פאול איבער זיך מישן פסח

מישסטו זיך אין פסח

  • יא

    Votes: 62 50.4%
  • ניין

    Votes: 61 49.6%

  • Total voters
    123
יעדער יאר קומט ארויס נאך פסח דער נייעס אז דער אייטעם אויפן שעלף איז געווען ריין חמץ און עס איז בטעות אנגעקומען אין דער כשר לפסח סעקשען. איך מיש מיך גראדע אבער דער מענטשן וואס נישט ווערן אפגעהיטן פון אזעלכע מעשות…
ווער קויפט דען נישט שעלוו אייטעמס היינצוטאגס למחצה לשליש או לרביע?
 
און בכלל אין לעבן איז גוט צי גיין א מיטל וועג.
יעדער אין דער וועלט גייט מיט א מיטל וועג, אנגעהויבן ביי לב טהור און געענדיקט ביי די ערב רב(די אריגינעלע), די שאלה איז נאר ווי ער שטעלט די צוויי זייטן
 
יעדער יאר קומט ארויס נאך פסח דער נייעס אז דער אייטעם אויפן שעלף איז געווען ריין חמץ און עס איז בטעות אנגעקומען אין דער כשר לפסח סעקשען. איך מיש מיך גראדע אבער דער מענטשן וואס נישט ווערן אפגעהיטן פון אזעלכע מעשות…
טאר מען זיך נישט מישען א גאנץ יאר צי ווערן באהיטן מיט טריף ר"ל
 
די ארגינעלע חסידים פלעגן זיך נישט מישען א גאנץ יאר, און די מימרא איז געגאנגען אז אפילו די מענטשן וואס מישען זיך נישט א גאנץ יאר, אחרון של פסח האבן זיי זיך יא געמישט.
 
איז דען דא איינער וואס מישט זיך נישט? אפילו די וואס מאכן שוין מאסט מיט שמאלץ, קיינער באקט נישט קיין מצות ביי זיך אינדערהיים. (יא איך ווייס אז דיין פעטערס נעפיו באקט יא מצות אינדערהיים, אבער קיינער אנדערש טוט עס נישט)
במילא די שאלה וואלט געדארפט גיין, מישסטו זיך אביסל אדער מישסטו זיך אסאך?
 
די שאלה איז זייער א שזענעראלער שאלה און מען וואלט געדארפט צולייגן מער אפציעס. עס איז נישט א יא און ניין שאלה.
 
איך גלייך יא אז די אנקעטע איז פשוט. פאר די וואס פרעגן איבער דעם, יא מיינט לכאורה איינער וואס איז בכלל נישט מקפיד אויף זיך נישט מישען-ער עסט עניטינג כשר לפסח אדער וואס האט א P דערויף. ניין מיינט איינער וואס נעמט אן די מנהג און פרובירט זיך נישט צו מישען אויף ווי ווייט מעגליך, כל חד לפום דרגא דילי, עמטליך מישט ער זיך נישט.
 
וואס מיינט זיך מישן?
מצות? וויין? קאווע? עסן ביי את צווייטן? עסן אלעס פון גראסערי?
 
צוויי פון די פסח'דיגע חומרות זענען, 1) איז עסן אין פסח ביי יענעם, 2) עסן מאכלי פראדוצירט אין פעקטאריס.
רוב מענטשן וואס האבן איינע פון די חומרות האבן ביידע, אבער אסאך מענטשן מישן עס אויס.
 
צוויי פון די פסח'דיגע חומרות זענען, 1) איז עסן אין פסח ביי יענעם, 2) עסן מאכלי פראדוצירט אין פעקטאריס.
רוב מענטשן וואס האבן איינע פון די חומרות האבן ביידע, אבער אסאך מענטשן מישן עס אויס.
וואס מיינסטו מיט דעם?
 
Back
Top