויא איז ארויס אין די זעלבע צייט ווי די שפאקטיווער, אין ס'האט כמעט אזויפיל וויאוס.

פערל שיינט צו זיין א פרוי וואס קען אסאך היסטאריע, אין זי האט נישט קיין פראבלעם צו זיצן אויפן האט טשעיר, אנדערש ווי רוב עלטערע סאטמארע אידן, וואס די רגע דו פרעגסט זיי עפעס וואס קען שמעקן פון ציונות, געבן זיי דיר אין בעסטן פאל א פסק "וויפיל ראיות אסורות האסטו דיך שוין אנגעזען אז דו פרעגסט אזאנס?"

איינע פון די זאכן וואס מ'טענה'ט זיך דארט, זייער ריספעקטפול, פערל זאגט אז ביי אידן, יעדע זאך געשעט איז פאר א ריזען, ומפני חטאינו וכו'..., די האליקאוסט איז געשען ווייל רוב אידן פאר די מלחמה זענען געווען איסלאמירט, די רייז אין אנטיסעמיטיזם היינטיגע טעג קומט פון די מלחמה אין א"י, (וואס אגב איז אינטערעסאנט וואס פערל זאגט וז"ל "ווי אזוי קען זיין אונז לעבן אכציג יאר אין אמעריקע רואיגערהייט, און פונקט יעצט איז דא אזא אויפשטייג? סאו ס'מוז זיין וועגן די מלחמה"... איך וויל איר פרעגן, סאו ביז די מלחמה יעצט, איז די באשעפער יא געווען צופרידן?)

פריידא טענה'ט אז ס'ארבעט נישט אזוי, די וועלט איז מער קאמפליקעיטעד ווי דעם, מ'קען נישט קלעימען אז מ'ווייסט יעדע זאך אין די וועלט פארוואס ס'געשעט, זי פארשטייט אבער אז ס'איז א חלק פון אונזער איינגעגעסענע פעיט צו געבן פאר יעדע פאסירונג א ריזען, פאר איר טריגערט דעי שפראך, זאגט זי, ווייל זי האט עפעס מיטגעמאכט ביי איר ערשטע קינד, אין אירע חבר'טעס האבן געמורמעלט, אה ווייל זי איז געווען יענע חברה'מאן אין סקול...

איך ווייס נישט וואס צו האלטן, פון איין זייט פערל האט א רואיג לעבן, די וועלט שטימט, אלעס האט א סיבה, פריידא האט א לעבן פון צומישעניש, די וועלט איז נישט סטאביל, גארנישט מאכט נישט קיין סענס.

פון די אנדערע זייט אז מ'איז עוסק אין טרעפן א ריזען פאר יעדע זאך וואס געשעט, ווארפט מען אביסל זאמד אין די אויגן..
אנשטאט מאכן זיכער אז ביי א גרויסע פארזאמלונג איז דא א געהעריגע וועג ארויס פאר אלע מענטשן ס'זאל זיך נישט איבערשפילן אסון מירון, זאגט מען מ'זאל נישט האבן קיין יומען העיר אין די שייטלעך...

לאמיר הערן וואס די חכמי הקרעמל זאגן!

בייגעלייגט איז מיין פעיוועריט ליין פון די שמועס.

@פרידא איך טשארדזש נישט פאר דעם
 
איך ווייס נישט וואס צו האלטן, פון איין זייט פערל האט א רואיג לעבן, די וועלט שטימט, אלעס האט א סיבה, פריידא האט א לעבן פון צומישעניש, די וועלט איז נישט סטאביל, גארנישט מאכט נישט קיין סענס.

לאמיר הערן וואס די חכמי הקרעמל זאגן!
איך בין נישט פון די חכמי, אבער כ'בין כמעט זיכער אז איינער גייט דיר ענטפערן אויף די ציטירטע אז "איגנארענס איז בליס", און "יוסיף דעת יוסיף מכאוב", וכו' וכו'
 
פריידא, איין זאך איז מיר אביסל annoying, קען זיין ווייל איך בין חסידיש LOL.....
פרֵיידא וִויזל אין ענגליש זאגט מען "פרידע ווייזעל"? פארוואס פארדרייען דעם חיריק מיט'ן צירי?
 
פריידא, איין זאך איז מיר אביסל annoying, קען זיין ווייל איך בין חסידיש LOL.....
פרֵיידא וִויזל אין ענגליש זאגט מען "פרידע ווייזעל"? פארוואס פארדרייען דעם חיריק מיט'ן צירי?
פאר די זעלבע סיבה אינז גיימער א ווייסע העמד פון בראכסאני און א הויזן פון די גלאובער משפחה, די טבע איז אז א מענטש וויל אריינפיטן אין זיין קאמיוניטי, פאר דעם טוה מיר זיך אן אונזער וועג, און זי ריפט זיך אויף די וועג מען איז זיך נוהג אין די אלגעמיינע גאס.
 
אהא.
גראדע גיי איך נישט קיין ווייסע העמד פון בראכסאני, אבער איי געט די פוינט (כאטש איך וואונדער זיך, כאילו דער גוי קעהרט ווי אזוי מען פראנאונסט איר נאמען, אבער וואטעווער...)
 
פריידא, איין זאך איז מיר אביסל annoying, קען זיין ווייל איך בין חסידיש LOL.....
פרֵיידא וִויזל אין ענגליש זאגט מען "פרידע ווייזעל"? פארוואס פארדרייען דעם חיריק מיט'ן צירי?
טאקע א גוטע קשיא.

ס'איז מיר אייביג שווער געווען פארוואס דער באקאנטע שרייבער אלי וויזל ווערט גערופן איִלֵי ווייֵזעל (Elie Weisel).

מעגליך די תירוץ איז פשוט. קיינער וויל נישט ווערן גערופן א weisel (אין ענגליש, א אומפארטרויבארע מענטש וואס דרייט זיך ארויס פון פאראנטווארטליכקייט).
 
זי איז גאנץ וואויל...
אבער צוויי זאכן האב איך אנגעמערקט
1. אלע אירע שמועסן זענען אויף זום...(מיט א אויסנאם ווען זי וולאגט א טור לייוו.....)
2.אלעס איז אויף ענגליש....
איך האב איר נאכנישט אנגעקומען צו זאגן דאס אבער פאר פעגי האב איך שוין עטליכע מאל געבעטן צו לייגן די פאוסטס אויף אידיש......
(און איך האב איר אנגעטראגן מיין הילף אלס א אידיש שרייבער עדיטער און שריפשטעלער הילף אויב עס פעלט זיך אויס......)
 
דו מיינסט צו זאגן סובטייטלס אין אידיש?
אדער די שמועס בכלל זאל זיין אין אידיש?
ווייל איך שטעל זיך פאר פרידא וויל אויך דערגרייכן א גרויסע עולם ענגליש רעדנדע (און רוב חסידים וואס קוקן אירע שמועסן פארשטייען מער ווייניגער וואס זי זאגט)
 
Back
Top