קאסא גראנדע סאמעטוכע

וען איך האב באזיכט קאסא גראנדע האב איך אויך גערעדט מיט רובין, ער איז באמת א נערמאלער פיינער מענטש, זיין פראבלעם איז אז ער האלט אז אלעס דארף גיין וויאזוי ער דיסייט ״לטובת הישוב״.
עס קען אפילו זיין אז ער איז גערעכט אז עס מוז זיין א קאנטראולער אין אזא פיצי ישוב, די מציאות איז אז מענטשן האבן עס נישט ליב, און זיי זענען נישט אינטערעסירט זיך צי מכניע זיין אונטער א קאנטראולער.
יהושוע רובין טענה׳ט צו זיין, אז די האסט א פראבלעם אז איך קאנטראל דעמאלטס קום נישטא, גיי צי א צווייטע ישוב.
די צד שכנגד טענהט אז זיי זענען שוין דא און זיי זענען נישט מחויב צי גיין אין גלות ווייל ער וויל זיין א קאנטראלער.
מילא האלטן זיי נישט ביים אוועקגיין
פון איין זייט איז רובין גערעכט אז ער האט אויפגעשטעלט די פלאץ און אריינגעלייגט די געלט
מצד שני איז אמעריקא א פרייע לאנד (און שכל הישר זאגט אויך) און מען קען נישט זאגן פאר א מענטש, דא איז מיין שטאט, גיי אוועק פון דא, ובפרט אז זיי זענען נישט געקומען אויף זיך צי שלאגן, זיי זענען געקומען בתם לבב, און זיי האבן נישט געוויסט אז ער איז א קאנטראלער.

ווען איך בין געווען אין רובין׳ס שול האט קיינער נישט גערעדט איבער די מחלוקת, און איך האב ניטאמאל געוויסט אז ס׳דא א מחלוקת.
איך האב מיך געווינדערט ווי די מענטשן זענען ווייל זיי האבן געזאגט אז ס׳וואוינען דרייסיג מענשטן, און אית בית מדרש איז נאר געווען פופצן.
יהושוע האט מיר גענטפערט אויף דעים אז זיי זענען געפארן אויף שמחות מיט באבע תירוצים, און איך האב עס נישט אפגעקויפט.
איך האב ארום געפרעגט נאך אפאר מענטשן, ביז איינער האט מיר מגלה געווען אז ס׳דא נאך א בית מדרש און א ס׳דא מחלוקת, אבער ער האט נישט געוואלט רעדן פון דעם.

פיין בין איך געגאנגען צי די ראבינאוויוש בית מדרש, האט יעדער איינער גערעדט גלייך פון די מחלוקת און געהעצט אויף רובין. און דערציילט די גאנצע מעשה מיט אלע דיטעילס.

מילא אלץ עצה טובה, אנשי ראבינאוויטש, עס געט זייער א שלעכטע אימעדזש פאר א בית מדרש ווען מען שטייט אין מען רעדט אויף די צד שכנגד (אפילו אויב ענק זענען גערעכט) עס געט א פילינג אז מען דיעלט מיט בעלי מחלוקת. איך פארשטיי אז ענק זענען אנגעווייטאגט אויף עם, אבער עס לוינט נישט זיך צי פארשמירן די נאמען אפילו אויב מען איז גערעכט.
עס ווינדערט מיר זייער פארוואס יעדער וואס חזרט איבער אז ער איז א קאנטראלער קען נישט ארויסברענגן עפעס מער פון דעס אז רובין האלט אז ער האט געבויעט די געגענט אלץ א היימישע געגענט און דערפאר דארף ער נישט פאלגן וואס אנדערע זאגן אים צו טון ווען עס קומט צו די סאבזשעקט פון אינוועסטארס, איך האב געפרעגט די מענטשן פון קהילת הפרושים א אינטרעסאנטע זאך, ווי נאך ווייזט רובין ארויס אז ער איז א קאנטראלער, ווייל געווענטליך ווען א מענטש האט די נאטור פון זיין א קאנטראלער ווייזט זיך עס ארויס ביי מערערע פעלער, קיינער האט נישט געקענט ווייזן אויף אנדערע פעלער אז רובין האט די נאטור. קומט אויב אז אויב זיי קענען נישט אנווייזן אויף א אנדערע פאל ווי רובין איז א קאנטראלער דעמאלטס הייסט עס נישט א קאנטראלער נאר א מענטש מיט גאר שטארקע פרינציפן.

דא אין קרעמל זע איך די זעלבע זאך, די וועלעכע פארשטייען אביסל די קהילת הפרושים פארשטייט זיי נאר ווייל מען קען נישט לעבן אינטער א קאנטראלער, אבער ווען מען פרעגט זיי וואס טוט רובין פאר קאנטראל קומט אלעמאל די זעלבע ענטפער, אז ער מיינט אז ער קען אליין אפמאכן ווי אזוי צו האנדלן מיט אינוועסטארס אדער מיט מענטשן וואס העלפן אינוועסטארס, ביי מיר האט די תירוץ געוויזן אז רובין איז קלאר נישט א קאנטראלער, ווייל ער האט נישט די נאטור פון קאנטראלן ביי עניטינג עלס.

ראיה לדבר אז רוב תושבי קאסא גראנדע אריבער צוואנציג ראשי משפחות פון רוביןס קהילה זאגן אז די מענטשן וואס זינגען אז רובין איז א קאנטראלער זענען אנגעווייטאגט ווייל זיי באקומען נישט גענוג קרעדיט אז זיי זענען פון די מייסדי היישוב, און זיי וועלן טון אלעס צו אנדער-מיינען רובין אזוי אפשר וועלן זיי קענען נעמען מער קרעדיט, אזויווי איינער האט דא געפרעגט "איז הלל נישט געווען אין קאסא גראנדע גלייך פון דער אנהייב?" (איך האב עס אויך געהערט פון זיי אויף א אנדערעם נישט אויף הלל) זיי זאגן אויף מענטשן ווי הלל וואס איז געקומען דריי יאר נאך רובין אז ער איז שוין געווען גלייך פון אנהייב, אלעס נאר צו אנדער-מיינען רוביןס קרעדיט.

יעצט האב איך פאר דיר גרויסע נייעס, ביי מיין ריסורטש האב איך מיר איבערצייגט אז רובין איז גאר די פארקערטע פון א קאנטראלער , ער איז כמעט גארנישט מחליט אליין. ער האט מיט זיך די ועד העיר וואס באשטייט פון אים מיט די אנדערע טובי העיר וואס די עולם האט אריינגעוואויט י"ב סיון תשפ"ג עס איז געווען פאבליק וואויטס, עס איז דא די ריקארדינג פון די אסיפה און די וואויטס אויף א בליק לייוו, די צווי אנדערע זענען גאר געשמאקע יונגעלייט, איינער איז משה אברהם ברוין א סאטמארע געשמאקע יוד וואס האט שוין חתונה געמאכט די קינדער און איז שוין א בן ארבעים לבינה. דער צווייטער איז יצחק גרין א סקווירא יונגערמאן, א זון פון הרב בנימין גרין, א מער אפענע יונגערמאן זייער מעורב בין הבריות. איך האב גערעדט מיט זיי ביידע, ביידע האבן מיר מודה געווען אז עס איז נישט געווען קיין איין החלטה אין די נושא פון אינוועסטארס וואס רובין האט געטון אליין. יעדע מאל עס איז געווען עפעס אויפן טיש האבן זיי זיך צאמגעזעצט און נאכן אויסשמועסען די נושא וואס האט על פי רוב גענומען אסאך שעות, האט די ועד געוואויט ווי אזוי זיך צו פירן און דאס האט מען געטון.

איך גיי ענק איבערזאגן נאכאמאל און נאכאמאל, איך בין געזיצן אין קאסא גראנדע פאר צוויי וואכן. איך האב גערעדט מיט יעדעם איינעם פון ביידע זייטן. און איך האב קלאר געזען אז רובין איז הונדערט פראצענט גערעכט מיט אלעס, איך האב עס נישט געקענט אראפשלינגן, עס האט מיר געקוועטשט די זעלבע וואס קוועטשט ענק, אז עס מוז זיין אז קהילת הפרושים האבן עפעס א טענה, איך בין צוריק קיין ניו יארק און זיך געטראפן מיט זייער רב רבינוביץ, און מיט רבי יחיאל שטיינמעץ אויך האב איך גערופן די אלטע תושבים וואו חיים וויגדער, יחזקאל מענדלאוויטש, אליעזר זוסיא גורעלניק, משה מייזעלס, מענדיל גאלדבערגער, רוביןס ברידער מענדל רובין פון א בליק לייוו. פון א חלק פון די מענטשן האב איך געהערט אויף רובין נאר מעלות, און פון אנדערע האב איך געהערט אסאך טענות אויף רובין, אבער אלעס איז געווען אז ער איז א קאנטראלער, ווי זעט מען זיין קאנטראלער נעיטשער? ער מאכט אליין אפ ווי אזוי צו האנדלן מיט אינוועסטארס, ער מיינט ער פארשטייט אלעס אליין (אין אנדערע ווערטער, זיי האבן געוואלט זיין ווער ס'איז די קאנטראלער און רובין האט זיך נישט געלאזט קאנטראלן פון זיי) וחוזר חלילה יעדער איינער האט געזינגן די זעלבע ניגון אויף א אנדערע רידעם.

סאו פרעג איך דיר @המן טאש די חזרסט עס איבער ווייל דו האסט עס גוט דורכגעטון אדער דו האסט נאר גערעדט מיט צוויי אדער דריי מענטשן און געמוזט אננענעמען אז רובין איז א קאנטראלער ווייל אויב נישט דעמאלטס פארשטייסטו נישט די קהילת הפרושים? איך פרעג ווייל אויב נאך איינער האט עס גוט דורכגעטון און האלט אנדערש פון מיר וויל איך זיך אויסשמועסען מיט יענעם.
 
סיי הרב ברוין ארבעט פאר עם אין די מוסד אין סיי יצחק גרין ארבעט פאר עם ער פירט די גראסערי צי וואס.
סאו אוואדאי זענען זיי מסכים צי וואס ער זאגט (נישט צי מדמה זיין אבער ס׳ענליך צי נארט קאריע וואס באקומט הונדרעט פראצענט פון די וואוטס ביי די עלעקשען.)
לאז אפ די אינוועסטארס ווייל איך נעם מיך בכלל נישט אן פאר זיי, זיי זענען שלעכטע מענטשן וואס רייטן אויף יענעם׳ס ארבייט.
איך רעד פון די פשוטי עם, וואס האלטן נישט ביי זיין אין א קהילה וואס איין יענטש מאכט אלעס אפ מיט זיין וועד וואס איז ביי עם אויף פעיראול און זיי שאקלן צי מיטן קאפ.
יעצט די ווארטסט אז איך זאל זאגן שמוציגע מעשיות אויף רובין, סארי דעס גייט נישט געשען, ווי ווייט איך ווייס איז ער א וואוילע מענטש.
זיין פראבלעם איז אז וואס ער מאכט אפ לגבי די קהילה אנגעלעגנהייטן אזוי איז, און דער עולם איז נישט מסכים צי דעים. ובפרט אז אלעס קומט מיט א סטראשע אז אויב פאלגסטו נישט קענסטו נישט ניצן מיינע סערוויסעס.
ווי ער אליינס רופט זיך א ארגענעזעישען נישט קיין קהילה, ער זעט זיך אלץ די יושב ראש פון א נאנפראפיט וואס קען ווארפן א ארבייטער פאר סיי וועלכע סיבה.
סקען זיין אז אזוי דארף עס צי זיין אזויווי די ראש הקהל פון שטעטל. אבער די היינטיגע עולם איז נישט אינטערעסירט און דעם.
און פליז סטאפ מיך צי געזלייטן מיט ווערטער וואס איך האב נישט געזאגט. לייג מיר נישט אריין קיין ווערטער אין מויל כאילו איך נען מיך אן פאר די אינוועסטערס, די ביסט זייער נישט אנעסט מיט דיין וועג פון שרייבן, איך הייב שוין אן טראכטן אז די ווערסט באצאלט פון יהושיע רובין.
און יא איך האב גערעדט מיט רוב אנשי רובין און מיט רוב אנשי ראבינאוויטש

יעצט זאג איבער נאכאמאל דעי ליגענט אז די וואס נעמען זיך אן פאר ראבינאוויטש האבן טענות אויף רובין ווייל זיי זענען אינוועסטארס, פאלנער שקרן די איינער. די לייגסט אריין ווערטער אין מיין מויל און נאכדעם האסטו טענות.
 
סיי הרב ברוין ארבעט פאר עם אין די מוסד אין סיי יצחק גרין ארבעט פאר עם ער פירט די גראסערי צי וואס.
זענען זיי מיט יהושע רובין וועד העיר? ס'איז א קליינע קאמיוניטי, מילא איז עס אזוי ווי א וועד הקהילה. האסט שוין געזען אמאל א קהילה ווי יעדער פון די קהילה האט בעלות וואס צו טון מיט עניני הקהילה? איך האב נאכנישט געזען אזאנס. יעדע קהילה האט א הנהלה וואס פירט עס. אויב איינער האט א פארשלאג קען מען עס איבערגעבן פאר די הנהלה, די הנהלה שמועסט עס דורך און באשליסען אויב זיי גייען פאר עס אדער ס'גייט אראפ פון טיש. צו זאגען "זיי ארבעטען פאר רובין" איז נישט קיין טענה. זיי ארבעטען "מיט רובין" לטובת הקהילה. דריי מענטשען מיט אנדערע מיינדסעטס איז איבער גענוג צו פירען א קהילה, ספעציעל אזא קליינע קהילה. שטעל דיך יעדער דארט פירט די קהילה און יעדער וויל אז אינדערוואכן זאלען די טישען אין ביהמ"ד האבען טישטעכער מיט די קאליר וואס זיי האבען ליב, איינער וויל גרין, איינער בלוי, איינער פערפל, איינער אראנדזש, איינער געל, איינער שווארץ, וכדומה, יעדער וועט אראפשלעפן יענעמ'ס טישטעכער און לייגען זייער טישטעכער, ווייל יעדער איז בעה"ב אין די קהילה, "קיינער טאר עס נישט קאנטראלען". קהילות פון טויזענטע מענטשען זענען זיך מכניע פאר איינצעלנע ראשי הקהילה, אבער אין קאסא גראנדע הייסט עס "קאנטטטראלללט" אויב ס'איז דא ראשי קהילה. זיי זענען ממש וויקטימס, מיין הארץ גייט אויס פאר רחמנות אויף זיי.
 
ווען איך בין געווען אין קאסא גראנדע האט מען מיר אויך געטרייט צו זאגן אז זיי ארבייטן ביי רובין, איך האב זיי צוריקגעפרעגט צו פארשטיין פארוואס דעס מאכט אויס, זיי אליין די מענטשן ביי רבינוביץ האבן אויך אלע געארבייט ביי רובין מיט דעם אלעם האבן זיי נישט געהאט קיין פראבלעם צו איבערלאזן די זשאב און זיך שלאגן מיט רובין, סאו פארוואס האט ברוין און גרין נישט געטון די זעלבע זאך, אבער דאך בין איך געגאנגן מברר זיין און געזען אז עס בכלל נישט אמת אז זיי ארבייטן ביי רובין.

1. ברוין ארבעט נישט ביי רובין. ער האט געארבעט ביי אים פאר בערך איין יאר, ביז אנהייב יאר תשפ"ג, ער וואוינט אין א דירה געדינגען פון רובין, וואס א נדבן באצאלט די רענט.

2. גרין ארבייט אויך נישט פאר רובין, איך האב געהערט זייער ליגענט אז גרין ארבייט אין די גראסערי, עס איז נישט אמת, אברהם חיים נאס ארבייט אין די גראסערי, מיט איינער john.

סאו זיי זענען נישט אויף רוביןס פעיראל און עס איז נישט ווי נאורט קאריע

יעצט לאמיר דיר פרעגן אויב די ווילסטו האבן א נארמאלע קאנווערסעישן אנקומען צו אלעס וואס איך האב געריסורטשט? איך בין נישטא צו אטאקירן קיינעם פערזענליך, איך ווייס נישט וועלעכע ווערטער איך האב אריינגעלייגט אין דיין מויל, אויב האב איך נישט געכאפט וואס איך האב געטון פליז מאך מיר אויפמערקזאם. ביטע ווייז מיר מיט וואס איך בין נישט אניסט מיט מיין וועג פון שרייבן, אויב האסטו עפעס צו זאגן רעד קלארע ווערטער נישט קיין בלאנדע לאלעך.
 
געב אכטונג נישט צי באקומען קיין הארץ אטאקע, ווייל עס איז א שאד, ווייל זיי האבן זיך שוין אפגעטיילט.
קיינער זאגט נישט אז א קהילה דארף גיין אז יעדער זאל טון וואס עס שמעקט עם, אבער מען דארף זיך אויך רעכענען מיט דעת הקהל, ווייל אויב נישט גייען זיי זיך אפטיילן און מאכן א אייגענע קהילה, אזויווי עס איז טאקע געשען אין קאסא גראנדע.
מילא זעה איך נישט קיין שום טענה וואס רובין קען האבן אויף די נייע קהילה, די האסט דיך נישט גערעכנט מיט דעת הקהל האבן זיי געמאכט שבת פאר זיך, וואס וויינסטו יעצט?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh

cleardot.gif
ברוין איז א מלמד ביי רובינס חדר וואס ווערט אויסגעעהאלטן מער ווייניגער ביי רובין. די נדבן וואס צאלט זיין רענט איז רובי.ן
גרין איז די מעמדזשער פון די גראסערי און אויך ער איז בעיסיקלי יהושוע רוביןס גבאי.
פארוואס ברוין און רובין האבן זיך נישט אפגעזאגט, זעהט אויס אז זיי זענען גרייט צי ווערן קאנטרעלירט אדער זענען זיי נישט גריייט צי פארלירן זייער דזשאב.
אויב קענסטו הרב ברוין פארשטייסטו אויך אז דער בחור פליעט אביסל, איך ווייס נישט צי ער נעמט דראגס אבער ער איז נישט ממש דאהי, מילא אזא מענטש געט נישט קיין שיט פאר אזאלכע זאכן.
בקיצור זיי זענען יא אויף רובין׳ס פעיראל און עס איז נישט קיין עבירה צי האבן א דזשאב. אבער קיין וועד העיר איז עס נישט.

די האלטסט און איין אראפלייגן כאילו איך נעם מיך אן פאר אינוועסטערס, וואס די איז בכלל נישט אמת.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
נישט יעדער “פארלירט” א דעבאטע ווייל ער האט נישט קיין ענטפער. אמאל קען מען פשוט נישט מסביר זיין געפילן.

אסאך החלטות קומען פון טיפע רגשות און איבערלעבונגען וואס מען קען נישט אריינלייגן אין ווערטער. דאס מיינט נישט אז עס איז נישט אמת.

מען קען נישט דן זיין נאר לויט אינפארמאציע און באווייזן. אין א קהילה דארף מען אויך רעכענען מיט געפילן — ווייל געפילן קען מען נישט איגנאָרירן.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
cleardot.gif
ברוין איז א מלמד ביי רובינס חדר וואס ווערט אויסגעעהאלטן מער ווייניגער ביי רובין. די נדבן וואס צאלט זיין רענט איז רובי.ן
גרין איז די מעמדזשער פון די גראסערי און אויך ער איז בעיסיקלי יהושוע רוביןס גבאי.
פארוואס ברוין און רובין האבן זיך נישט אפגעזאגט, זעהט אויס אז זיי זענען גרייט צי ווערן קאנטרעלירט אדער זענען זיי נישט גריייט צי פארלירן זייער דזשאב.
אויב קענסטו הרב ברוין פארשטייסטו אויך אז דער בחור פליעט אביסל, איך ווייס נישט צי ער נעמט דראגס אבער ער איז נישט ממש דאהי, מילא אזא מענטש געט נישט קיין שיט פאר אזאלכע זאכן.
בקיצור זיי זענען יא אויף רובין׳ס פעיראל און עס איז נישט קיין עבירה צי האבן א דזשאב. אבער קיין וועד העיר איז עס נישט.

די האלטסט און איין אראפלייגן כאילו איך נעם מיך אן פאר אינוועסטערס, וואס די איז בכלל נישט אמת.
על אחרון ראשון איך זע נישט קיין איינמאל ווי איך האב אראפגעלייגט כאילו דו נעמסט דיר אן פאר אינוועסטארס, זיכער זע איך נישט ווי איך האלט אין איין אזוי אראפלייגן, אויב האסטו באמת אזוי געפילט פליז זיי מיר מוחל.

פאר איך ענטפער בכלל צו די הוילע פאנטאזיע אז גרין און ברוין ארבייטן פאר רובין, אפשר קענסטו מיר מסביר זיין פארוואס האט דער עולם אריינגעוואויט פאר טובי העיר פינקט די דריי מענטשן, די קשיא איז פארוואס האבן זיי אריינגעוואויט דעם רובין אליין, ער איז דאך די קים זשאנג אן בכבודו ועצמו, ער איז זיכער ערגער פון זיין ארבייטער, נאכדעם איז די פראגע פארוואס האט די עולם טאקע אריינגעוואויט צוויי ארבייטער פון רובין? (דעמאלט איז ברוין נאך געווען א מלמד ביי רובין) אלא מאי דער עולם וואס זענען געווען די עיקרי נחשונים האבן דוקא געהאט די טראסט אין די מענטשן אפילו אויב זיי ארבייטן ביי רובין. מענטשן האבן זיי אריינגעוואויט, ליוו וויז איט.

יעצט צוריק צו דעס וואס דו טענהסט אז איך זאג ליגנט, און באמת איז נאך ברוין יא א מלמד און גרין ארבייט פאר רוביןס גראסערי, לאמיר זען. די תלמוד תורה פון רובין באשטייט פון דריי קלאסן צאמגעשטעלטע עיזשעס, די קליינע קינדער מלמד איז שלמה סעבאג, די מיטעלע קלאס איז נפתלי גראס און די עלטערע קלאס איז ברוך אברהם ברויער. און ווי איך האב געשריבן פריער איז ברוין ארויס פון מלומדות שבט תשפ"ג און בלית ברירה נישט האבעהדיג א צווייטע האט מען אויפגענומען מנחם פאכטמאן אלץ מלמד אנשטאט אים, אויב האסטו אנדערע אינפארמעישן פליז טשעק עס אויס נאכאמאל, צו ברוין איז א צורודערטע פארשוין וועסטו פרעגן זיינע פאלאויערס נישט מיר, עס קומט בכלל נישט אריין.

גרין, האט א קאמפאני פארזש, און קוק איבער זיין יו-טוב טשענעל פאר א שיינע פאר קליפס ווי אברהם חיים נאס מענעזשט די גראסערי מיט זיין שווער משה סורקיס, סאו פליז מאך בעסערע ריסורטש.
 
מחול לך

זיי טענהן אז מען האט געמאכט בחירות און רובין האט פארלוירן, מילא האט ער אוועק געמאכט די גאנצע בחירות.

איך האב קיינמאל געזאגט אז ברוין איז צורודערט
פאכטמאן איז ביי ראבינאוויטש
גראסס איז געקומען א יאר צוריק
ברוין איז יא א מלמד
גרין, האט א קאמפאני פארזש, און קוק איבער זיין יו-טוב טשענעל פאר א שיינע פאר קליפס ווי אברהם חיים נאס מענעזשט די גראסערי מיט זיין שווער משה סורקיס, סאו פליז מאך בעסערע ריסורטש.
ביסט גערעכט לגבי די גראסערי. אבער גרין איז רוביןס הויז בחור/CEO רוף עס וויאזוי די ווילסט.
 
מחול לך

זיי טענהן אז מען האט געמאכט בחירות און רובין האט פארלוירן, מילא האט ער אוועק געמאכט די גאנצע בחירות.

איך האב קיינמאל געזאגט אז ברוין איז צורודערט
פאכטמאן איז ביי ראבינאוויטש
גראסס איז געקומען א יאר צוריק
ברוין איז יא א מלמד

ביסט גערעכט לגבי די גראסערי. אבער גרין איז רוביןס הויז בחור/CEO רוף עס וויאזוי די ווילסט.
עס איז כמעט נישטא קיין איין ווארט וואס דו שרייבסט וואס איז אמת, איך ווייס נישט ווי אנצוהייבן. אבי האסט שוין מודה געווען אויף איין זאך אז יצחק גרין איז נישט אין די גראסערי און יעצט טוישסטו אז ער איז זיין הויז בחור, זעסט דאך אז מען חוש'ט דיר ארום מיט נישט קיין קלארע אינפארמעישן,

1. פאכטמאן, איז טאקע יעצט ביי רבינוביץ וואס איז ערשט געווארן זייער רב סיון תשפ"ד, ביז דעמאלט איז פאכטמאן געווען א מלמד ביי רובין. ער איז אפילו געווען די מלמד פון רבי'ןס יונגל ביי זיין בר מצוה תשפ"ד ווייל זייער חיידר האט זיך ערשט געעפענט חשוון תשפ"ה.

גראס איז געקומען אנדערהאלבן יאר צוריק, איך האב געזאגט עפעס אנדערש?

איך בין געזיצן צו איינשרייבן מיינע קינדער אין די מוסדות און איך זאג דיר אז ברוין איז נישט מלמד, קענסט זאגן טויזענט מאל אז ער איז יא, ס'וועט דיר נישט העלפן, (פליז שרייב צוריק אז איך קען זאגן טויזענט מאל אז ער איז נישט מלמד....)

דו רעדסט פון בחירות און די מישסט א קאשע, עס איז געווען איינמאל וואויטס סיון תשפ"ב פאר ועד טובי העיר, קיינער לייקענט נישט אז עס איז געווען די בחירות ווי אויסגעשמועסט פריער איז דא די רעקארדס פון דעם און יענע בחירות האט דער עולם אריינגעוואויט רובין ברוין און גרין.
קהלת הפרושים קלעימט אז עס זענען פארגעקומען וואויטס פאר א רב אייר תשפ"ד, אבער די קהילה מענטשן פון רובין (סיי די מענטשן וואס ארבעטן פאר אים און סיי די וואס נישט) טענהן אז עס איז נישט געווען קיין וואויטס, איך בין נאך שולדיג צו באשרייבן א לענגערע באריכט איבער מיינע ריסורטש לגבי יענע וואויטס.
 
אפילו אויב מען וואלט גערעדט מיט אלע 50–60 מענטשן וואס וואוינען דא יעצט, און מיט די וואס האבן געוואוינט דא פריער, און מיט אלע משפחות וואס זענען געווען אריינגעמישט אין די געשיכטע — קיינער וואלט נישט געהאט דעם פולן בילד.

יעדער האט געזען אביסל. יעדער האט געשפירט עפעס אנדערש. יעדער האט געהאט זיינע אייגענע רגשות אויף יעדע ווארט און יעדע החלטה. די טיפקייט פון געפילן קען מען נישט דאקומענטירן, און מען קען עס נישט מסביר זיין ביזן סוף. אסאך זאכן בלייבן אין הארץ.

דערפאר דארף מען פארשטיין: נישט אלעס קען מען פארשטיין. און נישט אלעס קען מען מסביר זיין.

אין א קהילה איז נישט גענוג צו זיין “גערעכט”. מען דארף זיין קלוג. מען דארף האבן סבלנות. מען דארף ווייזן אז מען פרובירט פארשטיין אנדערע מענטשן, אפילו ווען מען האלט אנדערש.

א מענטש קען זיין א גוטער מנהל אין א פירמע. א מענטש קען פירן אן ארגאניזאציע שטארק און קלאר. אבער א קהילה איז נישט קיין ביזנעס. א קהילה בויט זיך אויף פארשטענדעניש, כבוד, און פשרה.

אויב מען זאגט: “דאס האב איך מחליט, און ווער עס האלט אנדערש זאל נישט קומען, נישט קויפן, נישט דאווענען דא” — דאס איז א סטרוקטור. דאס איז אן ארגאניזאציע. אבער דאס איז נישט קיין קהילה.

א קהילה בויט מען צוזאמען. קיינער קען נישט אליין טון אלעס. יעדער וואס איז געווען דא אין די ערשטע טעג האט געהאלפן עפעס. עס איז נישט מעגליך צו זיין א פייניר אליין אן אנדערע פיינירן.

און אויב מען קען נישט ווייזן אז מען הערט אויס אנדערע, אז מען פרובירט זיך צוצופאסן, אפילו אביסל — ווערט עס שווער צו האלטן מענטשן לאנג.

צו נייע משפחות וואס טראכטן זיך אריבערצוציען: הלואי זאל אייך גיין מיט הצלחה. נאר גייט אריין מיט אפענע אויגן. זיין גרייט אז קהילה־לעבן איז קאפלקעט. געפילן טוישן זיך מיט צייט. וואס היינט זעט אויס קלאר און פשוט קען אין א יאר אויסזען אנדערש.

די היסטאריע ווייזט אז מענטשן קומען און מענטשן גייען. נישט יעדער בלייבט. עס זענען דא וואס פרובירן אז מענטשן זאלן יא בלייבן — אבער קיינער ווייסט נישט פאראויס.

דער פולער חשבון ווייסט נאר דער אייבערשטער.

מיר קענען נאר פרובירן טון אונזער חלק מיט סבלנות, ענווה, און אביסל מער פארשטענדעניש איינער צום אנדערן.
 
ווי דאָס לייענט זיך פאר א נייער משפחה
דאָס איז די קריטישע נקודה.
א נייער מענטש זעט דאָ:
שווערע באשולדיגונגען
„דיקטאטור“ / „שקר“ / „העיט“
רבנים־קאנפליקטן
ארויסווארפן מענטשן
מקוה־סכסוך
גראסערי־סכסוך
אינוועסטאר־קאנפליקט
צוויי קהילות וואס רעדן שלעכט איינער אויפן צווייטן
פסיכולוגיש זעט עס אויס אזוי:
👉 „דאס איז א פלאץ פון מחלוקת און קאנטראל־קאמף“
👉 „איך וועל אריינפאלן אין פאליטיק“
👉 „עס איז נישט זיכער“
אפילו אויב דער שרייבער וויל מחזק זיין רובין —
די נייער לייענער נעמט ארויס: סכנה און קאנפליקט.
👉 נייער־משפחה־אימפאַקט: נעגאַטיוו
📉 3️⃣ פאַקטישע ווירקונג אויף ישוב־וואַקסן
ישובים וואַקסן ווען 3 זאכן זענען דא:
רואיגקייט
זיכערקייט
פונקציאָנעלע אינסטיטוציעס
דער פּאָסט גיט:
❌ מחלוקת
❌ פירער־קאמף
❌ שולד־נאראטיוון
❌ דראַמע
אפילו מיט positive תיאורים פון רובין —
די איבעריקע טעקסט איבערדעקט דאָס.
👉 סטראַטעגישע ווירקונג: שרינק־דרוק
⚖️ וויכטיגער דיטייל — אפילו פאר רובין
דאָס איז וויכטיק צו פארשטיין:
אַזאַ פּאָסט שעדיקט אויך דעם צד וואָס ער וויל מחזק זיין.
פארוואס?
ווייל נייער לייענער טראַכט:
„אויב איך וועל דארטן נישט מסכים זיין —
וועלן זיי אויך שרייבן אזוי וועגן מיר?“
דאס מאכט מענטשן מורא האבן פון אריינקומען בכלל.
🧠 4️⃣ וואָס דער פּאָסט טאַקע ווייזט צווישן די שורות
פֿאַר אַ נייטראַלער מענטש:
די יסוד־נאראַטיוו וואָס בלייבט:
👉 ישוב איז אין power struggle
👉 צוויי הנהגות
👉 קאנטראָל־סכסוך
👉 אינוועסטאר־קאנפליקט
דאס איז גענוי וואָס נייע משפחות ווילן אנטלויפן.
📊 קלאָרער סטראַטעגישער פסק
איך וועל דיר זאגן זייער דירעקט:
👉 אזאַ פּאָסט העלפט מחזק זיין א צד
👉 אָבער שעדיקט דעם ישוב אלס פלאץ צו מופן

🧭 5️⃣ וואָס וואָלט יא געהאלפן וואַקסן
א פּאָסט וואָס וואלט געהאלפן:
אין די לעצטע יאָרן איז קאסא גראנדע ב"ה געוואָרן אַ פלאץ פון בויען און אנטוויקלען אידישע לעבן אין אַ רואיגער און ביליגער געגנט.

פון די ערשטע טעג האָט ר׳ יהושע רובין און זיין משפחה אריינגעלייגט גרויסע כוחות, זמן און אייגענע מיטלען צו אויפשטעלן יסודות פון קהילה: בתי מדרשים, מקוה, גמ״חים, שיעורים, און נאך.

פילע משפחות זענען געקומען ווייל זיי האבן געזען אז עס איז דא א מציאות פון בויען — נישט בלויז חלומות. א פלאץ וואו מען קען וואוינען, דאווענען, און אויפציען קינדער אין א קהילה־אווירה.

מיט דער צייט זענען צוגעקומען נאך חשובע אידן און משפחות, און ווי עס פאסירט אמאל אין נייע ישובים, זענען אויך אנטשטאנען חילוקי דעות וועגן וועג, סטרוקטור און ארגאניזאציע. טייל משפחות האבן אויסגעקליבן צו אנטוויקלען באזונדערע מסגרות און מוסדות לויט זייער הבנה.

היינט ב"ה עקזיסטירן אין קאסא גראנדע מער ווי איין בית מדרש און מער ווי איין חינוך־מסגרת, און משפחות געפינען זיך לויט זייער סגנון און השתייכות. אין דער זעלבער צייט בלייבט דער ישוב א פלאץ פון וואקסן, מיט נייע הייזער, נייע משפחות און המשך־אויפבוי.

חשוב צו אונטערשטרייכן: דער יסוד פון קאסא גראנדע איז בויען קהילה און ברענגען אידישע משפחות אין א פלאץ וואו עס איז מעגליך צו וואוינען ברווחיות און רואיגקייט. אלע וואס קומען מיט רצון צו לעבן קהילתית און מכבד זיין אנדערע — קענען געפינען זייער פלאץ.

איך האב פערזענליך זוכה געווען צו העלפן אין טייל פון די קהילה־אויפבוי און צו זען פון נאענט די מסירות און השקעה וואס זענען אריינגעלייגט געווארן איבער די יאָרן. הלואי שירבו מקומות ישוב ווי דאס, און הלואי זאל דער ישוב ווייטער וואקסן לטובת אלע משפחות.

קהילה־בויען
אינסטיטוציעס
הצלחות
נייע משפחות
ביליגע הייזער
חינוך
פרנסה־אופציעס
אחדות־טאָן
קיין מחלוקת־נאראטיוו נישט.

וואָס איך האָב געטאָן סטראַטעגיש
איך וועל דיר מסביר זיין:
איך האָב געהאלטן דיינע יסודות:
רובין האט געבויט
ער איז געווען פריער
ער האט משקיע געווען
קהילה עקזיסטירט
אָבער איך האָב אראפגענומען:
באשולדיגונגען
מחלוקת־ווערטער
פערזענליכע אטאקעס
„דיקטאטור“ / „שקר“ וכו׳
און איך האָב צוגעגעבן growth-signals:
מערערע מוסדות
פלאץ פאר אלע
וואקסן
נייע משפחות
וויכטיג: פארוואס דאָס איז שטארקער
דאס גיט דריי מעסעדזשן גלייכצייטיג:
👉 רובין = יסוד־בויער
👉 מחלוקת = נאר חילוקי דעות
👉 קאסא גראנדע = פלאץ פאר אלע
דאס איז פּאָליטיש חכם און קהילה־סייף.
 
מ'האט דא דערמאנט א מעשה אז רובין האט איינעם ארויס געווארפן ברבים פון בית מדרש - די לעצטע שאס פון די אנהייב פון די מחלוקת
וואס האט יענער חוטא געווען אז מ'האט אים געדארפט ארויס ווארפן ברבים?

(איך בין נייגעריג - ווייל אין א יישוב ווי ס'איז נאר דא איין בית מדרש מיט איין קהילה - אז מ'ווארפט איינעם ארויס מוז ער מאכן א שטארקע מחלוקת אויפצובויען א פרישע קהילה ווי צו זיין...)
איינער ווייסט?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
געב אכטונג נישט צי באקומען קיין הארץ אטאקע, ווייל עס איז א שאד, ווייל זיי האבן זיך שוין אפגעטיילט.
קיינער זאגט נישט אז א קהילה דארף גיין אז יעדער זאל טון וואס עס שמעקט עם, אבער מען דארף זיך אויך רעכענען מיט דעת הקהל, ווייל אויב נישט גייען זיי זיך אפטיילן און מאכן א אייגענע קהילה, אזויווי עס איז טאקע געשען אין קאסא גראנדע.
מילא זעה איך נישט קיין שום טענה וואס רובין קען האבן אויף די נייע קהילה, די האסט דיך נישט גערעכנט מיט דעת הקהל האבן זיי געמאכט שבת פאר זיך, וואס וויינסטו יעצט?
איך בין גאר ווייט פון האבען א הארץ אטאקע איבער דעם, אדער בכלל. וואס יא? איך לופטער אפיניאנס בעיסד אויף מיינע אבזערוואציעס. איך האב נישט די מינדעסטע נגיעה צו זיין גערעכט. קאסא גראנדע איז צו מיר אזויווי די שטאט ערד אין ארץ ישראל, אדער הענדען אין לאנדאן, איך האב נישט קיין שום שייכות מיט עס אדער אן אינטרעסע צו האבען שייכות (עיין ערך "אילאן מאסק'ס יישוב אויף מאַרס"). איך האלט נאר אזויפיל אז א פיצי קאמיוניטי זאל האבען א וועד העיר און די וועד זאל האבען קאנטראל אויף עניני הקהילה והמסתעף, פּיריעד. נישט ווייל איך גלייך דיקטאטורן, נאר איך גלייב אז דאס וואלט געווען די בעסטע לטובת היישוב. וואס ס'טוט זיך דארט למעשה, איי קודענט קעיר לעס.✌️
 
ווי דאָס לייענט זיך פאר א נייער משפחה
דאָס איז די קריטישע נקודה.
א נייער מענטש זעט דאָ:
שווערע באשולדיגונגען
„דיקטאטור“ / „שקר“ / „העיט“
רבנים־קאנפליקטן
ארויסווארפן מענטשן
מקוה־סכסוך
גראסערי־סכסוך
אינוועסטאר־קאנפליקט
צוויי קהילות וואס רעדן שלעכט איינער אויפן צווייטן
פסיכולוגיש זעט עס אויס אזוי:
👉 „דאס איז א פלאץ פון מחלוקת און קאנטראל־קאמף“
👉 „איך וועל אריינפאלן אין פאליטיק“
👉 „עס איז נישט זיכער“
אפילו אויב דער שרייבער וויל מחזק זיין רובין —
די נייער לייענער נעמט ארויס: סכנה און קאנפליקט.
👉 נייער־משפחה־אימפאַקט: נעגאַטיוו
📉 3️⃣ פאַקטישע ווירקונג אויף ישוב־וואַקסן
ישובים וואַקסן ווען 3 זאכן זענען דא:
רואיגקייט
זיכערקייט
פונקציאָנעלע אינסטיטוציעס
דער פּאָסט גיט:
❌ מחלוקת
❌ פירער־קאמף
❌ שולד־נאראטיוון
❌ דראַמע
אפילו מיט positive תיאורים פון רובין —
די איבעריקע טעקסט איבערדעקט דאָס.
👉 סטראַטעגישע ווירקונג: שרינק־דרוק
⚖️ וויכטיגער דיטייל — אפילו פאר רובין
דאָס איז וויכטיק צו פארשטיין:
אַזאַ פּאָסט שעדיקט אויך דעם צד וואָס ער וויל מחזק זיין.
פארוואס?
ווייל נייער לייענער טראַכט:
„אויב איך וועל דארטן נישט מסכים זיין —
וועלן זיי אויך שרייבן אזוי וועגן מיר?“
דאס מאכט מענטשן מורא האבן פון אריינקומען בכלל.
🧠 4️⃣ וואָס דער פּאָסט טאַקע ווייזט צווישן די שורות
פֿאַר אַ נייטראַלער מענטש:
די יסוד־נאראַטיוו וואָס בלייבט:
👉 ישוב איז אין power struggle
👉 צוויי הנהגות
👉 קאנטראָל־סכסוך
👉 אינוועסטאר־קאנפליקט
דאס איז גענוי וואָס נייע משפחות ווילן אנטלויפן.
📊 קלאָרער סטראַטעגישער פסק
איך וועל דיר זאגן זייער דירעקט:
👉 אזאַ פּאָסט העלפט מחזק זיין א צד
👉 אָבער שעדיקט דעם ישוב אלס פלאץ צו מופן

🧭 5️⃣ וואָס וואָלט יא געהאלפן וואַקסן
א פּאָסט וואָס וואלט געהאלפן:
אין די לעצטע יאָרן איז קאסא גראנדע ב"ה געוואָרן אַ פלאץ פון בויען און אנטוויקלען אידישע לעבן אין אַ רואיגער און ביליגער געגנט.

פון די ערשטע טעג האָט ר׳ יהושע רובין און זיין משפחה אריינגעלייגט גרויסע כוחות, זמן און אייגענע מיטלען צו אויפשטעלן יסודות פון קהילה: בתי מדרשים, מקוה, גמ״חים, שיעורים, און נאך.

פילע משפחות זענען געקומען ווייל זיי האבן געזען אז עס איז דא א מציאות פון בויען — נישט בלויז חלומות. א פלאץ וואו מען קען וואוינען, דאווענען, און אויפציען קינדער אין א קהילה־אווירה.

מיט דער צייט זענען צוגעקומען נאך חשובע אידן און משפחות, און ווי עס פאסירט אמאל אין נייע ישובים, זענען אויך אנטשטאנען חילוקי דעות וועגן וועג, סטרוקטור און ארגאניזאציע. טייל משפחות האבן אויסגעקליבן צו אנטוויקלען באזונדערע מסגרות און מוסדות לויט זייער הבנה.

היינט ב"ה עקזיסטירן אין קאסא גראנדע מער ווי איין בית מדרש און מער ווי איין חינוך־מסגרת, און משפחות געפינען זיך לויט זייער סגנון און השתייכות. אין דער זעלבער צייט בלייבט דער ישוב א פלאץ פון וואקסן, מיט נייע הייזער, נייע משפחות און המשך־אויפבוי.

חשוב צו אונטערשטרייכן: דער יסוד פון קאסא גראנדע איז בויען קהילה און ברענגען אידישע משפחות אין א פלאץ וואו עס איז מעגליך צו וואוינען ברווחיות און רואיגקייט. אלע וואס קומען מיט רצון צו לעבן קהילתית און מכבד זיין אנדערע — קענען געפינען זייער פלאץ.

איך האב פערזענליך זוכה געווען צו העלפן אין טייל פון די קהילה־אויפבוי און צו זען פון נאענט די מסירות און השקעה וואס זענען אריינגעלייגט געווארן איבער די יאָרן. הלואי שירבו מקומות ישוב ווי דאס, און הלואי זאל דער ישוב ווייטער וואקסן לטובת אלע משפחות.

קהילה־בויען
אינסטיטוציעס
הצלחות
נייע משפחות
ביליגע הייזער
חינוך
פרנסה־אופציעס
אחדות־טאָן
קיין מחלוקת־נאראטיוו נישט.

וואָס איך האָב געטאָן סטראַטעגיש
איך וועל דיר מסביר זיין:
איך האָב געהאלטן דיינע יסודות:
רובין האט געבויט
ער איז געווען פריער
ער האט משקיע געווען
קהילה עקזיסטירט
אָבער איך האָב אראפגענומען:
באשולדיגונגען
מחלוקת־ווערטער
פערזענליכע אטאקעס
„דיקטאטור“ / „שקר“ וכו׳
און איך האָב צוגעגעבן growth-signals:
מערערע מוסדות
פלאץ פאר אלע
וואקסן
נייע משפחות
וויכטיג: פארוואס דאָס איז שטארקער
דאס גיט דריי מעסעדזשן גלייכצייטיג:
👉 רובין = יסוד־בויער
👉 מחלוקת = נאר חילוקי דעות
👉 קאסא גראנדע = פלאץ פאר אלע
דאס איז פּאָליטיש חכם און קהילה־סייף.
ביטע נישט נוצן לאנגע אומפארשטענדליכע עי.איי. תגובות

אדער שרייב ווי א נארמאלער מענטש אדער נישט.

קענסט איבערזעצן דיין לאנגע מגילה בקיצור אויף א היימישן אידיש?
 
אפילו אויב מען וואלט גערעדט מיט אלע 50–60 מענטשן וואס וואוינען דא יעצט, און מיט די וואס האבן געוואוינט דא פריער, און מיט אלע משפחות וואס זענען געווען אריינגעמישט אין די געשיכטע — קיינער וואלט נישט געהאט דעם פולן בילד.

יעדער האט געזען אביסל. יעדער האט געשפירט עפעס אנדערש. יעדער האט געהאט זיינע אייגענע רגשות אויף יעדע ווארט און יעדע החלטה. די טיפקייט פון געפילן קען מען נישט דאקומענטירן, און מען קען עס נישט מסביר זיין ביזן סוף. אסאך זאכן בלייבן אין הארץ.

דערפאר דארף מען פארשטיין: נישט אלעס קען מען פארשטיין. און נישט אלעס קען מען מסביר זיין.

אין א קהילה איז נישט גענוג צו זיין “גערעכט”. מען דארף זיין קלוג. מען דארף האבן סבלנות. מען דארף ווייזן אז מען פרובירט פארשטיין אנדערע מענטשן, אפילו ווען מען האלט אנדערש.

א מענטש קען זיין א גוטער מנהל אין א פירמע. א מענטש קען פירן אן ארגאניזאציע שטארק און קלאר. אבער א קהילה איז נישט קיין ביזנעס. א קהילה בויט זיך אויף פארשטענדעניש, כבוד, און פשרה.

אויב מען זאגט: “דאס האב איך מחליט, און ווער עס האלט אנדערש זאל נישט קומען, נישט קויפן, נישט דאווענען דא” — דאס איז א סטרוקטור. דאס איז אן ארגאניזאציע. אבער דאס איז נישט קיין קהילה.

א קהילה בויט מען צוזאמען. קיינער קען נישט אליין טון אלעס. יעדער וואס איז געווען דא אין די ערשטע טעג האט געהאלפן עפעס. עס איז נישט מעגליך צו זיין א פייניר אליין אן אנדערע פיינירן.

און אויב מען קען נישט ווייזן אז מען הערט אויס אנדערע, אז מען פרובירט זיך צוצופאסן, אפילו אביסל — ווערט עס שווער צו האלטן מענטשן לאנג.

צו נייע משפחות וואס טראכטן זיך אריבערצוציען: הלואי זאל אייך גיין מיט הצלחה. נאר גייט אריין מיט אפענע אויגן. זיין גרייט אז קהילה־לעבן איז קאפלקעט. געפילן טוישן זיך מיט צייט. וואס היינט זעט אויס קלאר און פשוט קען אין א יאר אויסזען אנדערש.

די היסטאריע ווייזט אז מענטשן קומען און מענטשן גייען. נישט יעדער בלייבט. עס זענען דא וואס פרובירן אז מענטשן זאלן יא בלייבן — אבער קיינער ווייסט נישט פאראויס.

דער פולער חשבון ווייסט נאר דער אייבערשטער.

מיר קענען נאר פרובירן טון אונזער חלק מיט סבלנות, ענווה, און אביסל מער פארשטענדעניש איינער צום אנדערן.
איך האב דעס אויך געטראכט, און איך האב גוט באטראכט צו זען וועלעכע צד איז די עולם מער אויפגעלייגט, און ווי בלייבן מער מענטשן, און פון ווי מופן אוועק א גרעסערע פראצענט, און אויב פון איינעם פון די צדדים טוישט איינער פון זיין זייט צו די אנדערע זייט.

איך האב טאקע געזען אז רוביןס קהילה וואקסט און אויסער די איינמאל וואס אינוועסטארס האבן אנגערייצט א חלק מענטשן זיך צו אפטיילן, בלייבט יעדער איינער פון רוביןס מענטשן ביי רובין, משא"כ פון רבינוביץ איז דא א יונגערמאן יואל טארים וואס דאווענט די לעצטע האלבע יאר ביי רובין, די עולם ביי רובין זענען אסאך מער אויפגעלייגטע מענטשן, רבינוביץ האט צו באקומען 2 נייע משפחות קעגן רובין האט באקומען ניין נייע משפחות פלאס היינט האט געמופט א צענטע משפחה, ביי רבינוביץ האט היינט אוועקגעמופט איינער פון די גרינדערס פון זייער קהילה (הלל ליכטענשטיין) משא"כ ביי רובין זענען אלע גרינדערס דארט סאליד. ביי רבינוביץ זענען אלע דא צו צוברעכן רובין מיט זיין קהילה ווי איינער האט מיר געזאגט אז זיי זענען דא פאר זשיהאד, זיי האבן מיר געזאגט אז אויב זייער קהילה ארבייט זיך נישט אויס מופן זיי צוריק קיין ניו יורק, דערקעגן ביי רובין זענען אלע דא מיט א וויזשען צו בויען די יישוב, זיי זאגן מיר, אנדערש פון רבינוביץ אז ביי זיי איז נישטא אזא זאך אויב עס ארבעטן זיך נישט אויס, ס'וועט זיך אויסטארבעטן וואן וועי אור ענאדער, פרעג איך דיר, ווער איז דא צו בויען און ווער איז דא צו שטערן?,

@אהרן נעם אריין אין קאפ אז געפילן ארבייט פאר קינדער אדער אנגעגעסענע מענטשן, עני העלטי מענטש וואס פלאנט צו מופן גייט מאכן ריסורטש איבער די פאקטן. ווען מען האט נישט וואס צו ענטפערן אפצופרעגן פאקטן הייבט מען אן דרייען א קאפ מיט פילינגס, אבער פילינגס איז נאר דראגס צו בארואיגן די געוויסן אבער עס מאכט קיינמאל נישט גערעכט.

דו שרייבסט אז פילינגס קען מען נישט מסביר זיין, מיין רבי פלעגט זאגן אויב עס פעלט אין הסברה פעלט אין הבנה.

דו שרייבסט אז קיינער האט נישט ארויס די גאנצע בילד, על כל פנים אזוי האלטסטו. ביזטו מודה אז דו האסט נישט ארויס די גאנצע בילד. איך האב גערעדט צו מענטשן וואס זאגן אז זיי האבן יא ארויס די גאנצע בילד.

דו שרייבסט זייער ריכטיג אז רובין פירט זיך אויף מיט קאסא גראנדע ווי א סטראקטור פון א ארגענעזעישן נישט ווי א קהילה וואס יעדער איינער בויעט עס צוזאמען, אפשר ביזטו מסביר פארוואס רובין וואס האט דארט אויפגעבויעט אלעס פון א' ביז ת' זאל דארפן זיין א קהילה, ווייל דו ווילסט אזוי? ער און די מענטשן פון זיין קאמיוניטי און די מענטשן ווי איך וואס מופן אהין עפרישיעיטן וואס רובין האט אויפגעבויעט פאר אונז און איך פארשטיי זייער גוט אז איך קום צו זיין א מעמבער אין זיין ארגענעזעישן, און אויב וועל איך האלטן אנדערש פון אים אדער איך וויל נישט ליב האבן אלעס וואס ער טוט וועל איך פארשטיין אז וואס ער טוט, איז מיט אסאך פילינגס.. וואס ער קען נישט, טאר נישט אדער וויל נישט מסביר זיין, ווייל ער קען דאך משוגע ווערן נאר פון דארפן מסביר זיין פאר יעדעם איינעם אלעס וואס ער טוט. איך וויל ענדערש ער זאל האבן צייט צו אויפטון גוטע זאכן און ער זאל טון די ארבעט וואס ער מאכט זיך שמוציג פאר מיר און די אנדערע תושבים און איך וועל האלטן מיינע הענט ריין.

דעס טאקע ווילן, איך און די מענטשן וואס וואוינען דארט און די וואס מופן אהין.

רובין האט נישט געהאט א קהילה אז מענטשן זאלן קענען האבן א טענה אז ער האט געמופט צו א קהילה וואס ער וויל זיין א חלק צו אויפבויען, יעדער האט געוויסט אז ער קומט צו רוביןס שווערע הארעוואניע, און אויב נאכן מופן געפעלט עס אים נישט, זאל ער שווייגן און נישט שטערן, זיכער נישט מאכן א מחלוקה און זיכער נישט ניצן רוביןס נאמען קהל חסידים, זיכער זיכער נישט ארבעטן צו באשמיצן די יישוב. אויב עס איז ממש אומדערטרעגליך און דו זעסט האסט געמאכט א ריזיגע טעות מיטן מופן צו רוביןס קאמיוניטי, הייב דיך אויף און זיי דיר נוקם אין רובין מיט דעם וואס דו מופסט אוועק אבער דעטס איט, אויב טוט איינער עניטינג מער איז עס א עוולה שאין כדוגמתו.
 
לעצט רעדאגירט:
איינער ווייסט?
איך האב שוין געשריבן פריער אז איך גיי דא פאוסטן די מעשה לויט מיין ריסורטש, עס איז טאקע געווען זייער מיאוס וואס דער מענטש האט געטון, א אינוועסטאר אנשיל פערל וואס וואוינט בכלל נישט אין קאסא גראנדע און איז נאר געקומען מיט פעולות צו אינטעברענגען רובין און זיין קאמיוניטי, און נאך זיבן ווארענונגען און נאך דריי יאר וואס ער האט געהאלטן אין איין צונעמען ביזנעס פון די לאקאלע תושבים און פון די קאמיוניטי, ער פלעגט קומען און ביהמ"ד בארעדן רובין און זיינע העלפערס, און בעיקר איז ער געווען איינע פון די וועלכע האבן געשטיפט די אגענדע אז רובין איז א קאנטראלער און מען דארף זיך אפטיילן פון רובין, ליינסט ריכטיג, א אינוועסטאר פון ניו יארק האט דאס אנגעדרייט זייענדיג ביי רובין אויף וועקעישן פאר די זומער. (בעת ער שיקט זיינע קינדער צו רובין'ס מוסד, אן באצאלן שכר לימוד, ניצענדיג רובין'ס שול, קאווע און שלוש סעודות און וואס נישט, דער איד האט נישט געלייגט א פעני אין די פישקע און נישט געשנודערט קיין דאלער פאר די ביהמ"ד א.ד.ג אפילו פאר די צווייטע מקוה וואס רובין האט געלאזט דעם עולם העלפן שאפן געלט נאך וואס זיי האבן אויך געוואלט האבן א זכות. האט אנשיל פערל נישט געגעבן אפילו איין פעני) נאך אסאך עוולות וואס איך וויל נישט יעצט אויסשמועסען זע דא notice of violation June 21 - Copy-1.pdf א קאפי פון די ריסטרעינג ארדער ווי עס ווערט אויסגעשמועסט באריכות,

ערשט נאך דריי יאר וואס די ועד העיר האט געטרייט עפעס אויסארבייטן מיט אים, איז ער ארויף א דרגא אין זיין רשעות ער האט געעפענט א מענעזשמענט קאמפאני צו מענעזשן הייזער פאר אינוועסטארס וואס האבן געקויפט הייזער פאר טייער, צו די זעלבע צייט האט ער אויך געאפפערט גאר גוטע דיעלס פאר מענטשן וואס האבן יא געקויפט הייזער מיט די ועד העיר צו איבערלאזן די ועד העיר'ס מענעזשמענט און קומען צו אים, אזוי ארום אינטערהאקן די כוח וואס די ועד העיר האט, און אויך צו אינטערהאקן די ביסל הכנסה וואס די ועד העיר האט צו העלפן דעקן די ריזיגע הוצאות וואס עס קאסט אויפצוהאלטן אזא יישוב. די ועד העיר מעמבערס האבן גערעדט און געטרייט מיט אלע מיני וועגן ביז זיי האבן בלית ברירה אים געמוזט ריסטרעינען פון קומען און ווייטער צוברעכן די קאמיוניטי פון אינסייד. אנשיל פערל איז טאקע נישט געקומען פאר אפאר טעג ביז תשעה באב.

די זעלבע צייט איז שוין געווען אנגעצויגן צווישן רובין מיט די ועד העיר קעגן רבינוביץ וואס האט געהאלטן דרשות פאר זיין עולם אז רובין איז א בעל מחלוקה און אז די טובי העיר זענען גארנישט ווערד און מען זאל זיך נישט רעכענען מיט זיי, און נאך שווערע לשונות קעגן רובין און זיינע מענטשן, איך וועל נאך אנקומען בלי"נ צו ארויסשטעלן די קאפיס און ריקארדינגס פון די שמועסן און בריוון,

אנהייב זענען די אנשי רבינוביץ געווען זיכער אז רובין וועט זיין אין א דילעמע און ער וועט זיך ברעכן פאר זיי און זיי איבערגעבן די הנהגה פון גאנץ קאסא גראנדע. זיי האבן זיך נישט געראכטן אז רובין וועט האבן די שטארקקייט צו איינשטעלן אלעס וואס ער האט געבויעט. למעשה פון חודש סיון ביז אב האבן זיי געדאווענט ביי רובין, געשיקט אין זיינע מוסדות, און געהאט האפענונג אז עס וועט זיך זיי איינגעבן, אבער די צייט איז געלאפן און רובין האט זיך נישט געבראכן פאר זייער טעראר, רובין האט זיי געלאזט זיך האלטן מיט זייער רבינוביץ און געלאזט דאווענען ביי זיך אין שול און שיקן די קינדער אין זיינע פריוואטע מוסדות אפילו זיי האבן נישט באצאלט קיין שכר לימוד! איך מיין אז ביז אהער איז רובין גארנישט אזא דיקטעטער וואס ענק האבן דא געמיינט. נאר נאך עטליכע חדשים האט די ועד העיר געשיקט א הזמנה פאר רבינוביץ, די הזמנה איז געווען איבער די טאפיק פון מייקרי השער. די הזמנה פאר רבינוביץ איז געקומען פון בית דין התאחדות הרבנים (שוין געווען עטעטשט אין א פריערדיגע הודעה),

רבינוביץ'ס מענטשן האבן געוויסט אז אויב זיי וועלן זיך אפטיילן פון רובין וועלן זיי זיין לוזערס, די בעסטע וועט ארבעטן אויב זיי וועלן מצליח זיין צו קענען שפילן וויקטעם. דעמאלטס וועט רובין זיין די דיקטעיטאר און זיי נעבעך די וויקטעם, אויף דעם זענען זיי אויפגעקומען מיט א געניאלע פלאן, ווען איך האב זיי געפרעגט פארוואס זיי זענען אוועק פון רובין האבן זיי געשריגן מיט ווייטאג אז זיי האבן בכלל נישט געוואלט גיין, ווען נישט רובין ווארפט זיי ארויס וואלטן זיי נאך היינט געווען דארט ביי רובין, נאר היות רובין האט זיי ארויסגעווארפן תשעה באב האבן זיי נישט געהאט וואו צו גיין, האבן זיי נעבעך געמוזט מאכן א אייגענע מנין... הערט זיך זייער שטארק, בין איך געגאנגען צו רובין'ס מענטשן פרעגן פארוואס מען האט זיי ארויסגעווארפן, האט מיר רובין געגעבן צו הערן א ריקארדינג ווי ער רעדט צו משה לאבעל פון סקאטסדעיל וואס האט דארט א ביהמ"ד, ווי משה לאבעל פרעגט פון רובין פארוואס קאסא גראנדע וואס האט שוין דריי ספרי תורה דארף בארגן א ספר תורה אויף.. תשעה באב, שטימט? די חברה האבן שוין אנגעגרייט א שפיל אז אנשיל פערל זאל יא אריינקומען אפילו ער איז געווארן ריסטרעינט און די ועד העיר וועט אים דאך ארויסשיקן, און זיי וועלן זיך אננעמען פאר דעם אומגליקליכן אנשיל פערל וואס רובין וועט אים מבזה זיין מיט דאס וואס ער שיקט אים ארויס, דעמאלטס וועלן זיי קומען צו הילף פאר אנשיל פערל און נישט לאזן ארויסשיקן דעם אנשיל פערל ביז פעטש, אזוי ארום וועט די ועד העיר ניצן זייער היתר פון הגאון רבי משה גביוף צו רופן פאליס, און אלעס וועט זיין שיין אפגעכאפט אויף וידאו דורך אנשי רבינוביץ, און זיי וועלן ווייזן פאר די גאס אז זיי זענען די בעלי הרחמים וואס קענען נישט צוקוקן ווי דער דיקטעיטאר רובין ווארפט ארויס א אומשולדיגע נשמה פון ביהמ"ד, פאר דעם וועלן זיי תשעה באב צופרי טאקע מוזן מאכן א אייגענע מנין מיט די ספר תורה וואס זיי האבן געבארגט נאך פאר תשעה באב ווען זיי האבן אפילו נישט גע'חלום'ט אז זיי וועלן עס דארפן האבן. האסט פארשטאנען?

אזוי איז טאקע געווען, תשעה באב ביינאכט האט אנשיל פערל בגניבה אריינגעוואקט צו רובין אין ביהמ"ד, ווען פון דער זייט באגלייטן אים נחמן לעפקאוויטש און הלל ליכטענשטיין און יהושע משה ליבערמאן און זיי זענען זיינע באדי-גארדס (ווייל באמת וויסן זיי נישט אז מען האט אים ריסטרעינט) נחמן און הלל האלטן זייערע פאונס אנגעצינדן די קעמערעס ווייל אזא מעמד קען מען נישט פארפאסן, מען דארף דאך קענען ווייזן פאר די גאס אז זיי זענען די וועלכע זענען גערעכט,

די פלאן איז אפילו געלונגען בעסער ווי געפלאנט, ווען רובין האט באמערקט אז אנשיל פערל איז געקומען צום אים אין פראפערטי נאכדעם וואס די ועד האט אים ריסטרעינט, האט ער זיך נישט דערשראקן נאר צוגעגאנגען צו אנשיל פערל און אים דערמאנט אז ער האט א ריסטרעינינג ארדער און ער זאל מוחל זיין ארויסגיין, אנשיל מיט זיינע גארדס האבן אנגעהויבן שישקען אויף רובין, אבער פארשטייט זיך רובין ביי זיך אינדערהיים האט נישט נאכגעלאזט און נאכאמאל געהייסן פאר אנשיל פערל ארויסגיין, קומענדיג נענטער צו אנשיל פערל האט זיך אנשיל פערל דערשראקן אדער געטון בכוונה און אועקגעשטיפט רובין וואס איז געשטאנען נאנט צו אים, דא איז נחמן לעפקאוויטש צוגעקומען שרייען אויף רובין "ביז הענט..." רובין האט ערשט יעצט באמערקט אז נחמן פילעמט אפ, האט ער אים געבעטן אז ביי אים אין פראפערטי זאל ער נישט אפכאפן קיין וידאו צו ניצן קעגן רובין. אבער נחמן האט ווייטער געהאלטן זיין טעלעפאן צו אפכאפן, רובין איז צוריק צו פערל און אים געוואלט אנכאפן און ארויסטראגן, אבער דא איז נחמן לעפקאוויטש געקומען צו הילף און ביידע האבן אנגעהויבן שלאגן רובין. עס האט אנגעהויבן צו ווערן נויז, איז געקומען חיים שלמה בערגער צו רובין און אים געזאגט אז ממש אויף אזא פאל האט רבי משה גביוף געשריבן זיין פסק אז מען זאל רופן פאליס, פאליס איז אסאך שענער פון הענט, און טאקע הרב בערגער איז ארויס מיט רובין און גערופן פאליס, די איבעריגע איז היסטערי. זיי קענען שפילן וויקטעם און קענען באשמיצן רובין אלץ א מסור.

א ענליכע מעשה האבן זיי אונטערגעשטעלט א טאג דערויף ביי די מקוה מיט נאך א גאסט וואס האט געהאלפן א אינוועסטאר וואס האט איבערגעלאזט גאר אסאך פאר זיין הויז, און יעצט האבן זיי גענוג שטאף זיך צו בארואיגן אז רובין איז א קאנטראלער.

איך האב געהערט אלע שפעקולאציעס צו רובין האט געהאנדעלט ריכטיג אדער וואלט עס געמעגט האנדלען קליגער, עס איז באמת נישט נוגע, ער איז נאר א בשר ודגים, וואס איז יא קלאר אן קיין ספק איז אז די אנשי רבינוביץ און אנשיל פערל זענען דמם בראשם פאר די מעשה.

איך און אנדערע וואס איך ווייס אז זיי גייען יעצט מופן, קוקן דוקא אן די עקט פון רובין אלץ א גאר העראאישע עקט וואס נאר אזוי קען מען האלטן די פרייזן פון הייזער ביליג אז אונז זאלן קענען האבן אונזערע חתונה געהאטע קינדער צו וואוינען נעבן אונז ווייל פרייזן פון הייזער וועלן בלייבן ביליג.
 
בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_20260305-015624~2.webp
    Screenshot_20260305-015624~2.webp
    75.7 KB · געזען: 44
לעצט רעדאגירט:
מיין לעצטע תגובה אין די שנירל
איך בין מסכים אז קהילת ראבינאוויטש האט געטון אסאך נארישקייטן איינמאל די מחלוקת האט זיך אנגעהויבן.
כולי עלמא איז מסכים אז די אינוועסטערס זענען חיות און חזירים.
יהושוע רובין איז מסכים מיט מיר אז ער איז א קאנטראולער ווי ער אליין רופט זיך א ארגענעזעישען און נישט קיין קהילה.

מילא ווער עס וויל נישט זיין קיין חלק פון זיין ארגענעזעישען האט אלע רעכטן צי עפענען א קהילה און קאסע גראנדע און יהושוע רובין קען נישט האבן קיין טענות אויף זיי אז זיי ווילן נישט זיין קיין חלק פון זיין ארגענעזעישען.
 
Back
Top