קאסא גראנדע סאמעטוכע

כלבין דחציפין

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2025
מעסעדזשעס
88
רעאקציע ראטע
395
א גרויסע מחלוקת גייט פאר צווישן די צוויי קהילות אין קאסע גראנדע ביידע מיטן נאמען קהל חסידים, איינס אנגעפירט דורך איינער רובין און די אנדערע דורך זייער רב ראבינאוויטש, עס טוט זיך שוין לעבעדיג דארט איבער א יאר לעצטנס האט עס גאר שטארק אויף געפלאקערט מיט דיני תורות, קאורט קעיסעס און פאשקעווילן.

יעצט האבן זיי דאס ארויסגעגעבען




בס"ד


לכבוד די חשוב'ע תושבים, די אפטע געסט, און אלע גוטע פריינט, פונעם בליענדער ערליכער ישוב "קאסא גראנדא אריזאנע".

עצור מילין אי אפשר


עס איז אייך זיכער נישט קיין סוד אז ס'איז אונז ליידער באשערט שוין א לאנגע תקופה אריבערצוגיין גאר שווערע שטיינער אין וועג, אינערהאלב דעם "כל התחלת קשות", אבער אנדערש ווי געקלערט, קומען נישט די שטיינער פון דרויסנדיגע נישט-אידישע עלעמענטן אדער רעגירונג ביוראקראטיע וכדו', נאר ליידער דוקא דורך אייגענע אידישע ברודער, דורך די זעלבע וועלכע זענען אנגעקומען אהער דורך אונזער הילף און געלט און נהנה געווען פון אונזער בלוט און שווייס ארבעט צו אויפשטעלן דעם ישוב, אבער זינט איין אינוועסטאר פון בארא פארק – דער ראש הרודפים – איז אנגעקומען אהער און דירעקטירט פאזיציעס און קאנטראלירט א לאנגע מהלך פון אנזייען שנאת חנם אשר אי אפשר לפורטם, איז ליידער אונזער גורל צו ליידן פון שרעקליכע פייניגונגען אויף טריט און שריט, און יעדע עצה וואס מיר האבן נאר גענומען – עפ"י דעת תורה – איז געווארן אויסגענוצט אונז צו באשמוצן סיי לאקאל און סיי איבער די וועלט, אנקלעבנדיג אויף אונז יעדע סארט טיטל אדער מעשה וואס מען קען נאר, על לא עול בכפינו.


ווי יעדער ווייסט און זעט, פרובירן מיר שוין א גאר לאנגע צייט צו שלינגען און אייננעמען די פיילן אין אונזער הארץ, בעת אין די זעלבע צייט גייט פאראויס אלע אינוועסטירונגען פאר די הצלחה פונעם ישוב, דער שטן זאל ח"ו נישט מצליח זיין צו צושטערן אזא לעכטיגער מקום הצלה פאר ערליכע חסידישע אידן. און ב"ה מען זעט די הצלחה, קיין שום פעולה האט דערווייל נישט שוואכער געמאכט אונזער ערליכער ציבור נאר אדרבה עס וואקסט נאר גרעסער ב"ה.


אבער זעענדיג ווי דער עיקר ציל פון די רודפים איז צו צוברעכן דעם כח העיר און אריינברענגען אינוועסטארס און בראוקערס וואס זאלן טון מה שלבם חפץ, א זאך וואס האט שוין חרוב געלייגט אזויפיל פלענער פון אנדערע נייע אידישע מקומות, האבן מיר גענומען די מינימאלע תורה'דיגע שריט צו פרובירן זיך דורכצוקומען ביי א דין תורה.

די זעלבע ווען איינער פון זיי האט אונז תובע געווען ביי א בי"ד (צדק ומשפט) איבער די מקוה טהרה, האבן מיר געטון "כל מה שביכלתינו" אז מען זאל זיך טאקע מתדיין זיין עפ"י תורה.


ליידער אבער האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער גאנצער תביעה לדי"ת דורך די רודפים איז בלויז געווען כדי צו קענען ארויסבאקומען אן "עיקול" און פאטענציאל אפילו א "סירוב" קעגן אונז... אבער זיך "מתדיין זיין" האבן זיי בשו"א נישט געוואלט. אלע מיני מהלכים און אונטער-ערדישע טריקס זענען גענומען געווארן זיך ארויסצודרייען פון האבן אפילו א ערשטע דיון! און ליידער ליידער, דער בי"ד צדק ומשפט האט מיטגעארבעט מיט זיי אויף אן אופן וואס "אלע" רבנים און בתי דין וואס האבן דאס צוגעזען זאגן פה אחד אז דאס איז קיין תורה'דיגע בי"ד נישט, נאר אויב עפעס א כח וואס ווערט באנוצט פאר איין זייט צו קענען שפילן געימס, מאכן א פנים ווי מען וויל די"ת, און גאר באשולדיגן דעם וואס וויל די"ת אלס דער מסרב אדער אלס אן הולך לערכאות, נאכדעם וואס בלית ברירה האט בי"ד געגעבן א קלארע היתר ערכאות צו מעקל זיין דעם סכסוך איבער די מקוה אין געריכט כדי נישט געשעדיגט ווערן דורך די אמת'ע מסרבי דין.

נאכ'ן נעמען די עצה פון בי"ד האט זיך טאקע יענער תובע אויפ'ן מקוה דערשראקן, און געכאפט א שוואכע מינוט אז ער איז יא גרייט זיך מתדיין צו זיין ביי הגאון אבד"ק נייטרא מאנסי שליט"א אלס דן יחידי און אננעמען זיין פסק. אבער נאך וואס דער פסק איז אערויסגעקומען קלאר לצידינו, און דער רב האט געפאדערט פונעם רודף צו ברענגען פאר בי"ד די חשבונות פון די געלטער וואס מיר ווייסן אז ער האט ליידער בא'גנב'עט די קהלה, האט ער איגנארירט דעם פסק און נישט אויסגעפאלגט גארנישט!

אין די זעלבע צייט טוען זיי איגנארירן די פשוט'ע קלארע הזמנות לדי"ת, וועלכע האבן שוין נאכגעפאלגט מיט אן עיקול בי"ד, אויף איסור השגת גבול וואס זייער קהלה טוט פעולות בפועל ובדוקא צו שטערן דעם וואוקס פון אונזער ישוב און קהלה, ווען זיי זוכן נישט צו בויען זייער אייגענע אימפעריע נאר דוקא אונז צו צוברעכן, כדרך כל הרודפים, און דאן אונז באשמוצן באופן ההיפך ממש.

דער בי"ד פון אר"י וואס איז באקאנט מיט זייער ערליכקייט "שערי משפט" האט שוין געטון אלס מעגליך צו ברענגען די נתבעים צום טיש, צו סיי וועלכע בי"ד בישראל אדער זבל"א, אבער אלעמאל האבן זיי גענוצט זייער טוען און זייער צדק ומשפט בי"ד צו מאכן פרישע טריקס נישט צו אנקומען לדיון.

דעריבער בלית ברירה האט דער בי"ד – כאטש זיי טוען דאס זעלטן – ארויסגעגעבן א "כתב סירוב"
(וואס די אנדערע באצייכענען גאר אלס א "חוצפא"...) קעגן דעם מסרב לדין תורה, און דערביי אויך געשריבן גאר קלארע ווערטער פאר'ן אנדערן בי"ד וועלכע שפילט ליידער מיט צו לאזן די מסרבים זיך ארויסדרייען פון א תורה'דיגע דיון.

ווער עס פארשטייט נאר אביסל צו די ענינים, וועט נשתומם ווערן ביים ליינען די מציאות הדברים וויאזוי זייער טוען און דער צדק ומשפט האט געארבעט נישט צו קומען לידי דיון, און אלעס מיט א פנים פון נרדפים, אנשטאט רודפים. מיר טוען דא ביילייגן טייל דאקומענטן וויבאלד די וואס ווילן אונז באשמוצן מאכן דערפון א פרסום און עס איז נויטיג בלית ברירה אז דער ציבור זאל מיטהאלטן וואס עס טוט זיך.

אבער אפילו פאר ווער עס וויל נישט בכלל אריינקוקן אין די נושא, השקט והשלום אהבו, איז גוט צו קלארשטעלן אז די אלע השתלשלות הדברים קענען נתברר ווערן ביי פילע רבנים וגדולי תורה וועלכע קוקן ארויס אויף די הצלחה פון אונזער ישוב בס"ד און באגלייטן אונזערע פעולות, און אנדערע וועלכע האלטן מיט די לעצטע שטיק צייט וויאזוי אונזערע רודפים פייניגן אונז ליידער בשם התורה.

טייל פון די רבנים זענען: הגה"צ אבד"ק נייטרא מאנסי; כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א; כ"ק אדמו"ר מסקווירא מאנסי שליט"א; בנו הרה"צ רבי יונחן טווערסקי שליט"א ראב"ד בי"ד קו הישר; הגה"צ רבי ישראל יוסף אייזענבערגער שליט"א דומ"ץ סקווירא; הרה"ג ר' שמעון אברהם אינדיג שליט"א אבד"ק ריבאטיטש; פילע חברי בי"ד פונעם בית דין שערי משפט בארה"ק; און הגאון הגה"צ רבי מענדל זילבער שליט"א אבד"ק פריימאן וראב"ד התאחדות הרבנים.
און נאך וואס מיר קענען נישט מפרט זיין בשמם מטעם הכמוס.


מיר פון אונזער זייט זענען צופרידן ממשיך צו זיין איבערצוקומען אלע שווערע שטיינער און רדיפות וואס איז אונז ליידער באשערט, און די פעולות אויפ'ן פלאץ וואקסן און בליען ב"ה, דער דאזיגער אימעיל איז בלויז לקיים מה שנאמר והייתם נקיים מה' ומישראל נאכדעם וואס אונזערע רודפים האבן אונז פרובירט צו באשמוצן. בסיעתא דשמיא האפן מיר אז דאס זאל קיינמאל מער נישט אויספעלן, און די מזיקים זאלן חוזר זיין מדרכיהם און ברענגען מנוחה אויף אלע תושבי העיר, ויתברכו משמים. מי יתן והיה.


בייגעלייגט זענען ווי פאלגענד:

1. דער זעלטענער "סירוב" ונידוי פונעם בי"ד קעגן דעם רב הרודפים וואס איז ליידער מסרב לדין תורה

2. דער "פסק דין" איבער די מקוה, נאכדעם וואס דער תובע האט געהאט מסכים געווען פאר א דיון יחידי ביי אבד"ק נייטרא – מאנסי שליט"א

3. הבהרת דברים פון בית דין שערי משפט

4. דער היתר ערכאות איבער די מקוה צוליב די סירוב להתדיין בדי"ת

5. דער עיקול פון בי"ד צום רב הרודפים הרב אברהם ראבינאוויטש קעגן נוצן די נאמען פון די קהלה "קהל חסידים"
ADKq_NYGk8mSGRUNhsWLsbbOaJnwfjCdpuKeLrBCMMD1MAu4l3MsMKDEbA8ccZu4h1QM91jJNvj3JaBkjD31Fikxp86tRriEhl_p5xr9Q4NhSuE0CxhEJxilDqDRd6-AZPCw5o8VzDJmbX-HG13Ve0XneaI_hq_X9Q=s0-d-e1-ft



ADKq_Napvgd7kE8NzYg5RyQ2ZoPRPA67H9DyRJXgT4yAmE_iWOQB6HDTU3fd6x87-M9vJlt33JtlhiAmL7MivF_eaMZp7p3NwwkmIDdZgUPbBiSwMU901AvN955EI34ZgK6bnUeMLwTKqCoSfzFKA1clGGU5Gi1kow=s0-d-e1-ft




די הבהרת דברים פונעם בארימטער בית דין שערי משפט וואו זיי גייען אריבער אויף די השתלשלות הדברים פאר אלע וואס ווילן פארשטיין וואס עס האט זיך אפגעטון שטילערהייט דורך די רודפים און זייערע מהלכים​



ADKq_NacstkR2lAmm_AfHyRSYwBSZZY-_4sTSfmVJ9i0tSjVvJC-qPhsn2bQyLnQQYx0NGr37CQFTZQfO-gHEiwS_dYZG8Avdu1oc5yVA-SsWQ530A3zgJj5NVfhhkQA60Xolgi9wgw6RnYrL0Hj30YazsHDHvpChw=s0-d-e1-ft



ADKq_Nb4kGJGEBFy39YWWts_oXfi3XgVvYjOULbwhD2owpDMnFkXIxzrab92jXUTDG9y9My2viTU893I9R9svGmkpAuRWfDnd5t6yRGd2CdTwE1JZ5SmcWtsfpXD_UOmsozk3DeGNFCvw5sv2Ep3OLClCjnGMq0gjg=s0-d-e1-ft



ADKq_Nb1W225g6RQxT-mg07xj76uS4b2CbA7T66z44iA1WFitgftdLmjEcjcQPvMb8M9n-wV7jNH3D8Y856OFq5TqV4fDxtdBf10ImPDAqtgeVjmDZor-bXQfeGf9PRyCOoLqeNhcHozRmRORXTfaMH64RWIAhLZdQ=s0-d-e1-ft








ADKq_NYA_VvX3DNej79th2-jg5sUXYeVS2wfiqleBWqtIf_37OSXR0KGaGNV6zc9bO-b-VE-x1Z51Lxpc7SzzuTxSSy1NQ05l0pU91HAYYpSgd6SsB2OLmjCp1OGNbj6cwmhE3dqkJJN14vJbHjzEFQ1Yj4GiyAC2w=s0-d-e1-ft


ADKq_NZv8Tnx3XEttmWPYSuT2Cad7MUFuhM1wLltP6MGd8gRhsDJeCzX-uwP5xTBl-vyz2y5sMEC5JJf3MExtKHefA6XJH9QH5xBkBUd9XDJJbzHLwRONHDy_f7UtW1L2Ba0hCkCOMAVzY183YUcPXj6n3ecmum7rw=s0-d-e1-ft

 
בקיצור איין בית דין האלט אז ראבינאוויטש איז גערעכט, און די אנדערע בית דין שרייט אז עס איז א קארופטירטע בית דין אין בעצם איז רובין גערעכט.
השתא דאתית להכא אז די בית דין סיסטעם איז מודה אז א בית דין קען זיין קארופטירט (איך ווייס נישט צו עס איז טאקע אזוי, אבער אזוי טענהען זיי) אויב אזוי לדידך פארוואס זאל איך טראסטן די בית דין סיסטעם, וועלכע סיסטעמס און באווארענונגס מיטלען האסטו איינגעשטעלט אקעגן קארופציע? וועלכע שטראף באקומט א דיין וואס נעמט שוחד? פארוואס ווערט א דיין באצאלט פער דין תורה אוואדאי גייט ער עס ארום שלעפן די מערסטע מעגליך, פארוואס ווערן זיי נישט באצאלט פעיראל אזויווי אין די קאורט סיסטעם?
 
לעצט רעדאגירט:
פארוואס נוצט מען נישט קיין נייע נעמען? רובין און ראבינאוויטש? איין רובין קריגט זיך שוין מיט פריעדלענדער און א ראבינאוויטש מיט זיין עקס איידעם...

פארוואס האט מען נישט געקענט נוצן פרישע נעמען...?

איך קען נישט אזוי האלטן חשבון אויף אזויפיל קריגערייען...
 
ווער איז דער ראבינאוויטש? איינער האט א בילד?
 
וואס זייער קהלה טוט פעולות בפועל ובדוקא צו שטערן דעם וואוקס פון אונזער ישוב און קהלה, ווען זיי זוכן נישט צו בויען זייער אייגענע אימפעריע נאר דוקא אונז צו צוברעכן, כדרך כל הרודפים, און דאן אונז באשמוצן באופן ההיפך ממש.
וועלכע קהילה האבן זיי? און ווי? ראבינאוויטש-לעפקאוויטש האט א קהילה אין קאסא גראנדא אדער אין בפ?
כ'בין זייער צומישט....
 
ערשטנס וויל איך קלאר מאכן אז איך האב דאס נישט געשריבן. איך ברענג נאר נאך וואס זיי האבן היינט ארויסגעשיקט צום עולם.
צווייטנס ראבינאוויטיש וואוינט אין נאיארק, נישט זיכער ווי, און ער איז די רב פון די קהל חסידים וואס האט זיך אפגעטיילט פון רובין, יעדע שטיק צייט קומט ער אריבער צו קאסע גראנדע פאר זיין רב׳שאפט.
ווי ווייט איך פארשטיי איז לעפקאוויטש די הויפט עסקן פון קהילה פון ראבינאוויטש.
 
בעלזא רב האט דאך שוין געזאגט אז עס מוז זיין צוויי שוהלן אין א יעדע שטאט איינס צום דאווענען און איינס ווי מען טאר נישט אריינגיין..
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top