קאסא גראנדע סאמעטוכע

אלץ א דרויסענדיגע לגמרי פיל איך אז די יושר און שכל הישר איז מיט די מייסד הישוב רובין (על כל פנים מער...)

עס איז זייער גרינג און נעמט א רגע זיך צו קריגן מיט עסטעבלישמענט און אסאך מאל מיט רעכט, עס קען זיין ער האט זיינע חסרונות אבער איך געדענק פון די ערשטע מינוט זען אין די נייעס ווי ער האט אריינגעשוויצט מיט צייט, כח און גאר אסאך געלט איינער אליינס פאר די הצלחה פון קאסא גראנדא
אבער ווי עס זאל נאר זיין איז עס גאר פעינפול די מצב דארט און איז א עכטע שאד
 
צוויי נייע משפחות האבן געמופט דורכאויס די יאר א האלב, פארלירענדיג א משפחה און יעצט מופט אוועק נאך א משפחה, די זעלבע צייט האבן צען נייע משפחות געמופט צו רובין און נאר איינער פון זיין האט אוועקגעמופט (דער איינער קלערט נאך פון צוריקצוקומען), דאס איז אויסער מיר און נאך דריי משפחות וואס מופן צו רובין בעפאר פסח, קען זיין עס איז דא מער, איך פאלאוי נישט אלעס אגאנצע צייט.

ביזט גערעכט אז עס פאסט נישט פאר מיר צו שרייבן דא אין קרעמל, אבער ההכרח לא יגונה, פאר סאום ריזען לאזט אייוועלט נישט שרייבן וואס טוט זיך אין קאסא גראנדע, דא איז די איינציגע היימישע פארום וואו איך קען פארציילן דעם אמת. איך האף זיך טאקע נישט צו פארזוימען דא פאר לאנג

פליז קום אריין מיט וואס דו האסט געהערט אדער מיטגעהאלטן, איך בין נייגעריג צו איך האב עניטינג געמיסט ביי מיין ריסורטש, ווייל איך פארשטיי אויך זייער יצר און מידות, אבער פארשטיין איינעם פארוואס ער גנב'ט בארעכטיגט נאכנישט צו גנב'ן.
איך וועל שרייבן אביסל ווייל איך געדענק שוין נישט אלע איינצעלהייטען אבער איך וועל פרובירן מיין בעסטע.

אויבן אויף געב איך טאקע גערעכט פאר יושע רובין, ער האט געעפנט די יישוב און ווער עס וויל זיך נישט צושטעלן צו עם קען אוועקגיין, כלל ישראל איז גענוג גרויס, און ער אליינס איז בכלל נישט אזוי שלעכט.

איך בין אמאל געווען דארט עטליכע יאר צוריק און איך האב געגעסן ביי יושע אינדערהיים ער איז א עכטע בעל חסד און האט מיך קיינמאל נישט שלעכטס געטון דערפאר איז מיך שווער צו דאס שרייבן אבער מיין אבזערוואציע איז אזוי: איך האב באקומען דארט א געפיל אז ער קאנטראלט אלעס און עס איז מיך נישט געפאלן צו שטארק, דאס איז געווען איינע פון מיינען סיבות פארן נישט אהינמופן.
אויכט האב איך געהערט פון הרב ברוין אויף יוטיוב ווי ער לייגט אראפ די גאנצע השתלשלות פון די מחלוקה און צווישן די שורות בארעכטיגט ער נישט אינגאנצן יושע רובין, אבער די צווייטער זייט לייגט ער אראפּ ערגער.

איך האב געהערט יושע זיך אויסדרוקן נישט שיין אויף א צווייטן (די ווערטער זענען געווען ריין אבער די וועג וויאזוי ער האט עס געזאגט נישט) יענער וואוינט גראנדע היינט אין קאסא גראנדע למיטב ידיעתי.

אויב וואלט איך געמופט קיין קאסא גראנדע היינט וואלט איך מסתמא אויך געגאנגען צו יושע'ס זייט.

זייטס מיר מוחל אויב האב איך מיך ארויסגעברענגט אביסל שווערליך, איך בין נישט קיין פראפעסיאנאלע שרייבער.

איך האף אז דער יישוב וועט וואקסן און בליען, בתוך שאר יישובי ישראל.
 
איך בין אמאל געווען דארט עטליכע יאר צוריק און איך האב געגעסן ביי יושע אינדערהיים ער איז א עכטע בעל חסד און האט מיך קיינמאל נישט שלעכטס געטון דערפאר איז מיך שווער צו דאס שרייבן אבער מיין אבזערוואציע איז אזוי: איך האב באקומען דארט א געפיל אז ער קאנטראלט אלעס און עס איז מיך נישט געפאלן צו שטארק, דאס איז געווען איינע פון מיינען סיבות פארן נישט אהינמופן.
קום אריין קלארער וואס דו מיינסט מיט "ער איז א עכטע בעל חסד אבער דער געפיל איז געווען אז ער איז א קאנטראלער", פליז זיי מסביר וואו האסטו געזען זיין חסד, און וואס איז געווען דער געפיל אז ער איז א קאנטראלער, האט ער געמאכט די רושם ווי איינער וואס בויעט אויף עפעס און ווייסט וויזוי עס צו פירן, אדער ער האט זיך געזוכט צו משתלט זיין אויף זאכן וואס באלאנגט נישט צו אים.

אסאך מאל איז די קאנטראל גאר א וויכטיגע און גוטע זאך, ווען איינער קומט אן צו זיין נייע דזשאב און זעט אז עס דרייט זיך א רעדל און קיינער קאנטראלט נישט די ביזנעס וועט ער באלד זוכן א אנדערע זשאב ווי עס איז יא דא א בעה"ב וואס האט די געשעפט אין די האנט, איך האב שוין אויסגעשמועסט אז איך קוק גראדע שטארק ארויף דעם רובין אלץ א מענטש וואס דערשרעקט זיך נישט פון פרעשור, אזא יישוב אין די סטעיזדש מוז האבן א מייסד מיט אזא שטארקע כאראקטער, נאר אזוי האט עס א עתיד.

איך האב אויך אויסגעהערט משה אברהם ברוין'ס ביידע שמועסן, איך האב אויך גערעדט מיט אים פערזענליך איבער פיר שעה. און איך האב אים איבערגעפרעגט פארוואס זיינע שמועסן סאונדט אביסל ווי רובין האט אויך געטון עפעס א טעות, ברוין האט מיר מסביר געווען אז ער האט געמוזט זאגן זיין שמועס אויף אזא נוסח, כדי אפילו אויב איינער וואס הערט אויס זיין שמועס און האט שוין אנגעהערט אויף רובין כל דבר אסור און יעצט גלייבט ער נישט אז רובין האט געהאנדעלט מיט יושר, אפילו דעמאלטס זענען די קהילת הפרושים אויך נישט גערעכט און טוען שרעקליכע עוולות. ער האט לגמרי נישט געמיינט נישט צו בא-אומרעכטיגן רובין באיזה אופן שיהיה, ער האט אפילו צוגעלייגט אז ער, ברוין, איז פון די ועד העיר וואס האט געהאנדלט מיט די אלע קעיסעס און אסאך מאל האט ער געהאלטן אז רובין איז געווען צו נאכגעביג און שוואך קעגן די אינוועסטארס און קעגן די קהילת הפרושים, ברוין האט מיר פארציילט ווי ווייט ער שטייט קעגן די קהילת הפרושים, אסאך מער פון רובין, אז יעצט אנדערהאלבן יאר שפעטער, איז רובין גרייט צוריקצונעמען געוויסע פון די קהילת הפרושים אויב זיי זענען גרייט זיך צושטעלן צו די תקנות בנוגע אינוועסטארס, אבער ברוין און אנדערע האבן זיך שטארק ארויסגעשטעלט קעגן דעם, פארשטייט זיך אז רובין אלץ מייסד (און "קאנטראלער") האט אויסגעפירט, דאס ווייזט אבער צו ברוין בארעכטיגט באמת רובין אדער נישט.

נאכדעם שרייבסטו אז "רובין האט זיך אויסגעדריקט נישט שיין אויף איינעם, די ווערטער זענען געווען ריין אבער נישט די וועג ווי אזוי ער האט עס געזאגט", איך וועל עפרישיעיטן אויב דו קענסט פארציילן דיטעילס פון די מעשה, עס איז זייער א קליינע דיטעל און איך גלייב נישט עס וועט אויסמאכן אויף מיין דעסיזשן, דאך קען איך באשטיין ארויסצוהאבן אלע פעין וואס ביידע זייטן זענען אריבער.
 
א בעל חסד מיטן אויפנעמען יעדעם שיין און ביי זיך אינדערהיים (לפחות מיך זיכער)

לגבי די קאנטראל, קען זיין אז אזוי דארף מען טוהן, אבער איך האב עס נישט ליב געהאט.

אויף דאס וואס ער האט זיך אויסגעדרוקט אויף איינעם וויל איך נישט מרחיב זיין, עס האט מיך ס"ה געגעבן א בליק אויף זיינע דעות, עס מאכט אים נישט א שלעכטע מענטש.
 
א בעל חסד מיטן אויפנעמען יעדעם שיין און ביי זיך אינדערהיים (לפחות מיך זיכער)

לגבי די קאנטראל קען זיין אז אזוי דארף מען טוהן, אבער איך האב עס נישט ליב געהאט.

אויף דאס וואס ער האט זיך אויסגעדרוקט אויף איינעם וויל איך נישט מרחיב זיין, עס האט מיך ס"ה געגעסן א בליק אויף זיינע דעות, עס מאכט עם נישט א שלעכטע מענטש.
כל הכבוד. אז דו האסט געקוקט פון פארדעם וואס דו האסט ליב און האסט דעסיידעד נישט צו מופן, אויב וואלסטו געמאכט די טעות און געמופט און שפעטער געזען אז די האסט נישט ליב רוביןס דעות. וואס וואלסטו דעמאלטס געטון.
 
וען איך האב באזיכט קאסא גראנדע האב איך אויך גערעדט מיט רובין, ער איז באמת א נערמאלער פיינער מענטש, זיין פראבלעם איז אז ער האלט אז אלעס דארף גיין וויאזוי ער דיסייט ״לטובת הישוב״.
עס קען אפילו זיין אז ער איז גערעכט אז עס מוז זיין א קאנטראולער אין אזא פיצי ישוב, די מציאות איז אז מענטשן האבן עס נישט ליב, און זיי זענען נישט אינטערעסירט זיך צי מכניע זיין אונטער א קאנטראולער.
יהושוע רובין טענה׳ט צו זיין, אז די האסט א פראבלעם אז איך קאנטראל דעמאלטס קום נישטא, גיי צי א צווייטע ישוב.
די צד שכנגד טענהט אז זיי זענען שוין דא און זיי זענען נישט מחויב צי גיין אין גלות ווייל ער וויל זיין א קאנטראלער.
מילא האלטן זיי נישט ביים אוועקגיין
פון איין זייט איז רובין גערעכט אז ער האט אויפגעשטעלט די פלאץ און אריינגעלייגט די געלט
מצד שני איז אמעריקא א פרייע לאנד (און שכל הישר זאגט אויך) און מען קען נישט זאגן פאר א מענטש, דא איז מיין שטאט, גיי אוועק פון דא, ובפרט אז זיי זענען נישט געקומען אויף זיך צי שלאגן, זיי זענען געקומען בתם לבב, און זיי האבן נישט געוויסט אז ער איז א קאנטראלער.

ווען איך בין געווען אין רובין׳ס שול האט קיינער נישט גערעדט איבער די מחלוקת, און איך האב ניטאמאל געוויסט אז ס׳דא א מחלוקת.
איך האב מיך געווינדערט ווי די מענטשן זענען ווייל זיי האבן געזאגט אז ס׳וואוינען דרייסיג מענשטן, און אית בית מדרש איז נאר געווען פופצן.
יהושוע האט מיר גענטפערט אויף דעים אז זיי זענען געפארן אויף שמחות מיט באבע תירוצים, און איך האב עס נישט אפגעקויפט.
איך האב ארום געפרעגט נאך אפאר מענטשן, ביז איינער האט מיר מגלה געווען אז ס׳דא נאך א בית מדרש און א ס׳דא מחלוקת, אבער ער האט נישט געוואלט רעדן פון דעם.

פיין בין איך געגאנגען צי די ראבינאוויוש בית מדרש, האט יעדער איינער גערעדט גלייך פון די מחלוקת און געהעצט אויף רובין. און דערציילט די גאנצע מעשה מיט אלע דיטעילס.

מילא אלץ עצה טובה, אנשי ראבינאוויטש, עס געט זייער א שלעכטע אימעדזש פאר א בית מדרש ווען מען שטייט אין מען רעדט אויף די צד שכנגד (אפילו אויב ענק זענען גערעכט) עס געט א פילינג אז מען דיעלט מיט בעלי מחלוקת. איך פארשטיי אז ענק זענען אנגעווייטאגט אויף עם, אבער עס לוינט נישט זיך צי פארשמירן די נאמען אפילו אויב מען איז גערעכט.
 
מען קען זען פון זייערע טאקטיקן און צעטלעך אז עס איז אביסל קינדעריש.
 
אויב די מעשה איז אמת און זיי ווילן פלעין נישט זיין אינטער זיין קאנטראל, פארוואס רופן זיי די ביהמ"ד און די קהילה מיט די זעלבע נאמען?
 
אויב די מעשה איז אמת און זיי ווילן פלעין נישט זיין אינטער זיין קאנטראל, פארוואס רופן זיי די ביהמ"ד און די קהילה מיט די זעלבע נאמען?
ווייל זיי האלטן אז עס איז געווען וואלן און זיי זענען געווען רוב און זיי זענען די אמת'ע קהילה,

איך מיין אז זייער טענה איז געווען אז זיי זענען די רוב פון די ערשטע תושבים.
 
ווייל זיי האלטן אז עס איז געווען וואלן און זיין זענען געווען רוב און זיין זענען די אמת'ע קהילה

איך מיין אז זייער טענה איז געווען אז זיי זענען די רוב פון די ערשטע תושבים.
איך האב דעס אויך אויסגעטשעקט און עס איז פשוט נישט אמת ווי איך וועל באלד אויסשמועסן, אבער לאמיר ערשט צונעמען די טענה, אויב די ערשטע תושבים געט זיין די רעכט צו ניצן רובין'ס נאמען, דעמאלטס איז פשוט אז רובין האט די ערשטע רעכט צו די נאמען, ווייל ער און זיין טאטע זענען די סאמע ערשטע תושבים, זיי האבן געעפענט די קהילה אדער ארגענעזעישן (ווי רובין רופט עס) מיט די נאמען קהל חסידים, סאו די רובין'ס זענען נישט 'רוב' פון די ערשטע נאר גאר די ערשטע אליין.

יעצט לאמיר איבערקוקן די פאקט ווער עס האט טאקע די רוב פון די ערשטע תושבים, ביז וויפיל קוקט מען, רוב פון די ערשטע פינף אדער רוב פון די ערשטע צען אדער רוב פון די ערשטע צוואנציג? לאמיר נעמען די ערשטע צען, די צוויי רובין'ס זענען געווען די סאמע ערשטע, לאמיר גיין לויט די סדר פון די וואס האבן געמופט און וואוינען יעצט אין קאסא גראנדע, 3: ברוך אברהם ברויער (ביי רובין), 4: משה ברונשטיין (ביי רבינוביץ) 5: יצחק גרין (ביי רובין) 6: משה אברהם ברוין (ביי רובין) 7: הרב אייזיק בערגער (ביי רובין) 8: מרדכי מילער (ביי רבינוביץ) 9: שלמה זלמן פריימאן (ביי רובין) 10: יצחק גראסמאן {האט ערשט געמופט אסאך שפעטער אבער האט זיך שוין געדרייט רוב יאר אין קאסא גראנדע, סאו עמיר זיי געבן נאך א נאמען} (ביי רבינוביץ),

(באמת יענע צייט וואס זיי זאגן אז עס איז געווען וואויטס האט נאך ביי רובין געוואוינט נאך איינער פון די ערשטע צען תושבים וואס וואלט געגעבן פאר רובין אכט קעגן צוויי. איך וועל איך שרייבן עקסטער אז עס איז קיינמאל נישט געווען קיין וואוטס, איך גיי נאך פורים ארויסשטעלן א קאפי פון די אזוי גערופנע וואוטס אז יעדער זאל זען די אמת פון די שקר)

וואויט אויטקאם: זיבן פון די ערשטע תושבים ביי רובין און דריי ביי רבינוביץ.
 
איך האב דעס אויך אויסגעטשעקט און עס איז פשוט נישט אמת ווי איך וועל באלד אויסשמועסן, אבער לאמיר ערשט צונעמעןמדי טענה, אויב די ערשטע תושבים געט זיין די רעכט צו ניצן רוביןס נאמען, דעמאלטס איז פשוט אז רובין האט די ערשטע רעכט צו די נאמען, ווייל ער און זיין טאטע זענען די סאמע ערשטע תושבים, זיי האבן געעפענט די קהילה אדער ארגענעזעישן (ווי רובין רופט עס) מיט די נאמען קהל חסידים, סאו די רוביןס זענען נישט רוב פון די ערשטע נאר גאר די ערשטע אליין.

יעצט לאמיר איבערקוקן די פאקט ווער עס האט טאקע די רוב פון די ערשטע תושבים, ביז וויפיל קוקט מען, רוב פון די ערשטע פינף אדער רוב פון די ערשטע צען אדער רוב פון די ערשטע צוואנציג? לאמיר נעמען די ערשטע צען, די צוויי רוביןס זענען געווען די סאמע ערשטע, לאמיר גיין לויט די סדר פון די וואס האבן געמופט און וואוינען יעצט אין קאסא גראנדע, 3: ברוך אברהם ברויער (ביי רובין), 4: משה ברונשטיין (ביי רבינוביץ) 5: יצחק גרין (ביי רובין) 6: משה אברהם ברוין (ביי רובין) 7: הרב אייזיק בערגער (ביי רובין) 8: מרדכי מילער ( ביי רבינוביץ) 9: שלמה זלמן פריימאן (ביי רובין) 10: יצחק גראסמאן {האט ערשט געמופט אסאך עטער אבער האט זיך שוין געדרייט רוב יאר אין קאסא גראנדע, סאו עמיר זיי געבן נאך א נאמען} (ביי רבינוביץ), {באמת יענע צייט וואס זיי זאגן אז עס איז געווען וואויטס האט נאך ביי רובין געוואוינט נאך איינער פון די ערשטע צען תושבים וואס וואלט געגעבן פאר רובין אכט קעגן צוויי. איך וועל איך שרייבן עקסטער אז עס איז קיינמאל נישט געווען קיין וואויטס, איך גיי נאך פורים ארויסשטעלן א קאפי פון די אזוי גערופנע וואויטס אז יעדער זאל זען די אמת פון די שקר)

וואויט אויטקאם: זיבן פון די ערשטע תושבים ביי רובין און דריי ביי רבינוביץ.
מענדל גאלדבערגער איז נישט געווען פין די ערשטע 10?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
מענדל גאלדבערגער איז נישט געווען פין די ערשטע 10?
ליין איבער: איך האב געשריבן, ווער עס וואוינט יעצט אין קאסא גראנדע, אויב ווילסטו א שמועס איבער מענדיל גאלדבערגער, צו ער האט בכלל געוואוינט אין קאסא גראנדע אדער געווען א אינוועסטאר, בעזה"ש נאך פורים. דאס איז קלאר ער איז נאר געווען אין קאסא גראנדע פאר צוויי חודשים און אנדערהאלבן יאר שפעטער פאר נאך אביסל מער פון א חודש.
 
איך ווייס נישט ווער עס וואוינט יעצט אלס דארט און ווער עס האט דעמאלט געוואוינט דארט.

זייער פוינט איז געווען אז בשעת די וואלן האבן זיי געהאט א רוב.
איך ווייס נישט אויב עס איז אמת אדער נישט.

הלל ליכטנשטיין איז נישט דארט געווען פון אנהייב?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ליין איבער: איך האב געשריבן, ווער עס וואוינט יעצט אין קאסא גראנדע, אויב ווילסטו א שמועס איבער מענדיל גאלדבערגער, צו ער האט בכלל געוואוינט אין קאסא גראנדע אדער געווען א אינוועסטאר, בעזה"ש נאך פורים. דאס איז קלאר ער איז נאר געווען אין קאסא גראנדע פאר צוויי חודשים און אנדערהאלבן יאר שפעטער פאר נאך אביסל מער פון א חודש.
דאס איז דאך זייער גאנצע פוינט, אז פון די ערשטע תושבים וואס האבן געוואוינט דארט זענען רוב נישט געווען מיט רובין, אוודאי האבן זיי אפגעצויגן פון דארט, און זענען יעצט נישט דארט
 
דאס איז דאך זייער גאנצע פוינט, אז פין די ערשטע תושבים וואס האבן געוואוינט דארט זענען רוב נישט געווען מיט רובין, אוודאי האבן זיי אפ געצויגן פון דארט, און זענען יעצט נישט דארט
ווער עס האט געוואוינט בשעת די וואויטס זענען כמעט די זעלבע ווי יעצט, אויב עפעס האט רובין געהאט איינס מער עט דעט פוינט,

ְהלל איז געקומען נאך די אויבענדערמאנטע נעמען, סוף ווינטער תשפ"ג.

אפגעצויגענענע תושבים קענען נישט וואויטען, וואס אגב איך האב גערעדט צו די תושבים וואס האבן אוועקגעמופט און אפילו פון זיי זענען רוב מיט רובין
 
לעצט רעדאגירט:
לגבי פארוואס זיי קריגן זיך אויף די נאמען.
איך פארשטיי זייער גוט די אנשי ראבינאוויטש פארן זיך אפטיילן, אבער זיי טוען א נארישקייט מיטן זיך קריגן אויפן נאמען, אפילו אויב לו יצוייר האבן זיי געהאט רוב עולם בשעת די טיילונג, עס איז א שאד זיך צי קריגן אויף א נאמען, האסט דיך אפגעטיילט פון רובין מאך א יחלוקו און גיי ווייטער, עס העלפט זיי נישט אויף גארנישט סתם זיך צי שלאגן אויף די נאמען.
איך מיין אז איינמאל זיי האבן זיך צוטיילט, איך מיין מיט רעכט, האבן זיי אויפגעהערט זיין לאגיש און ניצן נישט די שכל מער.
הערטס אויף בארעדן רובין, לאז עם זיך האלטן מיטן נאמען מאך דיר א נייע נאמען, און בוי אויף ענקער קהילה (ליין: נישט ארגענעזעישען) און עוועטשעלי וועט דער עולם זיין אויף ענקער זייט ווייל קיינער איז נישט איטערעסירט און קיין קאנטראולער.
אבער מצד שני איז קיינער אויך נישט אינטערעסירט אין קיין פייטערס, מילא פאר ענקער אייגענע טובה הערטס אויף פייטן.
 
מ'האט דא דערמאנט א מעשה אז רובין האט איינעם ארויס געווארפן ברבים פון בית מדרש - די לעצטע שאס פון די אנהייב פון די מחלוקת
וואס האט יענער חוטא געווען אז מ'האט אים געדארפט ארויס ווארפן ברבים?

(איך בין נייגעריג - ווייל אין א יישוב ווי ס'איז נאר דא איין בית מדרש מיט איין קהילה - אז מ'ווארפט איינעם ארויס מוז ער מאכן א שטארקע מחלוקת אויפצובויען א פרישע קהילה ווי צו זיין...)
 
פאר מיר קיקט אויס אז
-רובין פעלט קאמיאניקעישען סקילס
-רובין האט אסאך גיטע טענות (מסתמא ראבינאוויטש אויך)
-רובין'ס ליטערעטשער פון די מחלוקת איז געשריבען אויף א בעיבי לעוועל
-ראבינאוויטש איז אסאך קליגער אין טערמ'ס פון ווי אזוי זיך צו האלטען קלאסיש אין א מחלוקת
-ראבינאוויטש זיך קריגען אויף רובין'ס נאמען איז שטאקיקע טפשות
-ראבינאוויטש נישט וואוינען אין קאסא גראנדא האקט זייער שטארק אינטער די פאזישען פון זיין צד
-דא אויף קרעמעל הערט מען זייער גיטע תגובות פון מענטשען וואס זענען טאקע אנאנימעס אבער סאונד'ן קרעדיבעל און געבן א גיטע צד פאר רובין
 
פאר מיר קיקט אויס אז

-דא אויף קרעמעל הערט מען זייער גיטע תגובות פון מענטשען וואס זענען טאקע אנאנימעס אבער סאונד'ן קרעדיבעל און געבן א גיטע צד פאר רובין
לפחות א טייל פון זיי זענען באצאלט. רובין האט דאס אלס זיין פאקטישע MO צו אויפהאלטן שרייבער צו פראפאגאנדירן זיין זייט.

נישט אז איך האלט אז ער איז נישט גערעכט, נאר פשוט צו קלארשטעלן.
 
Back
Top