Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
און ביידע האבן א רובין אינוואלווד עס מאכט זייער שווער צו האלטן טרעק מען דארף דא עפעס אויסארבייטןאינטערעסאנט אז פונקט יעצט פלאקערט אויף צוויי מחלוקת'ן וואס זענען געווען גאנץ איינגעהאלטן
קאסא גראנדע און קערעסטיר
אקוראט אזוי ווי סאטמארער רבי דער בעל ויואל משה איז געווען נשיא און גאב"ד פון עדה החרדית און געוואוינט אין ניו יארקכ׳פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר, זי א אן אינגערמאן אין ברוקלין און איז רב אין אריזונה?! ווי אזוי ארבעט דאס?
1. ארום 25 משפחות (יא לאך נישט, יעדע זייט האט קוים איבער מנין...)1. פון וויפיל מענטשן באשטייט די קהילה אין קאסא גראנדא?
2. וועלכע חסידות'ן זענען די איינוואוינער?
3. וועלכע סארט אידן
רעבישע, פרומע, בעל באלטישע, אויפגעקלערטע?
רובין'ס בית דין האט געפאסקענט אז ער מוז יעדעם אריינלאזן אין מקוה ווייל ער האט צאמגענומען געלט פארדעים.שוין לאנג געוואלט דערגיין וואס דארט גייט פאר. איך ווייס נישט וועגן קערעסטיר, ווילאנג עס גייט שוין אן, אבער קאסא גראנדא ציעט זיך שוין מינימום ארום א יאר צוויי.
איך האב שוין געהערט אויבן-אויף די טענות פון ביידע. יושע רובין ומקורביו טענה'ן אז ער האט געבויט דאס פלאץ פון סקרעטש מיט זיינע צעהן פינגער בדמים תרתי משמע, מיט א וויזיע אהינצושלעפן מענטשן צו וואוינען ביליג, א פלאץ וואו עס געפינען זיך נישט די שקצים וואס טרייבן ארויף די פרייזן פון די הייזער דורך פליפן וכדו'. אבער אזוי ווי עטליכע מייקרי השער האבן זיך יא אנגערוקט, זיי קויפן איין דירות און רענטן עס ארויס פאר וואקאציע ווילאס וכדו', און לכבוד זיי ווערן די פרייזן העכער מיט 50-100 אלפים, מוז מען נעמען שריט, און אסר'ן דריסת הרגל פאר די חברה אין זייער ביהמ"ד, מקוה און גראסערי, און מען האט שוין אפילו איינמאל (אום סאמע תשעה באב) גערופן פאליציי ארויסצוטראגן א גבר אלים וואס האט זיי אנגעפיפן און איז אריינגעקומען דאווענען און זאגן די קינות.
די צד שכנגד טענה'ט אז אמעריקע איז א פרי קאונטרי, און יעדער מעג קויפן און פארקויפן וואס ער וויל, און זאגן אז דער רובין איז סתם א קאנטראל פריעק וואס קיינער קומט זיך נישט אויס מיט אים.
איך ווייס נישט וואס דער אמת איז. איך וואלט נישט געשריבן דערוועגן ווען נישט וואס זיי אליינס שטעלן ארויס די שמוצוועש ברבים. בערגער האט שוין עטליכע מאל באשריבן אין מאמענט וואספארא וואוילע איד יושע רובין איז, כדי להוציא מלבם... יעצט שיקן ביידע צדדים ארום אימעילס איבער די דין תורה'ס וואס גייט פאר רעכטס און לינקס.
אויב האט איינער מער פרטים, ביטע אריינפילן די בלענקס.
און ער פאלגט?, יעדער קען אריינקומען?רובין'ס בית דין האט געפאסקענט אז ער מוז יעדעם אריינלאזן אין מקוה ווייל ער האט צאמגענומען געלט פארדעים.
זאגט זייער גוט איך האלט אויך ווי דיר, נאר לגבי די נאמען האלט איך אז רובין איז גערעכט ווייל למעשה איז ער די ארגינעלע קהילה און עס איז די ראבינאוויטש קהילה וואס האט זיך אפגעטיילט פון עים. זיי האבן אלע רעכטן זיך אפצוטיילן אבער זיי קענען נישט אוועקנעמען זיינע זאכן.רובין איז אפשר גערעכט מיט'ן פראבירן צו האלטן די פרייזן
אבער לגבי די צווייטע קהילה, וואס האט ער געמיינט? ס'גייט אייביג זיין נאר איין קהילה וואס ער גייט פירן וויאזוי ער וויל?
א חלק תושבים האבן אויפגענומען א אייגענע רב, און געמאכט א קהילה פאר זיך, וואס איז די עוולה?
(נאר דעס אז זיי ניצן די נאמען, אבער אויף דעם טענה'ן זיי, אז ס'איז זייערס,
זיי זענען געווען אין די ארגינעלע קהילה א רוב, און אויסגעקליבן א רב (פאר רובין האט געברענגט בערגער) יעצט אז רובין איז נישט צופרידן, זאל ער מאכן אז נייע נאמען...)
עס איז די זעלבע רובין משפחה?אינטערעסאנט, סיי קערעסטיר און סיי קאסא-גראנדא, האבן צו טון מיט רובינ'ס... איבעראל וואו זיי קומען אן, קערן זיי איבער...
ניין
all the way up איז עס יא, ר' אשר ראפשיצער, אבער נישט נאנטע קרובים
ווי איך פארשטיי איז רובין'ס טענה נישט אז זיי האבן געפענט א אייגענע קהילה,רובין איז אפשר גערעכט מיט'ן פראבירן צו האלטן די פרייזן
אבער לגבי די צווייטע קהילה, וואס האט ער געמיינט? ס'גייט אייביג זיין נאר איין קהילה וואס ער גייט פירן וויאזוי ער וויל?
א חלק תושבים האבן אויפגענומען א אייגענע רב, און געמאכט א קהילה פאר זיך, וואס איז די עוולה?
(נאר דעס אז זיי ניצן די נאמען, אבער אויף דעם טענה'ן זיי, אז ס'איז זייערס,
זיי זענען געווען אין די ארגינעלע קהילה א רוב, און אויסגעקליבן א רב (פאר רובין האט געברענגט בערגער) יעצט אז רובין איז נישט צופרידן, זאל ער מאכן אז נייע נאמען...)
אויף איסור השגת גבול וואס זייער קהלה טוט פעולות בפועל ובדוקא צו שטערן דעם וואוקס פון אונזער ישוב און קהלה, ווען זיי זוכן נישט צו בויען זייער אייגענע אימפעריע נאר דוקא אונז צו צוברעכן, כדרך כל הרודפים, און דאן אונז באשמוצן באופן ההיפך ממש.