תושב קאסא גראנדע
היימישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- פעב. 22, 2026
- מעסעדזשעס
- 42
- רעאקציע ראטע
- 158
- פונקטן
- 28
אהרן גראסמאן, ראובן יוסף לעפקאוויטש, גאלדבערגער, רבינוביץ, ברייער. עסטרייכער, און פערל האבן קיינמאל נישט געוואוינט אין קאסא גראנדע, זיי זענען גאר די עקזעמפעלס פון אינוועסטארס וואס זענען נאר געקומען רייטן אויף רוביןס שווערע ארבעט און אויף זיין קהילה, צו חרוב מאכן די תקנות וואס זיי האבן געשטעלט צו האלטן פרייזן ביליג. ווייל די אינוועסטארס מיינען נאר זיך. ראובן יוסף לעפקאוויטש האב איך דאך פריער ארויפגעלייגט די ריקארדינג ווי ער איז מאשר די מצוה צו הרג'ן רובין, און אזוי ווייטער אלע אינוועסטארס אויף דיין ליסט, אויסער גראסמאן וואס איז סתם א אינוועסטאר און ער האט אפשר פון אנהייב טאקע געמיינט גוט אבער איז פארפארן מיטן תאוות הממון.1)אהרן גראסמאן
2)טבי פעקעט
3) משה שעי פירט Arizona kosher resorts
4) ראובן יוסף לעפקאוויטש
5)שטיימעטץ
6) גאלדבערגער
7) יואל גאלדבערגער
8) רבינאוויטש
9) ברונשטיין
10)ברייער
11)נחמן לעפקאוויטש
13)אנשל פערל
14)עסטרייכער
ווער קען מיר העלפן מיט נאך
קימט אויס איז די מנהג המקום אין קאסע גראנדע זיך צו קריגן
טוביה פעקעטע האט טאקע יא געוואוינט אין קאסא גראנדע, ער איז די סארט מענטש וואס האט זיך שוין צושלאגן מיט די מנהיגים אין אומאן (אוקריינע) ווי ער האט געוואוינט אפאר יאר ביז מען האט אים ארויסגעווארפן, (קענסט נאך אזא שווערע מענטש וואס מען האט פארשיקט פון אומאן, פליז לעט מי קנאו) ער האט שוין אויך געוואוינט אין מעזיבוז, שוין געהערט דערפון? באקען זיך מיט דעם פעקעטע, למעשה ער האט אנגעפירט די הייבן פרייזן אינאיינעם מיט יואל גאלדבערגער וואס איך האב פריער באשריבן די מעשה און די ועד העיר האט זיי צוויי ריסטרעינט, ער האט איינס געקויפט עטליכע הייזער און געפליפט צו קענען ווייזן הויעכע רעקארדס פאר אפרעיזערס.
משה ישעי' פירטה האט זיך צאמגעשטעלט מיט פעקעטע און גאלדבערגער ווען ער האט געמיינט אז עס וועט זיי גיין גוט און זייענדיג די מענעזשער פון די קהילת רענטעל ביזנעס אריזאנע קאוישער ריזארטס האט ער געניצט די קהילת ביזנעס צו מעניזשן הייזער פון אינוועסטארס וואס האבן געקויפט העכער פון די פרייז קעגן די תקנות הקהילה, און צום סוף ווען ער האט געזען אז די גוטע האוים אוינערס האבן אוועקגענומען די מענעזשמענט פון אים און ער בלייבט אן ביזנעס האט ער אפגעפיצט. בגנב'דיג רובין מיט נאך היים אייגענטומער אסאך געלט וואס ער האט נאכנישט באצאלט און דרייט זיך ארויס פון קומען צו בית דין זע עטעטשט.
נחמן לעפקאוויטש איז געווארן א בראויקער וואס פארקויפט הייזער דוקא אן די ועד העיר.
משה ברונשטיין איז א תמימותדיגע יונגערמאן, רובין האט געראטעוועט זיין ווייב פון א שווערע מצב, רובין האט זיי אריינגענומען אין שטוב ווי זיי האבן געוואוינט, רובין און מרת רובין האבן איר באצאלט אלע מעדיקעל בילס, גענומען צו דאקטוירים. (עס איז געשטאנען אסאך מער נאר מפני כבוד הבריות האב איך עס אראפגענומען, על פי בקשת המערכת)
נאךא האלבע יאר ווען איר מצב האט זיך פארבעסערט האט רובין זיי געגעבן א אומזיסטע הויז, ביז זי וועט האבן כוח צו האבן א זשאב וואס דעמאלט וועלן זיי אנהייבן צאלן רענט, מען רעדט פון א ריזיגע פריוואטע הויז פון פיר צימערן צווי שטאק פאר א משפחה מיט צוויי קליינע קינדער, אבער דער רשע רובין האט אלץ געטון פאר ברוינשטיין, ברונשטיין וואס איז ממש פארדעם געווארן א מלמד אין לאנדאן האט געאפפערט פאר רובין צו ווערן א מלמד און רובין האט אים געהייערט פאר א מלמד און באצאלט $2,500 אויסער די דירה און אויסער גראסערי און בילס אא"וו וואס רובין האט באצאלט, צוביסלך האט ער געגעבן א זשאב פאר מרת ברונשטיין, א צייט נאכדעם האט זי אפילו געקענט ווערן א טיטשער, און זיי האבן באקומען באצאלט אינאיינעם א חשבון פון ארום פינף טויזענט דאלער א חודש אויסער די דירה און נאך. איין טאג האט רובין געאפפערט פאר ברונשטיין אפשר ווילסטו קויפן א הויז און זיך שטעלן אויף די אייגענע פיס, רובין האט אים געאפפערט הילף מיט די קרעדיט און דאוין פעימענט, רובין האט אים אויפגעסיינט אלץ עדישענעל קארד האלדער צו זיין קרעדיט קארד אזוי זאל ברוינשטיין באקומען בעסערע קרעדיט, למעשה האט ברונשטיין געפוילעצט און נישט געקויפט א דירה, נאר געבליבן וואוינען ביי רובין אין הויז.
רובין האט באמערקט אז יענע קארטל ווערט יעדע טאג געטשארזשט פאר טרעמפ בערך $8 צוויי מאל א טאג. ער האט געפרעגט ברונשטיין וואס האט געזאגט אז עס איז נישט זיינע טשארזשעס, רובין וועלעכע האט רחמנות געהאט מער פון וואס מען דארף האט אים געבעטן פליז רוף זיי אן און מאך זיכער אז עס איז נישט געשען א טעות. נאך עטליכע מאל מיטשען האט ברונשטיין מודיע געווען אז ער האט גערופן טרעמפ און עס איז נישט זיינע טשארזשעס, נא, דער קאנטראלער רובין האט עס געלאזט, און אזוי איז עס ווייטער אנגעגאנגן ביז עס איז געקומען די צייט פון די פילוג נאך תשעה באב, ברונשטיין וואוינט נאכאלץ אין רוביןס הויז און איז א מלמד ביי רובין און האט צו פארדאנקן פאר רובין אסאך, רובין האט אפילו באקומען פון ברונשטיין א חלה דעקל אלץ אות הכרת הטוב PXL_20250523_230449326.jpg, עס איז געווען מיטוואך נאכט נאך תשעה באב, ווען רובין באקומט א טעלעפאן קאלל פון ברוינשטיין ווי ער באדאנקט זיך פאר אלעס וואס ער האט געטון און ברענגט ארויס וואספארא שטארקע הכרת הטוב ער האט צו רובין און פאר דעם וויל ער ווייטער בלייבן נאנט מיט רובין ער וויל ווייטער קומען צו רובין פאר סעודות וכדו' אבער בלית ברירה מוז ער אפלאזן די ארבעט אלץ מלמד און ער גייט ווערן א מלמד ביי רבינוביץ (אלץ הכרת הטוב פאר רובין). רובין האט געטרייט צו מסביר זיין אז דאס איז כפויית טובה, אבער עס איז נישט געווען פאר וועם צו מסביר זיין. נאכן פראבירן מיט ווייעכע ווערטער זיך בעטענדיג צו ברוינשטיין דאס נישט צו טון פאר אים און עס האט נישט געארבעט האט רובין געפרעגט ווען ער געט אויף זיין זשאב, וויפיל צייט ער האט צו זוכן א אנדערע מלמד, האט ער געענטפערט אז פרייטאג די וואך (א טאג ארום) קומט ער שוין נישט, האט רובין זיך ווייטער געבעטן ביי אים אפשר געסטו געהעריגע נאויטיס פון דרייסיג טעג, זייער מוסד האט זיך ערשט געעפענט אין חשוון וואס איז דריי חודשים שפעטער, אבער ברוינשטיין האט געטענהט אז זיין רב (רבינוביץ) האט אים געזאגט אז ער טאר נישט בלייבן ביי רובין ווייל עס וועט שטערן זיין עבודת השם... (ווער איז די מאניפולעיטער רובין אדער רבינוביץ?) האט רובין געטרייט א אנדערע מהלך בעטענדיג פון ברוינשטיין אז אלץ הכרת הטוב זאל ער כאטש טרעפן א נייע דירה שוין יעצט אזוי שנעל ווי ער געט נאטיץ פאר רובין, אזוי אז רובין זאל קענען ברענגן א אנדערע מלמד און האבן א דירה פאר אים. אבער ברוינשטיין האט אפגעזאגט, ברוינשטיין האט געטענהט אז ער האט נישט קיין געלט צו מופן און מען זאל אים באצאלן די לעצטע צוויי וואכן ארבעט וואס מען האט נאכנישט באצאלט ווייל עס איז נאכנישט געווען די פעיראל טיים, אבער רובין האט געטענהט אז עכט האט ער געבארגט פאר ברוינשטיין אסאך געלט וואס ברוינשטיין האט קיינמאל נישט באצאלט און יעצט אז ער גייט ווי ער כאטש עס קענען אראפהאלטן פון זיין לעצטע פעיראל ווייל אויב נישט קען ער זאגן קדיש נאך די חוב וואס איז אסאך מער פון די פאר וואכן פעיראל, אבער ברוינשטיין האט געטענהט אז מען טאר נישט אויסמישן פעיראל מיט א חוב דערפאר פארלאנגט ער פון רובין אז רובין זאל אויסלייגן זיין פעיראל פאר די צייט און אויב נישט מופט ער נישט ארויס. נאך פינף און פערציג מינוט רעדן און זיך בעטן ביי ברוינשטיין און גארנישט איז ארויסגעקומען האט רובין אים געזאגט אז ער הערט און נעמט עס אן, כל מה דעביד רחמנא לטב עביד, אבער ער וועט אויך פרעגן פון זיין רב וויאזוי זיך צו באגיין מיט אזא מכיר טובה ווי אים. צולייגענדיג אז ער וועט נישט גיין לפנים משורת הדין נאר גראד מיטן הלכהדיגע רעכט וואס ער האט.
צו מארגןס האט טאקע רובין גערופן זיין דיין הרב יואל יאקאבאוויטש פון מאנסי וואס האט אים געפסקנט אז אויף אזא פאל מעג רובין עוויקטן דעם ברוינשטיין פון די הויז (איך האב די ריקארדינג אבער איך קען עס נישט ארויסגעבן ווייל עס האט נאך שמועסן, אפשר וועל איך עטער ארויסשניידן די שטיקל) און עס הייסט נישט הולך לערכאות ווייל אויב איינער צאלט נישט קיין רענט אדער טוט ארבעט הייסט ער א מזיק און על פי הלכה מעג אים רובין ארויסזען גלייך פון די דירה, (אין ניו יארק קען מען נישט ווייל די געזעץ לאזט נישט. אבער אין אריזאנע היות די געזעץ לאזט עוויקטן גלייך מעג רובין ניצן יעדע מעטאד אים צו עוויקטן וואס שנעלער)
אינדערצווישן האבן די ועד העיר ברוין און גרין געטרייט צו רעדן מיט ברוינשטיין אז זיין עקט פון ווערן א מלמד ביי די מייקרי השער קהילה איז א עקט קעגן די תקנות, זיי האבן אים געבעטן זיך צו איבערטראכטן און געבן כאטש אפאר וואכן, אבער ברוינשטיין איז געווען פארעקשנ'ט צו מכיר טובה זיין פאר רובין. דעמאלטס האט רובין גערופן ברוינשטיין און אים געזאגט די פסק פון זיין דיין משה ברוינשטיין notice.mp3 אז כאטש דער דיין האט אזוי געפסקנט דאך געט אים רובין א חודש צו ארויסמופן, אויב נישט וועט ער אנהייבן די פראסעס פון די עוויקשען, אבער ברוינשטיין האט זיך געעקשנט.
דערווייל זעט רובין יעדע טאג נאך טשארזשעס אויף זיין קרעדיט קארטל, דעס האט אים שוין אויפגערעגט און ער האט געבעטן זיין אפיס צו רופן טרעמפ און טרעמפ האט קאנפירעמד אז יעדן טאג רופט ברוינשטיין פון זיין טעלעפאן נומער א טרעמפ צו זיין הויז, רובין האט אפגעמאכט צו קאנפראנטן ברוינשטיין, ער האט געוויסט אז אפשר וועט ברוינשטיין יעצט זיין אין א דילעמע און וועט מודה זיין, דערפאר האט ער אנגעהויבן די טעלעפאן קאלל בעטענדיג ברוינשטיין צו פליז רופן נאכאמאל טרעמפ צו זיכער מאכן עס איז נישט טשארזשעס פון אים, אבער ברוינשטיין האט כדרכו איבעגעחזרט "איך האב זיי דאך שוין גערופן", ווי נאר רובין האט דאס געהערט האט ער אים קאנפראנטעד אויף די גניבה פארציילענדיג אז ער האט רעקארדעד טרעמפ אז עס איז יא בורנשטיין וואס טשארזשט עס און פארוואס זאגט ברוינשטיין ליגענט, אבער ווי נאר רובין האט דאס געזאגט האט ברוינשטיין זיך אנגערופן אז "זיין רב האט געפסקנט אז ער ברוינשטיין זאל נישט רעדן צו רובין, און רובין מעג אים רופן צו דין תורה" און ברוינשטיין האט אראפגעהאקט די טעלעפאן... tremp charges.mp3 איר הערסט גוט, ער האט שוין גערעדט מיט זיין רב וועגן די גניבה (עס איז געווען א ארגענאזערטע גניבה?) און דער רב האט געפסקנט אז ער זאל נישט רעדן צו רובין. איר הערט גוט? ווער קאנטראלט זיינע מענטשן נישט צו רעדן מיט די מענטשן פון די אנדערע קהילה, רובין אדער רבינוביץ?
רובין האט פראבירט אים צוריק צו רופן צו ארגענאזירן ווען ער מופט ארויס אבער ברוינשטיין האט איגנארירט, ביז רובין האט נישט געהאט קיין ברירה און איז אריבערגעגאנגן קלאפן אויף די טיר פון זיין הויז, שמואל זאנוויל וויינגארטן איז מיטגעגאנגן און זיי האבן געהערט ווי ברוינשטיין רעדט אויפן טעלעפאן און קומט צום טיר אבער אנשטאט עפענען שפארט ער צו די טיר, און גלייך קומען צו פליען קארס ווי א לעלו, די חברה ווי נחמן לעפקאוויטש און הלל ליכטענשטיין און יהושע משה ליבערמאן און נאך בחורים צו פארטרייבן רובין.
רובין האט בלית ברירה אנגעגרייט די עוויקשען פראסעס און ווען עס איז אנגעקומען האט ברוינשטיין נאך צוויי חודשים אליין ארויסגעמופט און רובין האט נישט געדארפט עקשולי עוויקטן, די הכרת הטוב פון ברוינשטיין איז געגאנגן אזוי ווייט אז עס זעט אויס ווי ער איז געווען גרייט צו ארויסמופן נאר ער האט געווארט אויפן טאג צו באקומען די קארט פעיפערס און טאקע ממש די קומענדיגע טאג האט שוין רובין באקומען א אימעיל מיט א עיקול אז ער איז א מסור פארן עוויקטן ברוינשטיין זע דא די עוויקשען פעיפערס CCF_000007(1).pdf אום דא זע די פאשקעוויל קעגן רובין עטעטשט, אבי צו קענען ארומשיקן את פאשקעוויל אז רובין איז א הולך לערכאות שלא ברשות בית דין, ווען אונז האמיר פריער געהערט די ריקארדינג ווי רובין פארציילט פאר ברוינשטיין אז ער האט יא רשות פון זיין רב.
סאו אלע אויסער ברוינשטיין און גראסמאן זענען צושלאגן מיטן ועד העיר וואס רובין איז איינע פון די מעמבערס.
מיט א קלארע בליק וועסטו זען אז מער מענטשן זענען צושלאגן מיט די אינוועסטארס און די קהילה פון רבינוביץ, נישט מיט רובין. און נישט מיטן ועד העיר.
* נאכן שרייבן זע איך אז די האסט צוגעלייגט נאך דריי נעמען. וואס צוויי דערפון וואוינען נישט אין קאסא גראנדע, איינס, מרת זעלינגאלד איך ווייס נישט וואס דו זאגסט אז זינשלאגט זיך מיט רובין, זי האט אפילו רב בערגער אלץ דער בעל מכשיר פון איר רעסטוראנט אין מאנסי (מעכיל'ס באלאנגט פאר איר) משא"כ אלעזר דאנציגער פון סקווירא, האב איך שוין אויסגעשמועסט פריער, האלב סקווירא האט צוטון מיט אים, מען האט אים שוין ארעסטירט אפאר מאל (שוין געברענגט דא איינמאל א לינק פון די נייעס). און יעצט פורים האבן רבינוביץ'ס מענטשן געמוזט דאווענען ביי איינעם'ס הויז ווייל דער דאנציגער שלאגט זיך יעצט מיט זיין און האט זיי נישט געלאזט דאווענען אין די שול. סאו די זעלבע שווערע מענטשן טרעפן כסדר מיט וועם זיך צו שלאגן.
בייגעלייגטע פיילס
לעצט רעדאגירט: