תושב קאסא גראנדע
היימישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- פעב. 22, 2026
- מעסעדזשעס
- 42
- רעאקציע ראטע
- 155
- פונקטן
- 28
ערשטנס, צווייטענס און דריטענס זענען נישט קיין דריי זאכן, אלעס איז איינס. פליז ברענג וואס און ווי דאס איז נוגע פאר קאסא גראנדע, און בכלל ברענג א מקור אין הלכה צו וואס דו שרייבסט (איך בין נישטא זיך צו מתווכח זיין מיט @ אהרן און זיינע אייגן געבויעטע הלכות, האסט א מקור ברענג עס און איך וועל עס זען, און איך וועל אדער מודה זיין אדער ענטפערן), וועסטו זען אז עס איז סיי נישט ריכטיג על פי הלכה און סיי עס איז בכלל נישט נוגע לגבי קאסא גראנדע, עס איז סתם גע'חוש'ט א מוח וואס עס זעט אויס אז דו ביזט גוט מיט (ווער נישט אפענדעד, נעם עס אלץ א קאנפלימענט).אין הלכה ווערט דערמאנט דער מושג פון טובי העיר — מענטשן וואס ווערן אנגענומען דורך די קהילה צו פירן געוויסע ענינים פון ציבור. זיי קענען מאכן תקנות פאר די קהילה, מסדר זיין געלט־ענינים, בנינים, און אנדערע ציבור־דברים.
אבער זייער כח קומט פון דעם וואס די קהילה האט זיי אנגענומען אדער מסכים געווען צו זייער הנהגה. עס איז נישט קיין אבסאלוטע בעלות אויף א פלאץ אדער אויף מענטשן.
אויב מענטשן זענען נישט צופרידן מיט די הנהגה, זענען בדרך כלל דא עטליכע וועגן:
ערשטנס, פרובירן רעדן און מסדר זיין זאכן אינעווייניג אין דער קהילה. אסאך מאל קען מען דורך שמועסן און פארשטענדעניש געפינען א solution
צווייטנס, אין טייל קהילות קען מען טוישן הנהגה — אויב די קהילה איז געבויט אויף א סיסטעם פון בחירות אדער הסכמות צווישן די תושבים.
דריטנס, אמאל פאסירט אז א גרופע מענטשן מאכט א באזונדערע קהילה מיט אייגענע בית מדרש און אייגענע הנהגה. דאס איז נישט קיין נייע זאך אין אידישע קהילות.
און עס זענען אויך מענטשן וואס לעבן אין דער זעלבער שטאט אבער זענען נישט פארבונדן צו קיין איינע פון די סטרוקטורן — זיי דאווענען אדער פירן זיך פריוואט.
טובי העיר זענען שלוחים פונעם ציבור צו פירן געוויסע ענינים, אבער זיי ווערן נישט בעלים אויף דעם ציבור.
אין אידישע היסטאריע זעט מען אסאך מאל אז ווען מענטשן זענען נישט צופרידן מיט א הנהגה, אדער מען טוישט די הנהגה, אדער מען מאכט א באזונדערע קהילה. דאס איז נישט קיין נייע זאך.
א שטאט אדער א לייפסטייל קען אויך נישט האבן קיין “קאפירייט”. מענטשן קענען אויפבויען א קהילה, אבער קיינער האט נישט אייביגע בעלות אויף א פלאץ אדער אויף מענטשן.
דו שרייבסט אז "אין אידישע היסטאריע זעט מען עס אסאך מאל". אויב איז עס אמת, פליז ברענג אפאר פון די אסאך מאל, איך האב נאכגעקוקט און עס איז פונקט פארקערט, די תשובה ספרים זענען פול מיט תשובות לטובת די טובי העיר, צאנזע רב שרייבט פאר א רב וואס האט געוואלט טוישן א מנהג פון טובי העיר, אז ער ווייסט נישט וועלכע תורה חדשה או ישנה דער רב וויל דא אויפמאכן, ביי אונז איז מען זיך מוסר נפש פאר זייער א תקנה (זע עטעטשט). אויך דער חתם סופר שרייבט אז א תקנה פון טובי העיר האט א דין פון א דאורייתא, אזוי ווייטער זענען די תשובה ספרים פול מיט אזעלכע פסקים.
גראדע רירסטו אן די טענה וואס די קהילת הפרושים האבן מיר פארקויפט אז קיינער האט נישט קיין אייביגע בעלות אויף א פלאץ, כאילו רובין וויל האבן בעלות אויף די פלאץ בכלל, וואס ווער עס האט געליינט מיין ריסורטש וואס איך האב באשריבן ביז אהער ווייסט שוין יעצט אז עס איז פארקערט און די קהילת הפרושים ווילן גאר זיין בעל הבית אויף רובין און זיין קהילה מענטשן, און נישט פארקערט.
טראץ דעם וואס רובין זוכט נישט צו זיין דער בעל הבית אויף א שטאט ווי דו רופסט אים, די גאנצע וואס ער בעט איז, נוץ אים נישט אויס דארט ווי דו דארפסט אים האבן כדי אים צו קענען שטויסן, ער האט געבויעט אינפראסטרוקטשער וואס זאל אים העלפן האלטן פרייזן ביליג, ער האט די רעכט? זיכער! סאו מוז ער עס לאזן אפן פאר יעדער וואס וויל אים אונטערברענגען? זיכער אז נישט!
גראדע דו זאגסט אז ער קען נישט זיין בעל הבית, און עס איז נישט גילטיג קיין קאפירייט ביי אזא פאל, ביזט ווראנג, די תורה געט יא ערשטע רייט'ס פאר א מענטש וואס האט די ערשטע אינוועסטעד געלט אדער כוח אין א פלאץ אפילו אין א שטאט, אז א צווייטער טאר אים נישט מסיג גבול זיין. (רובין האט מיר געוויזן עטליכע שטארקע תשובות אויף דעם, וועלנדיג ווייזן אז ער בעט אפילו נישט וואס קומט זיך אים על פי תורה, וואס בעט ער שוין? מען זאל האלטן פרייזן פון הייזער דורך פארקויפן מיט די זעלבע סיסטעם. איך וועל נישט ארויסלייגן די תשובות יעצט ווייל קוק וואס איך שרייב ווייטער פון נייטרא רב).
דאס האב איך שוין פריער געברענגט אין די ריקארדינג פון די דין תורה צווישן לעפקאוויטש און רובין ביי נייטרא רב, ווי די נייטרא רב טענה'ט אז רובין האט גאר א שטארקע טענה אלץ השגת גבול. דא האסטו נאכאמאל די טרענסקריפט פון די דין תורה קורצע ווערזשען דיון אצל הרב ווייסמאנדל .pdf זע פעיזש 15