וען איך האב באזיכט קאסא גראנדע האב איך אויך גערעדט מיט רובין, ער איז באמת א נערמאלער פיינער מענטש, זיין פראבלעם איז אז ער האלט אז אלעס דארף גיין וויאזוי ער דיסייט ״לטובת הישוב״.
עס קען אפילו זיין אז ער איז גערעכט אז עס מוז זיין א קאנטראולער אין אזא פיצי ישוב, די מציאות איז אז מענטשן האבן עס נישט ליב, און זיי זענען נישט אינטערעסירט זיך צי מכניע זיין אונטער א קאנטראולער.
יהושוע רובין טענה׳ט צו זיין, אז די האסט א פראבלעם אז איך קאנטראל דעמאלטס קום נישטא, גיי צי א צווייטע ישוב.
די צד שכנגד טענהט אז זיי זענען שוין דא און זיי זענען נישט מחויב צי גיין אין גלות ווייל ער וויל זיין א קאנטראלער.
מילא האלטן זיי נישט ביים אוועקגיין
פון איין זייט איז רובין גערעכט אז ער האט אויפגעשטעלט די פלאץ און אריינגעלייגט די געלט
מצד שני איז אמעריקא א פרייע לאנד (און שכל הישר זאגט אויך) און מען קען נישט זאגן פאר א מענטש, דא איז מיין שטאט, גיי אוועק פון דא, ובפרט אז זיי זענען נישט געקומען אויף זיך צי שלאגן, זיי זענען געקומען בתם לבב, און זיי האבן נישט געוויסט אז ער איז א קאנטראלער.
ווען איך בין געווען אין רובין׳ס שול האט קיינער נישט גערעדט איבער די מחלוקת, און איך האב ניטאמאל געוויסט אז ס׳דא א מחלוקת.
איך האב מיך געווינדערט ווי די מענטשן זענען ווייל זיי האבן געזאגט אז ס׳וואוינען דרייסיג מענשטן, און אית בית מדרש איז נאר געווען פופצן.
יהושוע האט מיר גענטפערט אויף דעים אז זיי זענען געפארן אויף שמחות מיט באבע תירוצים, און איך האב עס נישט אפגעקויפט.
איך האב ארום געפרעגט נאך אפאר מענטשן, ביז איינער האט מיר מגלה געווען אז ס׳דא נאך א בית מדרש און א ס׳דא מחלוקת, אבער ער האט נישט געוואלט רעדן פון דעם.
פיין בין איך געגאנגען צי די ראבינאוויוש בית מדרש, האט יעדער איינער גערעדט גלייך פון די מחלוקת און געהעצט אויף רובין. און דערציילט די גאנצע מעשה מיט אלע דיטעילס.
מילא אלץ עצה טובה, אנשי ראבינאוויטש, עס געט זייער א שלעכטע אימעדזש פאר א בית מדרש ווען מען שטייט אין מען רעדט אויף די צד שכנגד (אפילו אויב ענק זענען גערעכט) עס געט א פילינג אז מען דיעלט מיט בעלי מחלוקת. איך פארשטיי אז ענק זענען אנגעווייטאגט אויף עם, אבער עס לוינט נישט זיך צי פארשמירן די נאמען אפילו אויב מען איז גערעכט.