קאסא גראנדע סאמעטוכע

אינטערעסאנט אז פונקט יעצט פלאקערט אויף צוויי מחלוקת'ן וואס זענען געווען גאנץ איינגעהאלטן
קאסא גראנדע און קערעסטיר
און ביידע האבן א רובין אינוואלווד עס מאכט זייער שווער צו האלטן טרעק מען דארף דא עפעס אויסארבייטן
 
שוין לאנג געוואלט דערגיין וואס דארט גייט פאר. איך ווייס נישט וועגן קערעסטיר, ווילאנג עס גייט שוין אן, אבער קאסא גראנדא ציעט זיך שוין מינימום ארום א יאר צוויי.

איך האב שוין געהערט אויבן-אויף די טענות פון ביידע. יושע רובין ומקורביו טענה'ן אז ער האט געבויט דאס פלאץ פון סקרעטש מיט זיינע צעהן פינגער בדמים תרתי משמע, מיט א וויזיע אהינצושלעפן מענטשן צו וואוינען ביליג, א פלאץ וואו עס געפינען זיך נישט די שקצים וואס טרייבן ארויף די פרייזן פון די הייזער דורך פליפן וכדו'. אבער אזוי ווי עטליכע מייקרי השער האבן זיך יא אנגערוקט, זיי קויפן איין דירות און רענטן עס ארויס פאר וואקאציע ווילאס וכדו', און לכבוד זיי ווערן די פרייזן העכער מיט 50-100 אלפים, מוז מען נעמען שריט, און אסר'ן דריסת הרגל פאר די חברה אין זייער ביהמ"ד, מקוה און גראסערי, און מען האט שוין אפילו איינמאל (אום סאמע תשעה באב) גערופן פאליציי ארויסצוטראגן א גבר אלים וואס האט זיי אנגעפיפן און איז אריינגעקומען דאווענען און זאגן די קינות.

די צד שכנגד טענה'ט אז אמעריקע איז א פרי קאונטרי, און יעדער מעג קויפן און פארקויפן וואס ער וויל, און זאגן אז דער רובין איז סתם א קאנטראל פריעק וואס קיינער קומט זיך נישט אויס מיט אים.

איך ווייס נישט וואס דער אמת איז. איך וואלט נישט געשריבן דערוועגן ווען נישט וואס זיי אליינס שטעלן ארויס די שמוצוועש ברבים. בערגער האט שוין עטליכע מאל באשריבן אין מאמענט וואספארא וואוילע איד יושע רובין איז, כדי להוציא מלבם... יעצט שיקן ביידע צדדים ארום אימעילס איבער די דין תורה'ס וואס גייט פאר רעכטס און לינקס.

אויב האט איינער מער פרטים, ביטע אריינפילן די בלענקס.
 
פארבאטן צו קויפן איז איין זאך, און ארויסשיקן פון א פריוואטע ביהמ"ד איז א צווייטע זאך. די ערשטע קען זיין מ'קען נישט טון אין א פרייע לאנד, אבער אסר'ן צו טרענספעסן אין מקוה/ביהמ"ד ווען ניטאמאל איז עס דיסקרימינאציע (ווייל עס האט א נארמאלע סיבה), וואס איז די ארגומענט אז יענער איז אומבארעכטיגט?

ווי איך פארשטיי איז אבער סתם אזוי דא וועגן פון 'באשיצן' א געגנט פון פליפערס און פון מענטשן וואס מ'וויל נישט, ס'איז א לעגאלע פראצעדור פון פארוואנדלען די געגנט צו א געוויסע סארט ווילעדזש מיט שטייפע רולס.. איך קען מיך נישט אויס, אבער אליעזר קרויס האט דערפון גערעדט אויף קול מבשר לגבי זיין פלארידא וויזיע.
 
כ׳פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר, זי א אן אינגערמאן אין ברוקלין און איז רב אין אריזונה?! ווי אזוי ארבעט דאס?
אקוראט אזוי ווי סאטמארער רבי דער בעל ויואל משה איז געווען נשיא און גאב"ד פון עדה החרדית און געוואוינט אין ניו יארק
 
פון וויפיל מענטשן באשטייט די קהילה אין קאסא גראנדא?

וועלכע חסידות'ן זענען די איינוואוינער?

וועלכע סארט אידן
רעבישע, פרומע, בעל באלטישע, אויפגעקלערטע?
 
1. פון וויפיל מענטשן באשטייט די קהילה אין קאסא גראנדא?

2. וועלכע חסידות'ן זענען די איינוואוינער?

3. וועלכע סארט אידן
רעבישע, פרומע, בעל באלטישע, אויפגעקלערטע?
1. ארום 25 משפחות (יא לאך נישט, יעדע זייט האט קוים איבער מנין...)

2. נישט ספעציפיש, צוזאמגעשטעלט פון עטליכע חסידות, וויזניץ, קאסאן, ירושלימ'ער, וכדו'.

3. מער צו די פרומע זייט אבער אויך אביסל באלעבאטיש. נישט אויפגעקלערט...
 
שוין לאנג געוואלט דערגיין וואס דארט גייט פאר. איך ווייס נישט וועגן קערעסטיר, ווילאנג עס גייט שוין אן, אבער קאסא גראנדא ציעט זיך שוין מינימום ארום א יאר צוויי.

איך האב שוין געהערט אויבן-אויף די טענות פון ביידע. יושע רובין ומקורביו טענה'ן אז ער האט געבויט דאס פלאץ פון סקרעטש מיט זיינע צעהן פינגער בדמים תרתי משמע, מיט א וויזיע אהינצושלעפן מענטשן צו וואוינען ביליג, א פלאץ וואו עס געפינען זיך נישט די שקצים וואס טרייבן ארויף די פרייזן פון די הייזער דורך פליפן וכדו'. אבער אזוי ווי עטליכע מייקרי השער האבן זיך יא אנגערוקט, זיי קויפן איין דירות און רענטן עס ארויס פאר וואקאציע ווילאס וכדו', און לכבוד זיי ווערן די פרייזן העכער מיט 50-100 אלפים, מוז מען נעמען שריט, און אסר'ן דריסת הרגל פאר די חברה אין זייער ביהמ"ד, מקוה און גראסערי, און מען האט שוין אפילו איינמאל (אום סאמע תשעה באב) גערופן פאליציי ארויסצוטראגן א גבר אלים וואס האט זיי אנגעפיפן און איז אריינגעקומען דאווענען און זאגן די קינות.

די צד שכנגד טענה'ט אז אמעריקע איז א פרי קאונטרי, און יעדער מעג קויפן און פארקויפן וואס ער וויל, און זאגן אז דער רובין איז סתם א קאנטראל פריעק וואס קיינער קומט זיך נישט אויס מיט אים.

איך ווייס נישט וואס דער אמת איז. איך וואלט נישט געשריבן דערוועגן ווען נישט וואס זיי אליינס שטעלן ארויס די שמוצוועש ברבים. בערגער האט שוין עטליכע מאל באשריבן אין מאמענט וואספארא וואוילע איד יושע רובין איז, כדי להוציא מלבם... יעצט שיקן ביידע צדדים ארום אימעילס איבער די דין תורה'ס וואס גייט פאר רעכטס און לינקס.

אויב האט איינער מער פרטים, ביטע אריינפילן די בלענקס.
רובין'ס בית דין האט געפאסקענט אז ער מוז יעדעם אריינלאזן אין מקוה ווייל ער האט צאמגענומען געלט פארדעים.
 
רובין איז אפשר גערעכט מיט'ן פראבירן צו האלטן די פרייזן

אבער לגבי די צווייטע קהילה, וואס האט ער געמיינט? ס'גייט אייביג זיין נאר איין קהילה וואס ער גייט פירן וויאזוי ער וויל?

א חלק תושבים האבן אויפגענומען א אייגענע רב, און געמאכט א קהילה פאר זיך, וואס איז די עוולה?

(נאר דעס אז זיי ניצן די נאמען, אבער אויף דעם טענה'ן זיי, אז ס'איז זייערס,
זיי זענען געווען אין די ארגינעלע קהילה א רוב, און אויסגעקליבן א רב (פאר רובין האט געברענגט בערגער) יעצט אז רובין איז נישט צופרידן, זאל ער מאכן אז נייע נאמען...)
 
זאגט זייער גוט איך האלט אויך ווי דיר, נאר לגבי די נאמען האלט איך אז רובין איז גערעכט ווייל למעשה איז ער די ארגינעלע קהילה און עס איז די ראבינאוויטש קהילה וואס האט זיך אפגעטיילט פון עים. זיי האבן אלע רעכטן זיך אפצוטיילן אבער זיי קענען נישט אוועקנעמען זיינע זאכן.

פראקטיש גערעט ווען יהושע רובין שרייבט ווען אריין אין די תקנת העיר אז מען קען זיך נישט אפטיילן נאר איינמאל די שטאט קומט אן צי 200 משפחות למשל, דעמאלטס וואלטן זיי זיך לכאורה נישט אפגעטיילט ווייל עס איז אין די אינטערעס פון ביידע זייטן עס זאל בלייבן איין שטארקע קהילה און עס זאל נישט זיין קיין מחלוקת ווייל דאס פארטרייבט מענטשן, אבער וויבאלד זיי האבן נישט געהאט קיין וועג זיך אפצוטיילן אן קיין פייט האבן זיי נישט געהאט קיין סיבה אויף צי ווארטן.
 
רובין איז אפשר גערעכט מיט'ן פראבירן צו האלטן די פרייזן

אבער לגבי די צווייטע קהילה, וואס האט ער געמיינט? ס'גייט אייביג זיין נאר איין קהילה וואס ער גייט פירן וויאזוי ער וויל?

א חלק תושבים האבן אויפגענומען א אייגענע רב, און געמאכט א קהילה פאר זיך, וואס איז די עוולה?

(נאר דעס אז זיי ניצן די נאמען, אבער אויף דעם טענה'ן זיי, אז ס'איז זייערס,
זיי זענען געווען אין די ארגינעלע קהילה א רוב, און אויסגעקליבן א רב (פאר רובין האט געברענגט בערגער) יעצט אז רובין איז נישט צופרידן, זאל ער מאכן אז נייע נאמען...)
ווי איך פארשטיי איז רובין'ס טענה נישט אז זיי האבן געפענט א אייגענע קהילה,
👇
אויף איסור השגת גבול וואס זייער קהלה טוט פעולות בפועל ובדוקא צו שטערן דעם וואוקס פון אונזער ישוב און קהלה, ווען זיי זוכן נישט צו בויען זייער אייגענע אימפעריע נאר דוקא אונז צו צוברעכן, כדרך כל הרודפים, און דאן אונז באשמוצן באופן ההיפך ממש.
 
די האלטסט אז די קאורט גייט פסקענען אז מען טאר נישט עפענען נאך א קהילה אין קאסע גראנדע?
 
איך קען גאר גוט די מעשה דא, און דא איז בכלל נישט דא קיין 2 צדדים... אבער איך האב נישט כח צו דארפן פארטיידיגען מענטשן בחנם סאו וועל איך עס לאזן דא. אבער איין זאך וואס איך האב מיר אויסגעלערענט נישט צו נעמען קיין צדדים אין א מחלוקה אן גוט קענען פונדערנאנט די זאך.
 
די ראבינאוויטש מענטשן זענען קודם געווען מיט רובין?
 
Back
Top