קום אריין קלארער וואס דו מיינסט, "ער איז א עכטע בעל חסד אבער דער געפיל איז געווען אז ער איז א קאנטראלער" פליז זיי מסביר וואו האסטו געזען זיין חסד און וואס איז געווען דער געפיל אז ער איז א קאנטראלער, האט ער געמאכט די רושם ווי איינער וואס בויעט אויף עפעס און ווייסט וויזוי עס צו פירן, אדער ער האט זיך געזוכט צו משתלט זיין אויף זאכן וואס באלאנגט נישט צו אים.
אסאך מאל איז די קאנטראל גאר א וויכטיגע און גוטע זאך, ווען איינער קומט אן צו זיין נייע זשאב און זעט אז עס דרייט זיך א רעדל און קיינער קאנטראלט נישט די ביזנעס וועט ער באלד זוכן א אנדערע זשאב ווי עס איז יא דא א בעה"ב וואס האט די געשעפט אין די האנט, איך האב שוין אויסגעשמועסט אז איך קוק גראנדע שטארק ארויף דעם רובין אלץ א מענטש וואס דערשרעקט זיך נישט פון פרעשור, אזא יישוב אין די סטעיזש מוז האבן א מייסד מיט אזא שטארקע כאראקטער, נאר אזוי האט עס א עתיד.
איך האב אויך אויסגעהערט משה אברהם ברוין'ס ביידע שמועסן איך האב אויך גערעדט מיט אים פערזענליך איבער פיר שעה. און איך האב אים איבערגעפרעגט פארוואס זיינע שמועסן סאונד אביסל ווי רובין האט אויך געטון עפעס א טעות, ברוין האט מיר מסביר געווען אז ער האט געמוזט זאגן זיין שמועס אויף אז נוסח, כדי אפילו אויב איינער וואס הערט אויס זיין שמועס און האט שוין אנגעהערט אויף רובין כל דבר אסור און יעצט גלייבט ער נישט אז רובין האט געהאנדעלט מיט יושר, אפילו דעמאלטס זענען די קהילת הפרושים אויך נישט גערעכט און טון שרעקליכע עוולות. ער האט לגמרי נישט געמיינט נישט צו בא-אומרעכטיגן רובין באיזה אופן שיהיה, ער האט אפילו צוגעלייגט אז ער, ברוין איז איינער פון די ועד העיר וואס האט געהאנדעלט מיט די אלע קעיסעס און אסאך מאל האט ער געהאלטן אז רובין איז געווען צו נאכגעביג און שוואך קעגן די אינוועסטארס און קעגן די קהילת הפרושים, ברוין האט מיר פארציילט ווי ווייט ער שטייט קעגן די קהילת הפרושים אסאך מער פון רובין, אז יעצט אנדערהאלבן יאר שפעטער, איז רובין גרייט צוריקצונעמען געוויסע פון די קהילת הפרושים אויב זיי זענען גרייט זיך צושטעלן צו די תקנות בנוגע אינוועסטארס, אבער ברוין און אנדערע האבן זיך שטארק ארויסגעשטעלט קעגן דעם, פארשטייט זיך אז רובין אלץ מייסד (און קאנטראלער) האט אויסגעפירט, דאס ווייזט אבער צו ברוין בארעכטיגט באמת רובין אדער נישט.
נאכדעם שרייבסטו אז "רובין האט זיך אויסגעדריקט נישט שיין אויף איינעם, די ווערטער זענען געווען ריין אבער נישט די וועג ווי אזוי ער האט עס געזאגט" איך וועל עפרישיעיטן אויב די קענסט פארציילן דיטעילס פון די מעשה, עס איז זייער א קליינע דיטעל און איך גלייב נישט עס וועט אויסמאכן אויף מיין דעסיזשן, דאך קען איך באשטיין ארויסצוהאבן אלע פעין וואס ביידע זייטן זענען אריבער.