קאסא גראנדע סאמעטוכע

ער זאגט הויך און קלאר אין זיין אינטערוויו מיט א בליק אז ער האלט אז ער האט אלע רעכטען צו זיין אין קאנטראל ביז עס איז דא 200 משפחות, ווייך איך האב געבויעט די פלאץ און משקיע געוועהן די געלט, אויב איינער האלט ער קען בעסער קען ער עס טון אויף א צווייטע פלאץ

he lost me then הער אויף צו זיין גערעכט, מ'קומט קיין ערגעץ נישט אהן מיט זיין גערעכט
וועלכע קאנטראל? איין בקשה צו קויפן הייזער נאר דורך די וועד וואס מ'האט אריינגעוועלט.
 
וועלכע קאנטראל? איין בקשה צו קויפן הייזער נאר דורך די וועד וואס מ'האט אריינגעוועלט.
האסט אויסגעהערט די אינטערוויו? ער הערט נישט אויף צו רעדן פון אלעס וואס "ער" האט געטון וואאס דאס גיבט איהם בעלות אויף די פלאץ

חוץ פון די חלק הוועד פרייז קאנטראל וואס אויף דעם גיב איך איהם גערעכט פארשטייט אויב עס ווערט געטון אויף די ריכטיגע וועג, די מטרה איז נישט מקדש קיינע אמצעים
 
וואס אויב דאס אנדערש ווי, למשל, קרית יואל? סאטמאר רב האט דאס אויפגעשטעלט, און ער איז בעה"ב און ער פארלאנגט מען זאל זיך פירן לויט זיינע תקנות?

איך פרעג ווייל איך וויל פארשטיין. יושע רובין האט טאקע אריינגעלייגט ממון ודמים תרתי משמע, ער האט עס מייסד געווען און ממש געמאכט א יש מאין, האט ער נישט קיין רעכט צו זיין בעה"ב?
 
ניין ער האט נישט קיין רעכט.
עס קומט עם א גרויסע יישר כח פאר אינוועסטירן אין די פלאץ, און אפשר אפילו דארף מען עם מאכן יעדע וואך א מי שבירך, אבער ער האט נישט קיין שום רעכטן אדער בעלביתשאפטן אויף די שטאט, אויסער זיין אייגענע שול און מוסדות.
 
וואס אויב דאס אנדערש ווי, למשל, קרית יואל? סאטמאר רב האט דאס אויפגעשטעלט, און ער איז בעה"ב און ער פארלאנגט מען זאל זיך פירן לויט זיינע תקנות?
1. ווער זאגט אז ער "מעג" טאקע צווינגען
2. יש לחלק אז ער האט עס געמאכט פאר זיך און זיינע תלמידים משא"כ דא וויל ער אז "יעדער" זאל קומען
איך פרעג ווייל איך וויל פארשטיין. יושע רובין האט טאקע אריינגעלייגט ממון ודמים תרתי משמע, ער האט עס מייסד געווען און ממש געמאכט א יש מאין, האט ער נישט קיין רעכט צו זיין בעה"ב?
3. השלישית והוא העיקר, ווי שוין ארויסגעברענגט פריער אין די שנירעל, נניח אז ער איז גערעכט איז וועגען דעם וואס? גייסטו בידים אינטערברענגען דיין אייגענע שווערע הארוואניע? מענטשען האבן נישט ליעב צו ווערן קאנטראלעד די וועג וויאזוי ער טוט עס, ס'איז נישט אמת אז די איינציגסטע פראבלעם אזי די וועד הדירות און אפילו ווען יא איז קיינעם נישט קיין טובה צו זיין גערעכט ובפרט פאר די גערעכטער אליין.
ניין ער האט נישט קיין רעכט.
עס קומט עם א גרויסע יישר כח פאר אינוועסטירן אין די פלאץ, און אפשר אפילו דארף מען עם מאכן יעדע וואך א מי שבירך, אבער ער האט נישט קיין שום רעכטן אדער בעלביתשאפטן אויף די שטאט, אויסער זיין אייגענע שול און מוסדות.
איך האב אסאך גstudied נייע שטעטלעך און זייערע שוועריקייטען ביים אנהייב, מיין עיקר עקספערטיעז איז די התחלה פון לינדען ווען עס איז געוועהן נאכנישט וועד, דערנאך א וועד און דערנאך די וועד וואס איז בעסער פון די ערשטע וועד :rolleyes:, אסאך ענדליכקייטן זענען דא צווישען די אנהייב לינדען און קאסא גראנדא, די געפיהל פון א געוויסע משפחה אז "אונז" האבן עס געמאכט ממילא איז יעדער אונז שולדיג מעתה ועד עולם, "אונז" קענען טון וואס מיר ווילען אהן קיינעם באצאלען וכו' וכו', איין חילוק אין קאסא גראנדא האט רובין טאקע אריין געלייגט אסאך אייגענע געלט אבער ס'איז נאכנישט נישט קיין תירוץ און אויך נישט קיין מהלךצו ענג מאכען מענשטען וואס "דו" דארפסט זיי האבן, מיט געלט אליין קען מען גארנישט בויען מען דארפען האבן משפחות און נאך משפחות, עיין ערך קרית זית רענן
 
Back
Top