קאסא גראנדע סאמעטוכע

אין הלכה ווערט דערמאנט דער מושג פון טובי העיר — מענטשן וואס ווערן אנגענומען דורך די קהילה צו פירן געוויסע ענינים פון ציבור. זיי קענען מאכן תקנות פאר די קהילה, מסדר זיין געלט־ענינים, בנינים, און אנדערע ציבור־דברים.

אבער זייער כח קומט פון דעם וואס די קהילה האט זיי אנגענומען אדער מסכים געווען צו זייער הנהגה. עס איז נישט קיין אבסאלוטע בעלות אויף א פלאץ אדער אויף מענטשן.

אויב מענטשן זענען נישט צופרידן מיט די הנהגה, זענען בדרך כלל דא עטליכע וועגן:
ערשטנס, פרובירן רעדן און מסדר זיין זאכן אינעווייניג אין דער קהילה. אסאך מאל קען מען דורך שמועסן און פארשטענדעניש געפינען א solution

צווייטנס, אין טייל קהילות קען מען טוישן הנהגה — אויב די קהילה איז געבויט אויף א סיסטעם פון בחירות אדער הסכמות צווישן די תושבים.

דריטנס, אמאל פאסירט אז א גרופע מענטשן מאכט א באזונדערע קהילה מיט אייגענע בית מדרש און אייגענע הנהגה. דאס איז נישט קיין נייע זאך אין אידישע קהילות.

און עס זענען אויך מענטשן וואס לעבן אין דער זעלבער שטאט אבער זענען נישט פארבונדן צו קיין איינע פון די סטרוקטורן — זיי דאווענען אדער פירן זיך פריוואט.

טובי העיר זענען שלוחים פונעם ציבור צו פירן געוויסע ענינים, אבער זיי ווערן נישט בעלים אויף דעם ציבור.

אין אידישע היסטאריע זעט מען אסאך מאל אז ווען מענטשן זענען נישט צופרידן מיט א הנהגה, אדער מען טוישט די הנהגה, אדער מען מאכט א באזונדערע קהילה. דאס איז נישט קיין נייע זאך.

א שטאט אדער א לייפסטייל קען אויך נישט האבן קיין “קאפירייט”. מענטשן קענען אויפבויען א קהילה, אבער קיינער האט נישט אייביגע בעלות אויף א פלאץ אדער אויף מענטשן.
ערשטנס, צווייטענס און דריטענס זענען נישט קיין דריי זאכן, אלעס איז איינס. פליז ברענג וואס און ווי דאס איז נוגע פאר קאסא גראנדע, און בכלל ברענג א מקור אין הלכה צו וואס דו שרייבסט (איך בין נישטא זיך צו מתווכח זיין מיט @ אהרן און זיינע אייגן געבויעטע הלכות, האסט א מקור ברענג עס און איך וועל עס זען, און איך וועל אדער מודה זיין אדער ענטפערן), וועסטו זען אז עס איז סיי נישט ריכטיג על פי הלכה און סיי עס איז בכלל נישט נוגע לגבי קאסא גראנדע, עס איז סתם גע'חוש'ט א מוח וואס עס זעט אויס אז דו ביזט גוט מיט (ווער נישט אפענדעד, נעם עס אלץ א קאנפלימענט).

דו שרייבסט אז "אין אידישע היסטאריע זעט מען עס אסאך מאל". אויב איז עס אמת, פליז ברענג אפאר פון די אסאך מאל, איך האב נאכגעקוקט און עס איז פונקט פארקערט, די תשובה ספרים זענען פול מיט תשובות לטובת די טובי העיר, צאנזע רב שרייבט פאר א רב וואס האט געוואלט טוישן א מנהג פון טובי העיר, אז ער ווייסט נישט וועלכע תורה חדשה או ישנה דער רב וויל דא אויפמאכן, ביי אונז איז מען זיך מוסר נפש פאר זייער א תקנה (זע עטעטשט). אויך דער חתם סופר שרייבט אז א תקנה פון טובי העיר האט א דין פון א דאורייתא, אזוי ווייטער זענען די תשובה ספרים פול מיט אזעלכע פסקים.

גראדע רירסטו אן די טענה וואס די קהילת הפרושים האבן מיר פארקויפט אז קיינער האט נישט קיין אייביגע בעלות אויף א פלאץ, כאילו רובין וויל האבן בעלות אויף די פלאץ בכלל, וואס ווער עס האט געליינט מיין ריסורטש וואס איך האב באשריבן ביז אהער ווייסט שוין יעצט אז עס איז פארקערט און די קהילת הפרושים ווילן גאר זיין בעל הבית אויף רובין און זיין קהילה מענטשן, און נישט פארקערט.

טראץ דעם וואס רובין זוכט נישט צו זיין דער בעל הבית אויף א שטאט ווי דו רופסט אים, די גאנצע וואס ער בעט איז, נוץ אים נישט אויס דארט ווי דו דארפסט אים האבן כדי אים צו קענען שטויסן, ער האט געבויעט אינפראסטרוקטשער וואס זאל אים העלפן האלטן פרייזן ביליג, ער האט די רעכט? זיכער! סאו מוז ער עס לאזן אפן פאר יעדער וואס וויל אים אונטערברענגען? זיכער אז נישט!

גראדע דו זאגסט אז ער קען נישט זיין בעל הבית, און עס איז נישט גילטיג קיין קאפירייט ביי אזא פאל, ביזט ווראנג, די תורה געט יא ערשטע רייט'ס פאר א מענטש וואס האט די ערשטע אינוועסטעד געלט אדער כוח אין א פלאץ אפילו אין א שטאט, אז א צווייטער טאר אים נישט מסיג גבול זיין. (רובין האט מיר געוויזן עטליכע שטארקע תשובות אויף דעם, וועלנדיג ווייזן אז ער בעט אפילו נישט וואס קומט זיך אים על פי תורה, וואס בעט ער שוין? מען זאל האלטן פרייזן פון הייזער דורך פארקויפן מיט די זעלבע סיסטעם. איך וועל נישט ארויסלייגן די תשובות יעצט ווייל קוק וואס איך שרייב ווייטער פון נייטרא רב).

דאס האב איך שוין פריער געברענגט אין די ריקארדינג פון די דין תורה צווישן לעפקאוויטש און רובין ביי נייטרא רב, ווי די נייטרא רב טענה'ט אז רובין האט גאר א שטארקע טענה אלץ השגת גבול. דא האסטו נאכאמאל די טרענסקריפט פון די דין תורה קורצע ווערזשען דיון אצל הרב ווייסמאנדל .pdf זע פעיזש 15
 
בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_20260308-164614~2.webp
    Screenshot_20260308-164614~2.webp
    152.7 KB · געזען: 44
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ווער מעג שטימען (vote)?

אין אסאך תשובות ווערט געזאגט:

✔ מענטשן וואס נעמען טייל אין די קהילה־בעלאסטונגען (tax / expenses)

איז אפשר אז די איין ציגסטע וואס קען איז יהושע ?
 
ווער מעג שטימען (vote)?

אין אסאך תשובות ווערט געזאגט:

✔ מענטשן וואס נעמען טייל אין די קהילה־בעלאסטונגען (tax / expenses)

איז אפשר אז די איין ציגסטע וואס קען איז יהושע ?
אין הלכה געפינט מען דעם מושג פון מנהג המקום — אז א זאך וואס א קהילה האט מקבל געווען און מען פירט זיך אזוי א שטיקל צייט, קען דאס ווערן מחייב פאר די מענטשן פון דעם פלאץ.

דער מקור דערפון איז אין תלמוד בבלי מסכת פסחים נ"א:
"מקום שנהגו לעשות – עושין, מקום שנהגו שלא לעשות – אין עושין".

שפעטער שרייבט דער רמ"א אין שלחן ערוך אז מנהגים וואס א קהילה האט מקבל געווען קענען האבן א תוקף ווי א הלכה.

אבער כדי א מנהג זאל ווערן מחייב דארף מען בדרך כלל דריי זאכן:

1. עס דארף זיין באקאנט פאר די קהילה
2. מענטשן פירן זיך אזוי קביעות
3. עס איז מקובל געווארן אן קיין מחאה

יעצט איז די שאלה וואס פאסירט ווען די קהילה האט זיך שטארק געטוישט.

למשל:
פאר עטליכע יאר צוריק זענען געווען בערך 15 מענטשן אין דער קהילה און מען האט געמאכט א שטימע וועגן א געוויסע זאך.
היינט זענען שוין דא בערך 25 מענטשן, און א גרויסע טייל פון די אלטע מענטשן זענען שוין נישט דא, און נייע מענטשן זענען צוגעקומען.

א שאלה וועגן רוב הקהל און מנהג המקום אין א קליינע קהילה

איך וויל הערן מקורות אדער געדאנקען אויף א שאלה וואס איז שוין לאנג א מחלוקת.

די קהילה איז נאר בערך 5 יאר אלט. אין די ערשטע יאר איז געווען איין מענטש וואס איז געווען דער פיאניר און האט געגרינדעט דעם פלאץ.

ווען עס איז געקומען צו א געוויסע ענין, האט ער צוזאמגערופן א שטימע. לויט וואס מענטשן דערציילן, איז געווען א מצב אז ער האט נאך שפעטער צוגעלייגט נאך א שטימע כדי צו האבן א רוב. אויך זענען די שטימען נישט געווען אפן, און די וואס האבן צוגעציילט די שטימען זענען געווען זיינע אייגענע ארבעטער, ממילא האבן מענטשן געהאט חששות צי עס איז געווען ריכטיג.

זייט דעמאלטס, איז שוין דא א מחלוקת בערך 5 יאר. א טייל מענטשן זאגן אז די אלטע החלטה איז מחייב ווייל עס איז געווען א רוב, און אנדערע זאגן אז אזא שטימע קען בכלל נישט זיין גילטיג אויב עס איז געווען חששות פון אומערליכקייט.

די שאלות זענען:

1. אויב א רוב איז געווארן דורך אזעלכע אומשטענדן, האט עס א תוקף לויט הלכה?
2. קען מען זאגן אז אזא זאך ווערט א מנהג המקום אויב עס איז שוין מחלוקת דערויף די לעצטע פינף יאר?
3. און אויב רוב מענטשן וואס זענען דא היינט זענען נישט די זעלבע מענטשן פון דעמאלטס
און אפשר איז די מנהג המקום אין קאסע גראנדע זיך צו קריגן?

ס'איז דא פוסקים וואס שרייבן אז א מנהג קען נאר ווערן מחייב ווען עס איז געווען קבלה פון די קהלה אן קיין מחאה. אויב די מחלוקת גייט שוין אן יארן, איז שווער צו רופן דאס א מנהג המקום.

"און אויב די מחלוקת גייט שוין אן בערך פינף יאר, קען מען נאך זאגן אז עס איז געווארן א מנהג המקום?"

איך וואלט זיך זייער געפרייט אויב איינער קען ברענגען מקורות פון פוסקים אדער תשובות וועגן אזעלכע מצבים אין קהלות.
 
ווער מעג שטימען (vote)?

אין אסאך תשובות ווערט געזאגט:

✔ מענטשן וואס נעמען טייל אין די קהילה־בעלאסטונגען (tax / expenses)

איז אפשר אז די איינציגסטע וואס קען איז יהושע?
פון וועלכע וואויט רעדסטו?

דו ווייסט וואס ס'מיינט קהילה-בעלאסטונגען? און וואס שטייט אין די תשובות וועגן זיי?

וואס איז מיט יהושע? דו מיינסט רובין?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אין הלכה געפינט מען דעם מושג פון מנהג המקום — אז א זאך וואס א קהילה האט מקבל געווען און מען פירט זיך אזוי א שטיקל צייט, קען דאס ווערן מחייב פאר די מענטשן פון דעם פלאץ.

דער מקור דערפון איז אין תלמוד בבלי מסכת פסחים נ״א:
"מקום שנהגו לעשות – עושין, מקום שנהגו שלא לעשות – אין עושין".

שפעטער שרייבט דער רמ״א אין שלחן ערוך אז מנהגים וואס א קהילה האט מקבל געווען קענען האבן א תוקף ווי א הלכה.

אבער כדי א מנהג זאל ווערן מחייב דארף מען בדרך כלל דריי זאכן:

1. עס דארף זיין באקאנט פאר די קהילה
2. מענטשן פירן זיך אזוי קביעות
3. עס איז מקובל געווארן אן קיין מחאה

יעצט איז די שאלה וואס פאסירט ווען די קהילה האט זיך שטארק געטוישט.

למשל:
פאר עטליכע יאר צוריק זענען געווען בערך 15 מענטשן אין דער קהילה און מען האט געמאכט א שטימע וועגן א געוויסע זאך.
היינט זענען שוין דא בערך 25 מענטשן, און א גרויסער טייל פון די אלטע מענטשן זענען שוין נישט דא, און נייע מענטשן זענען צוגעקומען.

א שאלה וועגן רוב הקהל און מנהג המקום אין א קליינע קהילה

איך וויל הערן מקורות אדער געדאנקען אויף א שאלה וואס איז שוין לאנג א מחלוקת.

די קהילה איז נאר בערך 5 יאר אלט. אין די ערשטע יאר איז געווען איין מענטש וואס איז געווען דער פיאניר און האט געגרינדעט דעם פלאץ.

ווען עס איז געקומען צו א געוויסע ענין, האט ער צוזאמגערופן א שטימע. לויט וואס מענטשן דערציילן . איז געווען א מצב אז ער האט נאך שפעטער צוגעלייגט נאך א שטימע כדי צו האבן א רוב. אויך זענען די שטימען נישט געווען אפן, און די וואס האבן צוגעציילט די שטימען זענען געווען זיינע אייגענע ארבעטער, ממילא האבן מענטשן געהאט חששות צי עס איז געווען ריכטיג.

זייט דעמאלטס

איז שוין דא א מחלוקת בערך 5 יאר. א טייל מענטשן זאגן אז די אלטע החלטה איז מחייב ווייל עס איז געווען א רוב, און אנדערע זאגן אז אזא שטימע קען בכלל נישט זיין גילטיג אויב עס איז געווען חששות פון אומערליכקייט.

די שאלות זענען:

1. אויב א רוב איז געווארן דורך אזעלכע אומשטענדן, האט עס א תוקף לויט הלכה?
2. קען מען זאגן אז אזא זאך ווערט א מנהג המקום אויב עס איז שוין מחלוקת דערויף די לעצטע פינף יאר?
3. און אויב רוב מענטשן וואס זענען דא היינט זענען נישט די זעלבע מענטשן פון דעמאלטס
אין אפשר איז די מנהג המקום און גאסע גראנדע זיך צו קריגן

איך וואלט זיך זייער געפרייט אויב איינער קען ברענגען מקורות פון פוסקים אדער תשובות וועגן אזעלכע מצבים אין קהילות.

לאמיר אנהייבן מיט אביסל בעגראונד, די וואויטס זענען פארגעקומען סיון תשפ"ב נאכדעם וואס רבי מענדל גאלדבערגער וועלכע רופט זיך רימאנוב רבי אין וומ"ס האט געקויפט א הויז אין קאסא גראנדע און רובין האט (ווי באשריבן פריער) אים געעפענט א ביהמ"ד מיינענדיג אז ער האלט ביים וואוינען אין קאסא גראנדע, אבער למעשה איז ער נאר געווען אין קאסא גראנדע פאר בערך 2 חודשים, דערנאך פון ניו יארק האט מענדל גאלדבערגער און זיין זון יואל (וואס איז געקומען וואוינען פאר אביסל לענגער אין קאסא גראנדע) איז געווארן א מארטגעזש ברויקער (רובין האט אים באצאלט די קאסטן צו באקומען לייסענס אזוי אז ער זאל קענען זיין די לאקעל מארטגעזש ברויקער, און ווען ער האט באקומען די לייסענס, אנשטאט העלפן רובין האט ער עס געניצט קעגן רובין), ער האבן אנגעהויבן פליפען הייזער פאר אינוועסטארס וואס דאס האט ארויפגעברענגט די פרייזן פון הייזער פון ארום $300,000 צו $500,000! דער עולם אין קאסא גראנדע איז געווארן זייער ברוגז אויף די גאלדבערגערס און נאכן רעדן צו זיי און געזען אז זיי האלטן נישט ביים אויפהערן האבן די תושבי שכונת וויילדוואוד זיך צאנגענומען אז זיי גייען מער נישט דאווענען ביי גאלדבערגער, זיי האבן געפויעלט ביי א חשובע יונגערמאן רבי חיים וויגדער וואס האט עס קאנפירעמד מיט רבו האדמו"ר מסקולען זצ"ל אז עס איז די ריכטיגע זאך צו טון צו עפענען א ביהמ"ד ביי אים אין גאראזש אזוי זאל גאלדבערגער בלייבן אן קיין מנין און נישט שטערן דעם יישוב, אויך האבן זיך דעמאלטס אלע 19 תושבים צאמגענומען און געמאכט וואויטס פאר טובי העיר.

יעצט לאמיר מאכן א סך הכל פון וואס דו שרייבסט 1) רובין האט גענומען יצחק גרין צו ציילן די וואויטס, 2) יצחק גרין האט געארבעט פאר רובין 3) עס זענען דעמאלטס געווען 15 וואויטס. 4) רוב פון די היינטיגע מענטשן זענען נישט געווען ביי די וואויטס 5) רובין האט צוגעלייגט שפעטער איין שטימע צו באקומען רוב, 6) עס איז געווען מחלוקת דערויף גלייך פון די אנהייב.

די ערשטע פינף זאכן זענען אויסגעזויגענע שקרים פון די מענטשן וואס דו האסט עס געהערט. 1) רובין האט נישט גענומען גרין זאל ציילן די וואויטס; הער אויס די ריקארדינג פון די וואויטס ווי די גאנצע סיסטעם פון די וואויטס ווער ס'זאל קענען וואויטען און ווער ס'זאל ציילן אא"וו איז רעקארדעד, דער עולם (נישט רובין) האבן געוואויט ביי די אסיפה אז יצחק גרין זאל ציילן די וואויטס. 2) יצחק גרין האט ביז דעמאלטס נישט געארבעט ביי רובין, קהילת הפרושים האט מיר איינגערעדט דעם ליגענט אז גרין האט געארבעט אין רוביןס גראסערי אבער רוביןס געוועזענע שוואגער ארי הערשקאוויטש האט מיר קאנפירעמד אז ער האט דעמאלטס געארבעט פאר די גראסערי און נישט גרין. 3) הער אויס די ריקארדינג פון די וואויטס אז עס איז געווען 20 וואויטס 4) דאס איז אמאל זיכער אז די מענטשן וואס האבן געוואויט זיי אליין בלייבן אייביג געבינדן צו די תקנה ווי געברענגט פריער א קלארע מחבר און רמ"א, אויב נעמט מען נישט אן דעם מחבר און רמ"א דעמאלטס פליז זיי מבטל די חרם דרבינו גרשום פאר אלע אידן וואס וואוינען אין א"י, היות רוב מענטשן אין ארץ ישראל אדער אין יענע שטאט זענען ספרדישע וכדו', אזוי אויך איז קלאר אז די זעלבע מענטשן דארפן אנהאלטן זייער מנהג אפילו ווען זיי מופן צו א אנדערע פלאץ ווי איך האב געברענגט אין א פריערדיגע ענטפער דעם שולחן ערוך (זע נאכאמאל עטעטשט). אבער יעצט לאמיר זען צו עס איז בכלל אמת די הנחה אז רוב מענטשן וואס וואוינען היינט אין קאסא גראנדע האבן נישט אנגענומען אויף זיך די וואויטס, א ראיה אז די אלע וואס וואוינען היינט ביי קהילת הפרושים האבן אנגענומען די תקנות ווייל ביים איינשרייבן די קינדער אדער א טיטשער אין די מוסדות פון רובין אדער קומענדיג אין זיין כולל האבן זיי געחתמ'ט די תקנות, וואס דאס מאכט אז די מנהג איז געווען באקאנט און אפילו אנגענומען ביי יעדעם איינעם פון די קהילת הפרושים. 5) רובין האט צוגעלייגט א וואויט צו באקומען רוב, פינקט פארקערט הער אויס די ריקארדינג אז רובין האט געפויעלט ביים עולם צו לאזן מענדיל גאלדבערגער וואס איז נישט קיין תושב זאל האבן רעכט צו וואויטען, זיין וואויט איז קלאר געווען א וואויט קעגן רובין, איז קענסט נישט קומען זאגן אז ער האט צוגעלייגט א וואויט אן דעם וואס דו זאגסט די נאמען פון די צוגעלייגטע וואויט, איך האב געהערט פון אלע מענטשן ביי רובין אז עס איז א הוילע שקר, און אנשי רבינוביץ האבן מיר נישט געקענט זאגן די נאמען פון די צוגעלייגטע וואויט. 6) ריכטיג, עס איז געווען א מחלוקה נאך פאר די וואויטס, ניו יארקע אינוועסטארס, און יעצט נאך די וואויטס האט יואל גאלדבערגער די ברויקער וואס איז געווען די מייקרי השער וועגן וועם מען האט צאמגערופן די וואויטס און האט געהאפט צו באקומען סופארט און האט עס נישט באקומען, ער האט זיך צאמגעשטעלט מיט טובי' פעקעטע פון אומאן, קאסא גראנדע און שוין דעמאלטס געוואוינט אין פיניקס, און זיי האבן געפייט אז די וואויטס זענען נישט געווען יושרדיג,

גאר אינטרעסאנט איז אז אין די בריוו פון מענדל גאלדבערגער צו יצחק גרין פון די נייע טובי העיר (זע עטעטשט) שרייבט ער פארוואס די וואויטס איז נישט אויסגעהאלטן, ברענגט ער נישט קיין איין פון דיינע זעקס פוינטס, אויב זענען דיינע זעקס פוינטס אמת וואלט ער עס געדארפט דעמאלטס שרייבן נישט יעצט פיר יאר שפעטער, נישט אזוי? אנשטאט דעם שרייבט ער די סיבה פארוואס ער נעמט נישט אן די וואויטס (ווער פרעגט אים, ער וואוינט אפילו נישט אין קאסא גראנדע, אבער דאך לאמיר זען) ווייל דינא דמלכותא דינא, און מען טאר נישט וואויטען אין די פיפציג פיס פון ווי מען האט קאמפיינט, און היות דא האט מען יא (לפי דבריו ) געוואויט אויף די זעלבע פלאץ זענען די וואויטס נישט גוט, אזוי אויך שרייבט ער, אז זיכער האט רבי יחיאל שטיינמעץ געהייסן אויסמעקן עפעס א נאמען, איך האב געפרעגט פון דעמאלטסדיגע תושבים צו עס איז אמת און זיי האבן עס געלייקענט, (זיי זאגן אז גאלדבערגער האט זיך פארלייגט אז יחיאל שטיינמעץ האט געזאגט פאר איינעם וואס האט אים פארציילט נאך די וואויטס אז גאלדבערגער גייט ארום קאמפיינען אז מען זאל אים ארינוואויטן ווייל אזוי וועט זיין שלום... האט שטיינמעץ יענעם געזאגט אז עס וועט נישט ברענגן קיין שלום, קוקט דאס גאלדבערגער אן ווי א אינטערפירענס אין די וואויטס) וועגן דעם נעמט ער נישט אן די וואויטס. סאו זעסטו אז די פייט איז אלעמאל נאר געווען מיט די אינוועסטארס נישט אינטערנעל מיט דעם עולם. און דו זעסט אז די מעשיות וואס זיי פארקויפן ווערן פריש פאבריצירט כסדר, און יעדע מאל איינער פרעגט זיי אפ, לייגן זיי צו נאך א מעשה.
 
בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_20260307-213851~2.webp
    Screenshot_20260307-213851~2.webp
    85.9 KB · געזען: 37
  • Screenshot_20260309-063155~2.webp
    Screenshot_20260309-063155~2.webp
    163.4 KB · געזען: 37
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
פארדעם מיט אנדערע נאך דעם מיט דעם אין יעצט מיט אנדערע קימט אויס איז די מנהג המקום אין קאסע גראנדע זיך צו קריגן
אפשר ווילט אחר אוריס לייגן א קלארע ליסטע ווער מעג שטימען
- א קלארע רעקארד פון די שטימען
 
דו האקסט אין קאפ, ליין איבער אז די מחלוקה איז פון פארדעם געווען מיט די זעלבע מענטשן (נישט ווי די שרייבסט פארדעם מיט אנדערע). און יעצט איז די מחלוקה נישט קעגן רובין נאר קעגן די טובי העיר, און קעגן יעדעם אין די אריגינעלע קהילה, והא ראיה פארוואס ניצן זיי די זעלבע נאמען קהל חסידים פון די ערשטע קהילה, זע וויפיל זיי פראבירן צו צוברעכן די גאנצע קהילה פון רובין. שטעכענדיג יעדעם פון יענע קהילה נישט נאר רובין. עס איז א מלחמה לה' באינוועסטארס ממקום למקום. פון קענווי איילענד ביז געיטסהעד, לינדן ביז זשערזי סיטי, ערד ביז ירושלים, קרית יואל ביז קאסא גראנדע. עס איז נישט א מחלוקה מיט רובין אדער מנהג קאסא גראנדע, עס איז א מנהג אינוועסטארס מדור דור וממקום למקום וכו'

איך האב שוין צוויי מאל געשריבן און יעצט צום דריטן מאל, הער אויס די ריקארדינג פון די אסיפה פאר טובי העיר אויף א בליק וועבזייטל וועסטו זייער קלאר הערן ווער עס קען שטימען. דו ווילסטו אפשר איך זאל דיר עס אפטייפן, אבער איך האלט נישט דערביי, טרעף א אנדערע עבד. איך ברענג דיר די מראה מקום און דו קענסט עס ליינען אויב דו ווילסטו.

אודאי טרייט מען זיך אלעמאל צו שלאגן מיטן קאפ וואס ביי קאסא גראנדע איז עס רובין וואס שטייט ווי א העלד פאר זיין קאמיוניטי און בויעט די פלאץ מיט אזא געטריישאפט, און האפענטליך איז ער שוין כמעט אריבער די חבלי לידה אזוי ווי קענווי איילענד, ווי עס איז געווען ערגער פון קאסא גראנדע מיט פאליס וכדו' און ב"ה יעצט נאך ניין יאר ושקטה הארץ און זיי האבן די כוח העיר אויף די פרייזן און ב"ה די אינוועסטארס האבן בלית ברירה אראפגעלייגט די געווער
 
כ'זעה יושע רובין שרייבט אז הלל ליכטנשטיין פון די אנדערע קהילה מופט אוועק, צוזאמען מיט נאך איינעם.

מיינט דאס אז די צווייטע קהילה ברעקלט. פאר אזא מענטש ווי מיר איז דאס א חיסרון פאר א פלאץ, אז ס'איז נאר דא איין שול ווי יעדער ווייסט אויב איך קום נישט אן צו שלוש סעודות, אדער נאר איין דיין וואס דארף נישט וויסן אויב מיין ווייב איז געווארן פריגנות..
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Purim shulem 2026 casa grande Arizona

שלום שלום ...צווישען אידן .. שלום טאנץ פון ביידע קהילות נעכטן פורים אין קאסא גראנדע תשפ"ו
@תושב קאסא גראנדע, האט איר שוין געמאכט ריסערטש וואס איז דא פארגעקומען?
האט מען טאקע שלום געמאכט? האט דאס צוטוהן מיט דאס אז געוויסע פון די קהילה מאפן אוועק?
 
כ'זעה יושע רובין שרייבט אז הלל ליכטנשטיין פון די אנדערע קהילה מופט אוועק, צוזאמען מיט נאך איינעם.

מיינט דאס אז די צווייטע קהילה ברעקלט. פאר אזא מענטש ווי מיר איז דאס א חיסרון פאר א פלאץ, אז ס'איז נאר דא איין שול ווי יעדער ווייסט אויב איך קום נישט אן צו שלוש סעודות, אדער נאר איין דיין וואס דארף נישט וויסן אויב מיין ווייב איז געווארן פריגנות..
דאן האסטו בכלל א
פראבלעם מיט out of town living ,

Btw אין וויליאמסבורג ווייסט יעדער צו די דאווענסט צו נישט און ווען דיין ווייב שוואנגערט ...
 
אלס די חלק פון אינוועסטערס איז כדאי צו מאכן א וועד הרבנים מיט חושן משפט דיינים פאר אלע שטעטלעך, קיין עין הרע עס איז שוין דא היינט צענדליגע פרישע געגענטער, און איבעראל שטאלפערט מען זיך אן מיט די אינוועסטערס וואס הרגענען בידים יענעמס בלוט,
סאיז כדאי צו האבן א וועד וואס זאל דיעלען דערמיט מיט יושר, ווי קודם ווארענען , שיקן בריוון צו דין תורה, רופן זיין שווער ,טאטע, חבירים ,רב, דיין ,מוסדות פון זיינע קינדער ,און פרובירן צוריק צו האלטען פון נישט טין אזאנע שמוציגע אקטן, און אז גארנישט העלפט , מאכן א חרם קעגן די אידן ווי די אלטע היים,
אפשר מאכן א עקסטערע אשכול איבער די מחלה וואס פלאגט כלל ישראל אין יעדע געגענט
 
לעצט רעדאגירט:
@תושב קאסא גראנדע, האט איר שוין געמאכט ריסערטש וואס איז דא פארגעקומען?
האט מען טאקע שלום געמאכט? האט דאס צוטוהן מיט דאס אז געוויסע פון די קהילה מאפן אוועק?
איך האב אנגעהויבן מברר זיין. איך האב נישט געוויסט אז עס אינטרעסירט איינעם

אויפן שפיץ גופעל האב איך דערווייל געהערט אז רובין האט געשיקט משה סורקיס צו זיי, צו אינווייטן צו די סעודת פורים, כאטש וואס באמת איז רובין שטארק אנגעווייטאגט פון זיי, און ערווארט אז די חברה זאלן אים מפייס זיין, דאך למען השלום פילענדיג א אחריות ריעטשט ער ארויס צו זיי, פראבירענדיג אלע וועגן אז זיי זאלן זיך אויפהערן צו איינרעדן אז ער האט עפעס קעגן זיי פערזענליך, זיי זאלן פארשטיין אז ער האט נאר קעגן די אינוועסטארס וואס פארדרייען זיי די קאפ. כאטש וואס יעדע מאל רובין ריטשט ארויס צו זיי נעמען זיי זיך זינגן אז רובין טוט עס ווייל ער איז א קאנטראלער. דאך טוט רובין וואס ער שפירט אז עס איז ריכטיג פאר די אחריות פון די יישוב, ער האט אפילו געשיקט משה סורקיס און יצחק גרין צוריקצוגיין א ביקור גומלין ביי זיי פאר אביסל ביים סעודת משתה היין. אפילו עס איז געווען זייער שווער צו פויעלן ביי יצחק גרין ער האט נישט געוואלט גיין, ווייל זיין הארץ בלוטיגט נאך פון אלע רדיפות וואס ער האט געליטן און ליידט נאכאלץ פון די קהילת הפרושים און באמת וויל ער זיי מער נישט קענען, און די זעלבע איז באמת מיט אלע אנדערע פון רוביןס קאמיוניטי וואס וואוינען אין קאסא גראנדע פון פאר די טיילונג, דאך האט רובין אים געשטיפט אז פאר שלום וועגן זאל ער יא גיין און זיי זענען טאקע געגאנגן. אבער דערווייל אזוי ווי יעדע עפארט פון רובין איז עס נאכאמאל געסטאולט און זיי ווילן נישט זיין אויף די זעלבע פעיזש, זיי ווילן נישט ארבעטן אינאיינעם מיט רובין אויף די איין זאך צו האלטן פרייזן ביליג, נאר אויב זיי פירן אן די ועד. דערווייל זעט אויס ווי זיי גייען אריבער א סעלף-דעסטראקשען אבער לאמיר האפן אז זאכן זאלן זיך טוישן צום גוטן אן דעם וואס זיי זאלן דארפן דורכגיין נאך פארלוסטן.

סאו פאר רובין איס פרובינג מי עגעין ענד עגעין אז קיינער אנדערש קעירט נישט אזוי שטארק פאר קאסא גראנדע ווי ער.
 
די אנדערע זייט טענה'ן, אז סאיז דא אפאר מענטשן פון די אנדערע קהילה וואס וואינען דארט, וואס האבן ריסטרעינינג ארדערס פון רובין און זיי קענען נישט קומען אין בית המדרש אדער נוצן די מקוה , איז עס אמת?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
די תשובת מהרש"ג רעדט 1) פון א רב און נישט פון טובי העיר, אויך רעדט ער נאר פון הלכות קהילה נישט פון תקנות און מנהגים, (הלכות קהילה שטאמט פון א חרם דר"ת, וואס נעמט אריין סידור קידושין, שחיטה וכדו'). 2) ער רעדט פאר מענטשן וואס האבן לכתחילה נישט איינגעשטימט און נישט מקבל געווען דעם רב איבער זיך (נישט טובי העיר, וואס ביי טובים איז עס מחייב אפילו אויב איינער האט נישט מקבל געווען נאר עס גייט לויט רוב), נישט פאר די זעלבע מענטשן וואס זיי אליין האבן מקבל געווען אויף זיך די טובי העיר. 3) אויך האט געמוזט זיין אז זיי האבן זיך אפגעטיילט בהיתר. זע תשובה ס"ח. 4) עס זענען דא נאך צענדליגע חילוקים פון די תשובת מהרש"ג איז בכלל נישט שייך ביי קאסא גראנדע, די עיקר איז אז ער רעדט נישט פון דאס וואס אונז רעדן פון טובי העיר וואס פון דעם רעדט דער אלשיך און שולחן ערוך, וואס אויף דעם איז נישטא קיין איינציגע חולק.

דו ביזט נישט מדמה מילתא למילתא, 1) דו מישסט אויס טובי העיר מיט א רב, 2), ברענגסט א תשובה פאר מענטשן וואס האבן מקבל געווען אויף זיך די טובי העיר, פון א תשובה ווי מענטשן האבן לכתחילה נישט מקבל געווען די רב אויף זיך. 3) זיי האבן זיך נישט אפגעטיילט בהיתר, זיי האבן נישט געוואלט זיך אפטיילן כדי צו לעבן בשלום, והא ראיה אז זיי זענען די וועלכע פיולען די מחלוקה א גאנצע צייט דורכן שטערן רובין'ס קהילה פון אנגיין. זע דא א אימעיל פון נייטרא רב וואו ער שיקט צו רובין וואס ער האט געשיקט צו איינע פון די מייסדים פון רבינוביץ אז רובין האט מסכים געווען אלעס וואס מען האט אים געבעטן מפני דרכי שלום אבער קהילת הפרושים האבן אפגעזאגט יעדע פריוו פאר שלום, ווייל זיי ווילן זיך נאר שלאגן מיט רובין, זע עטעטשט, זעסטו דאך פון דעם אז זיי האבן זיך נישט אפגעטיילט פאר שלום וועגן.

אין קאסא גראנדע 1) האבן די זעלבע מענטשן מקבל געווען אויף זיך די טובי העיר בקהל עם און עס איז רעקארדעד. 2) מען רעדט פון טובי העיר נישט פון א רב 3) לכתחילה בשעת די מקבל זיין די טובי העיר האבן זיי נישט געהאט קיין איין תושב קעגן די טובי העיר, זיכער נישט א חלק ניכר. און נאך זאכן וואס אויב איך וועל מאריך זיין וועט עס ווערן א שנירל פאר תשובת הקדמונים סאו איך וועל עס האלטן דא.

נ.ב. זעט אויס ווי דו האסט איבערגעזאגט א מראה מקום אן אריינקוקן פון וואס ער רעדט, עיין תשובת מהרש"ג תשובה ס"ח ווי ביים זיך אפטיילן פון א רב (נישט טובי העיר) האט ער צענדליגע אופנים און תנאים וואס שטימען אינגאנצן נישט מיט די מציאות פון וואס איז געווען אין קאסא גראנדע. און נאר דעמאלטס ווען זיי האבן זייער אייגענע רב וואס וואוינט אויפן פלאץ (נישט אין בארא פארק) זענען זיי מער נישט געבינדן צו די פריערדיגע רב (עיין תשובה ס"ט אז ער שרייבט עס בתנאי פון תשובה ס"ח). ער רעדט בכלל נישט פון מנהגים און תקנות און בכלל נישט פון טובי העיר, וואס דאס איז די קלארע שולחן ערוך און פון דעם רעדט די תשובת ר"מ אלשיך.
איך האב נאכנישט אדורך געטון דיין תגובה וואס לפי הנראה זאגסטו דארט שטארק טענות - אבער באדאם ליין איז עס איז נישט פשוט אז הרב רבינוביץ האט נישט קיין זכות צו האבען אן אייגענע קהילה - עס א דין תורה ענין
און בעפאהר עס איז דא א פסק כנגדו - יש לו על מי לסמוך, און אויף הרב רובין איז חל - המוציא מחברו עליו הראיה - מי בעל דברים יגש אליהם.
 
די אנדערע זייט טענה'ן, אז סאיז דא אפאר מענטשן פון די אנדערע קהילה וואס וואינען דארט, וואס האבן ריסטרעינינג ארדערס פון רובין און זיי קענען נישט קומען אין בית המדרש אדער נוצן די מקוה , איז עס אמת?
זעט אויס דו האסט נאכנישט געליינט אלע מיינע ענטפערס ביז אהער, ווען יא וואלסטו שוין געזען די ענטפער, איך וויל נישט מטריח זיין די ליינער צו איבערשרייבן זאכן פאר יעדער וואס פרעגט איבער אן דורכליינען אלעס, ואתכם הסליחה.

גראדע בין איך נאך שולדיג צו באשרייבן די היסטאריע אונטער די ריסטרעינינג ארדערס וואס די ועד העיר האט געגעבן (נישט ווי דו שרייבסט אז רובין האט עס געגעבן), איך וועל עס נאך טון בס"ד, אבער כדי נישט צו לאזן דעם פרעגער מיטן צינג אינדרויסן וועל איך אנהייבן אויפן שפיץ גאפל.

די תמצית איז, אז עס זענען געווען טעראריסטן מצד רבינוביץ וואס האבן מאיים געווען רובין און זיין משפחה עד כדי רציחה ממש, הער אויס די לינקס וואס איך ברענג דא ווייטער, און זאג דו מיר צו דו וואלסט נישט ריסטרעינט מענטשן וואס באהאלטן נישט זייער רצון און היתר צו הרג'ן דיר און דיין משפחה. הער אויס צוויי פון די ריקארדינגס וואס רובין האט מיר געשיקט, די ערשטע איז ביי די צווייטע דין תורה צווישן רובין מיט לעפקאוויטש (נאכדעם וואס לעפקאוויטש האט נישט געפאלגט די פסק דין תורה פון נייטרא רב און רובין האט באקומען א היתר ערכאות, נאכאמאל האט רובין מסכים געווען מפני דרכי שלום צו איבערמאכן די דין תורה אבער נישט אין א בית דין וואס לאזט טוענים וואס זאגן ליגענט און שלעפן די צייט, און זיי האבן טאקע עגריט צו גיין צו בית דין אוף אמעריקא, די ריקארדינג איז פון בית דין'ס קעמערעס), מען זעט דארט ווי לעפקאוויטש האט געוואלט ברענגען ר' יחיאל שטיינמעץ אלץ עדות קעגן רובין און רוביןס לויער האט פארציילט פאר בית דין אז שטיינמעץ האט גע'פסק'נט ברבים ביי א אסיפה פון קהילת הפרושים אז עס איז א מצוה צו הרג'ענען רובין, פרעגענדיג פון די דיינים צו דער מענטש איז אפילו באגלייבט אלץ עדות, און הערט און זעט ווי לעפקאוויטש איז מאשר, יא ווייל רובין איז א רשע. יחיאל שטיינמעץ ולעפקאוויטש מאשר גם שמורידין את יהושע רובין ולא מעלין ויותר להרוג אותו. (דאס איז אויסער פון לעפקאוויטש האט גערופן טעראריזירן רובין'ס ווייב און געשיקט מעסעזשעס (איך האב קאפיס פון די מעסעזשעס אבער מפני הכבוד וועל איך עס נישט יעצט ארויסלייגן). דערנאך זעט דא ווי רובין האט געשיקט א אימעיל פאר בית דין לעצטע יאר ערב פסח פארציילענדיג אז זיין אכט יעריג יונגל איז אהיימגעקומען דערשראקן אז דריי מענטשן פון די אנדערע זייט (רבינוביץ) האבן דורכגעוואקט זייער הויז און אים דערשראקן אז זיי וועלן אים הרג'נען מיט זיין טאטע מאמע און די גאנצע משפחה. Gmail - Important recording to know why I will be doing what I gonna do..pdf און דא הערט די ריקארדינג ווי דער יונגל דערציילט עס איבער recording of rubin son telling the threath.m4a. רובין האט מיר געגעבן נאך רציחה מעסעזשעס ממש אבער איך האלט מיר צוריק פון אלעס ארויסלייגן מטעם הכמוס,

אויך האט לעפקאוויטש און ברייער אנגעדרייט בחורים אין די ישיבה ווי רובין'ס בחור לערנט אז זיי זאלן אים רודפ'ן וועגן זיין טאטע, איך האב אויך די ריקארדינגס פון רובין'ס בחור און די אנדערע בחור ווי זיי פארציילן עס. דאס אליין איז מער פון גענוג צו פארשטיין מיט וועמען רובין האט צו טון, און פארוואס ער האט ריסטרעינט געוויסע מענטשן, והא ראיה אז ער האט נישט סתם עפעס קעגן רבינוביץ קהילה אליין ווייל האלב פון זיי זענען נישט ריסטרעינט. און יואל טארים איינע פון זייערע מענטשן גייט די לעצטע דריי פערטל יאר כמעט אלע תפילות דאווענען ביי רובין און מען האט אים נישט ריסטרעינט.

תן לחכם ויחכם עוד
 
איך האב נאכנישט אדורך געטון דיין תגובה וואס לפי הנראה זאגסטו דארט שטארק טענות - אבער באדאם ליין איז עס איז נישט פשוט אז הרב רבינוביץ האט נישט קיין זכות צו האבען אן אייגענע קהילה - עס א דין תורה ענין
און בעפאהר עס איז דא א פסק כנגדו - יש לו על מי לסמוך, און אויף הרב רובין איז חל - המוציא מחברו עליו הראיה - מי בעל דברים יגש אליהם.
צוויי ווראנג מאכט עס נאכנישט גערעכט! ווען איינער ברענגט א ווראנג תשובה וואס איז בכלל נישט שייך צו יענע הלכה קען ער נישט זאגן אז יעצט איז עס א דין תורה, (אגב רובין האט גערופן רבינוביץ אין דין תורה און ער דרייט זיך ארויס פון קומען. איך האב שוין עטעטשט די הזמנה ערגעץ פריער)

עס איז יא פשוט אז רבינוביץ האט נישט קיין זכות צו האבן א אייגענע קהילה. ואין לו על מי לסמוך אויסער אויף אינוועסטארס וואס איך האף אז זיי באצאלן אים שיין פאר די שמוציגע ארבעט.

פליז זיי מסביר וויאזוי ווערט רובין המוציא מחברו? און וועלעכע ראיה האט רובין נאכנישט געברענגט? המפורסם אינו צריך ראיה, יעדער ווייסט אז רובין האט מייסד געווען די אידישע קהילה אין קאסא גראנדע, בנוגע הלכה האט רובין אסאך ראיות אבער צו וועמען זאל ער עס ברענגן?
. אין בית דין, ער טרייט אבער רבינוביץ קומט נישט,
. און קארט, ער האט שוין טאקע א היתר ערכאות קעגן עטליכע פון יענע מענטשן און ער גייט טאקע ברענגן זיינע ראיות,
. ער זאל ברענגן זיינע ראיות פארן המון עם? אדרבה טייערע ליינער זאגט אונז ווי, האט דען כלל ישראל א פלעטפארם ווי מען קען אויסשרייען א אמתע זאך? ער זאגט עס טאקע פאר רבנים און פאר יעדעם וואס פרעגט, און איך שרייב עס טאקע דא און זיינע מענטשן רעדןמאויך צו זייערע משפחות און צוביסלך טאקע שווימט ארויף די אמת. און זיין קהילה וואקסט און בליט טראץ די אלע רדיפות, ימים ידברו אלעס וועט בקרוב זיין קלאר בס"ד
 
דו האקסט אין קאפ, ליין איבער אז די מחלוקה איז פון פארדעם געווען מיט די זעלבע מענטשן (נישט ווי די שרייבסט פארדעם מיט אנדערע). און יעצט איז די מחלוקה נישט קעגן רובין נאר קעגן די טובי העיר, און קעגן יעדעם אין די אריגינעלע קהילה, והא ראיה פארוואס ניצן זיי די זעלבע נאמען קהל חסידים פון די ערשטע קהילה, זע וויפיל זיי פראבירן צו צוברעכן די גאנצע קהילה פון רובין. שטעכענדיג יעדעם פון יענע קהילה נישט נאר רובין. עס איז א מלחמה לה' באינוועסטארס ממקום למקום. פון קענווי איילענד ביז געיטסהעד, לינדן ביז זשערזי סיטי, ערד ביז ירושלים, קרית יואל ביז קאסא גראנדע. עס איז נישט א מחלוקה מיט רובין אדער מנהג קאסא גראנדע, עס איז א מנהג אינוועסטארס מדור דור וממקום למקום וכו'

איך האב שוין צוויי מאל געשריבן און יעצט צום דריטן מאל, הער אויס די ריקארדינג פון די אסיפה פאר טובי העיר אויף א בליק וועבזייטל וועסטו זייער קלאר הערן ווער עס קען שטימען. דו ווילסטו אפשר איך זאל דיר עס אפטייפן, אבער איך האלט נישט דערביי, טרעף א אנדערע עבד. איך ברענג דיר די מראה מקום און דו קענסט עס ליינען אויב דו ווילסטו.

אודאי טרייט מען זיך אלעמאל צו שלאגן מיטן קאפ וואס ביי קאסא גראנדע איז עס רובין וואס שטייט ווי א העלד פאר זיין קאמיוניטי און בויעט די פלאץ מיט אזא געטריישאפט, און האפענטליך איז ער שוין כמעט אריבער די חבלי לידה אזוי ווי קענווי איילענד, ווי עס איז געווען ערגער פון קאסא גראנדע מיט פאליס וכדו' און ב"ה יעצט נאך ניין יאר ושקטה הארץ און זיי האבן די כוח העיר אויף די פרייזן און ב"ה די אינוועסטארס האבן בלית ברירה אראפגעלייגט די געווער
1) אהרן גראסמאן
2) טובי פעקעטע
3) משה ישעי' פירטה Arizona kosher resorts
4) ראובן יוסף לעפקאוויטש
5) שטיימעטץ
6) גאלדבערגער
7) יואל גאלדבערגער
8) ראבינאוויטש
9) ברונשטיין
10) ברייער
11) נחמן לעפקאוויטש
13) אנשיל פערל
14) עסטרייכער
15) דאנציגער
16) זעליגאלד
17) ליבערמאן
18) ישראל שיף
ווער קען מיר העלפן מיט נאך

קומט אויס איז די מנהג המקום אין קאסע גראנדע זיך צו קריגן.
 
זעט אויס דו האסט נאכנישט געליינט אלע מיינע ענטפערס ביז אהער, ווען יא וואלסטו שוין געזען די ענטפער, איך וויל נישט מטריח זיין די ליינער צו איבערשרייבן זאכן פאר יעדער וואס פרעגט איבער אן דורכליינען אלעס, ואתכם הסליחה.

געראדע בין איך נאך שולדיג צו באשרייבן די היסטאריע אינטער די ריסטרעינג ארדערס וואס די ועד העיר האט געגעבן נישט ווי דו שרייבסט אז רובין האט עס געגעבן, איך וועל עס נאך טון בס"ד, אבער נישט צו לאזן דעם פרעגער מיטן צינג אינדרויסן וועל איך אנהייבן אויפן שפיץ גופעל, די תמצית איז געווען אז עס זענען געווען טעראריסטן מצד רבינוביץ וואס האבן מאיים געווען רובין און זיין משפחה עד כדאי רציחה ממש הער אויס די לינקס וואס איך ברענג דא ווייטער, און זאג דו מיר צו דו וואלסט נישט ריסטרעינט מענטשן וואס באהאלטן נישט זייער רצון און היתר צו הרג'ן דיר און דיין משפחה. הער אויס צוויי פון די ריקארדינגס וואס רובין האט מיר געשיקט, די ערשטע איז ביי די צווייטע דין תורה צווישן רובין מיט לעפקאוויטש (נאכדעם וואס לעפקאוויטש האט נישט געפאלגט די פסק דין תורה פון נייטרא רב און רובין האט באקומען א היתר ערכאות, נאכאמאל האט רובין מסכים געווען מפני דרכי שלום צו איבערמאכן די דין תורה אבער נישט אין א בית דין וואס לאזט טוענים וואס זאגן ליגענט און שלעפן די צייט, און זיי האבן טאקע עגריט צו גיין צו בית דין אוף אמעריקא, די ריקארדינג איז פון בית דין'ס קעמערעס), מען זעט דארט ווי לעפקאוויטש האט געוואלט ברענגן ר' יחיאל שטיינמעץ אלץ עדות קעגן רובין און רוביןס לויער האט פארציילט פאר בית דין אז שטיינמעץ האט געפסקנט ברבים ביי א אסיפה פון קהילת הפרושים אז עס איז א מצוה צו הרג'ן רובין, פרעגענדיג פון די דיינים צו דער מענטש איז אפילו באגלייבט אלץ עדות, און הערט און זעט ווי לעפקאוויטש איז מאשר, יא ווייל רובין איז א רשע. יחיאל שטיינמעץ ולעפקאוויטש מאשר גם שמורידין את יהושע רובין ולא מעלין ויותר להרוג אותו. (דאס איז אויסער פון לעפקאוויטש האט גערופן טערארעזירן רוביןס ווייב און געשיקט מעסעזשעס (איך האב קאפיס פון די מעסעזשעס אבער מפני הכבוד וועל איך עס נישט יעצט ארויסלייגן). דערנאך זעט דא ווי רובין האט געשיקט א אימעיל פאר בית דין לעצטע יאר ערב פסח פארציילענדיג אז זיין אכט יעריג יונגל איז אהיימגעקומען דערשראקן אז דריי מענטשן פון די אנדערע זייט (רבינוביץ) האבן דורכגעוואקט זייער הויז און אים דערשראקן אז זיי וועלן אים הרג'ן מיט זיין טאטע מאמע און די גאנצע משפחה. Gmail - Important recording to know why I will be doing what I gonna do..pdf און דא הערט די ריקארדינג ווי דער יונגל דערציילט עס איבער recording of rubin son telling the threath.m4a. רובין האט מיר געגעבן נאך רציחה מעסעזשעס ממש אבער איך האלט מיר צוריק פון אלעס ארויסלייגן מטעם הכמות, אויך האט לעפקאוויטש און ברייער אנגעדרייט בחורים אין די ישיבה ווי רוביןס בחור לערנט אז זיי זאלן אים רודפן וועגן זיין טאטע, איך האב אויך די ריקארדינגס פון רוביןס בחור און די אנדערע בחור ווי זיי פארציילן עס. דאס אליין איז מער פון גענוג צו פארשטיין מיט וועמען רובין האט צו טון, און פארוואס ער האט ריסטרעינט געוויסע מענטשן, והא ראיה אז ער האט נישט סתם עפעס קעגן רבינוביץ קהילה אליין ווייל האלב פון זיי זענען נישט ריסטרעינט. און יואל טארים איינע פון זייערע מענטשן גייט די לעצטע דריי פערטל יאר כמעט אלע תפילות דאווענען ביי רובין און מען האט אים נישט ריסטרעינט.

תן לחכם ויחכם עוד
איך גיי קיינמאל וויסן רובין'ס מעשהם טובים אבער קורט אויס גאר שלעכט
 
Back
Top